בית פורומים כל העולם כולו

גרויסע פלאמען יאוואזשנא ביהמ"ד יעצט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/4/2008 06:36 לינק ישיר 
גרויסע פלאמען יאוואזשנא ביהמ"ד יעצט

מער פרטים



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-1/5/2008 00:07 לינק ישיר 

עבד, תורה'לעך קענסטו זייער גוט, אבער איך האב נישט אזויפיל ליידיג צייט ווי דיר שנה ופירש'ניק אפצוענטפערן כסיל כאולתו, ווייל דו וועסט סייווי בלייבן מיטן לעצטען ווארט, און איך ווייס סייווי נישט ווער דער דייטש וועם דו באצייכענסט אלץ ריש שין עין איז, אפשר האט ער דיר אמאל וויי געטוהע אדער מוסר געזאגט, איך ווייס נישט. אבער דאס ווייס איך יא אז טויזענטער אידען קען ער נישט נאכשרייען, ווייל דערווייל איז נאכנישטא קיין טויזענטע טרעגער'ס אין וויליאמסבורג ב"ה, די אויבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער. אויך פארשטיי איך נישט ווי אזוי ווערט מען א מלעיג על דברי חכמים, ווען די חכמים אליין זענען די וואס האבן מסכים געווען צום קול מחאה אקעגן די מחללי שבתות, ומאי חזית דחכמים דידך סומק טפי מחכמים דידי!

דער אודווארי רעדט דאך סתם שטותים און הבלים, קיינער קוקט ניטאמאל אויף זיין זייט, בכלל פארשטיי איך נישט ווי אזוי ווילסטו אז איך זאל אים אפשפארן, בין איך קען א מנהל הפורום, אדער פון די מנהלי היידפארק? (אפשר קלערסטו אז מיט א סקעננער - וואס עד היום הזה ווייסטו נאכנישט וואס דאס איז, נאר אלע דאקומענטן ליגען נאך ביי דיר אין באזיץ - קען מען דאס אויך טוהען, בין איך דיר מודיע אז נישט.

איך פארשטיי נישט וואספארא סתירה האסט געטראפען צווישען חולה מסוכן און שוטה לדבר אחד, עס איז רוהאיג שייך ביידע, און מען דארף נישט די אלע פורים פשט'לך כדרכך, נאר פשוט די שטות לדבר אחד מאכט דיר קראנק חולה שי"ב סכנה ווען דו זעהסט אדער הערסט איינע פון די זאכען וואס שמעקן דיר נישט. די גאנצע מעשה מיט שאפראנע רב און נשא תורה כאפ איך נאכנישט לפענ"ד וואו עס געהערט דא, חוץ אז דו ווילסט אנצייכענען התחלפות האותיות, אפשר דערמאנסטו אויך אז מונקאטשע רב פלעגט זאגען לתּקן עולם מיט א תיו דגושה, כדי עס זאל זיך נישט הערן חלילה ווי לסכן? 1 זאך זעה איך אז 'ויהי לו סוכנת', עפעס קרענקט דיר דער טיטל חולה מסוכן, איך פארשטיי נאכניטש פארוואס.

ניין, איך ווייס נישט פון דעים  תשובה אין ספר מהרי"א ענזיל, איך האב ניטאמאל געזעהן דעים ספר קיינמאל, אז דו קענסט ברענגן א קאפי דערפון וואלט געווען אינטערסאנט (אבער דו האסט דאך נישט קיין סקעננער...), אבער סיי ווי אזוי איז עס נאר מחזק דברי האמורים למעלה, כיהודה ועוד.

  גראדע האב איך הנאה געהאט פון די סתם פשט פון דער מצודת, "גם אויל מחריש" ווער עס קען שטיל מאכן דעם אויל דעם נאר , דער איז "חכם יחשב" ווערט גערעכנט וויא א חכם,  אז ער האט געקענט ווייזן אזוי א קונץ שטיל צו מאכן דעם נאר . מוז ער זיין א חכם.   דער חכם וועט טאקע זיין ווער עס וועט קענען שטיל מאכן דעים עבד בנוגע די ענינים, און צורוה לאזען די מענטשהייט, און אנהויבען נוצען זיין קעפל פאר גוטע זאכען, און ארויפלייגען אלע זיינע אלטע דאקומענטן וואס ער דארף צו האבן.

איך ווייס טאקע אהובי ידידי היקר והנעלה והחביב אז די הייליגע גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין צ"ז אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין "וסר מרע משתולל" דער וואס וועט זיך אפשאקלען פון די "רע" פון די רשעותדיגע טעראריסטישע אקציעס. "משתולל" וועט הייסן א משוגענער. און עס איז דאך דא דער כלל מוטב להיות שוטה כל ימיו מלהיות רשע שעה אחת. ענדערש צו הייסן א שוטה ממש וויא ענדערש צו זיין א רשע און טוען רשעות אדער מחזק זיין עושי רשעה וד"ל, דעריבער שייד דיר אפ פון די קשר רשעים וואס טוהען נאר רשעות און מיינען גאר נישט לשם שמים, נאר אייגענע הנאה און באקוועמליכקייטן און תאוות הניצחון, און מעשה מ.ר. יוכיח, ועוד.

די גאנצע מעשה פון די רב קוקט אויס ווי דו ביסט געווען דא ניצוץ פונעם שואל ומשיב, ווייל דו ביסט געווען סיי דער שואל און סיי דער משיב ביי דיר אין קאפ, און נישט געכאפט און ארויפגעלייגט די נארישקייטן בפני כל קהל ועדה, ארויף אויפן פארק, וואס עס מאכט נישט קיין סענס, עס פאסט פאר א חיידער יונגעל צו זאגען אזא באמבאסטישען חידוש!

די אשכול דארף מען נאכנישט פארמאכען, ווייל מען דארף נאך געבן א געלעגענהייט פאר עבד אפצוענטפערן די דאזיגע רייד מיט זיינע מאכעניקאציעס און דריידעלעך כדרכו, און ברענגען מעשיות פון ראפשיצער רב, און קרייזער רב, אז די עולם זאל זיך מיט ספינען און מיטדרייען און פארגעסן וואס עס איז געשטאנען פריער, און ווער גייט דען זיך נעמען די מיה און איבערליינען פון אנהויב זעהן ווער עס מאכט די גענאר פון וועמען? אזוי בלייבט מען אייביג מיט די לעצטע ווארט.

 

_________________

הכל שריר וקיים



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/05/2008 4:40:56




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-30/4/2008 07:15 לינק ישיר 

דע גאד ניוס איז אז אין זיבן יאר ארום בארט מען עבד עברי43 אויער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2008 06:25 לינק ישיר 

מען דארף שוין פארמאכען דעם אשכול.


ווייל

דער יאוואזשנער רבי טודרוס זילבער שליט"א האט שוין תשובה געטון .
ער האט שוין אמתדיג חרטה פון טיפן הארץ פארוואס ער האט געלאזט ר"ש דייטש גיין ארומשרייען אויף די גאסען מידי שבת בשבתו.
און אזוי וויא ער האט געזעהן אז עס איז  ליידער געשעהן א פייער . גייט ער טון תשובת המשקל און ער גייט מער נישט לאזן ר"ש דייטש גיין שרייען אין די גאסן.
 
נאר פון היינט מאל אהן וועט ער  אליין בכבודו ובעצמו גיין  אויף אלע גאסן  לויפנדיק און שרייענדיג און נאכשרייען  אויף יעדען טראגער . מקיים צו זיין דעם מצוה בו יותר מבשלוחו . און אין דעם זכות וועט  דער בנין אליין ווערן אויפגעבויעט דורך די מלאכי חבלה וואס וועלן באשאפן ווערן פון די זיסע קולות היוצאים מפי כה"ג בקודשה ובטהרה מחזק זיין דעם אני ואפסי. אזוי וויא דער בנין וואס איז געבויעט געווארן דורך אליהו הנביא להבדיל וואס מען זאגט יעדען מוצאי שבת ביים זמר איש חסיד




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2008 03:16 לינק ישיר 

די ספרי תורה אויפן גאס





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2008 03:11 לינק ישיר 

אזוי אויך ר' ישעי' בערנאטה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2008 03:08 לינק ישיר 

ר' יעקב איצקאוויטש די קארדינעטער פין די חברה שומרים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2008 03:04 לינק ישיר 

מען נעמט ארויס די ספרי תורה




מען ראטוועט ארויס די ספרי תורה




די פייער לעשער לעשען דעם פייער





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2008 02:52 לינק ישיר 

איינער האט געפרעגט א שאלה פון א רב . היות מוצאי שבת מיטל נאכט יו"ט האט ער נישט געמאכט קיין הבדלה נאר סתם קידוש של יו"ט אחרון של פסח (ער האט פארגעסען אז מען מאכט יקנ"ה) . געווענליך איז די הלכה אז טאמער איינער האט נישט געמאכט קיין הבדלה מוצאי שבת (אפילו ער האט שוין געגעסן פאר הבדלה) קען ער מאכן הבדלה ביז דינסטיג נאכט. אבער די וואך יעצט אזוי וויא ער האט יא געמאכט הבדלה מוצאי יו"ט פסח זונטאג נאכט. ער האט טאקע נישט געמאכט המבדיל בין קודש לקודש צווישן שבת און יו"ט נאר המבדיל בין קודש לחול אויף מוצאי  יו"ט

.  איז די שאלה צו ער דארף נאכאמאל מאכן הבדלה וועגן מוצאי שבת צו נישט?   וואס דער רב האט גענטפערט איז נישט קיין נפ"מ יעצט. נאר אזופיל האט עהם דער רב גענטפערט נעכטן נאכט ווען ער האט זיך דערמאנט אז ער האט נישט געמאכט קיין הבדלה.    אז בורא מאורי האש קען ער יעצט מאכן אויף דעם גרויסן פייער רח"ל.
 (עפ"י הלכה טאר מען נישט מאכן בורא מאורי האש נאר מוצאי שבת ווייל דאס פייער איז באשאפען געווארן מוצאי שבת ווען אדה"ר האט געזעהן אז עס איז טונקל האט ער צוזאמענגעקראכט צוויי שטיינער האט ער געזעהן פייער . האט מען מתקן געווען די ברכה יעדען מוצאי שבת דוקא.  
אויך מוצאי יום הקדוש(יוה"כ) חאטשיג עס איז אינמיטן די וואך. ווייל גאנץ יום הכיפורים האט מען נישט געטארט נוצען פייער אנדערש וויא אנדערע ימים טובים וואס מען מעג קאכען . לזכר זה מאכט מען מוצאי יום כיפור אויך בורא מאורי האש.
 אבער בתנאי אז מוצאי יום כיפור מוז זיין נאר פייער פון א נר ששבת . דאס הייסט א פייער וואס איז נישט געמאכט געווארן מוצאי יום כיפור פון א מעטש (שוועבעלע) אדער א לייטער (צינדער) וכדומה. נאר פון א לעכט וואס האט געברענט פון ערב יום כיפור ביז מוצאי יום כיפור. עד כאן.)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2008 00:31 לינק ישיר 

אהובי ידידי סופר מהיר ועט שנון כמו"ה "פארלעסליך" בשמו הטוב יבורך .

וויא קומט  א חולה מסוכן צו א שוטה לדבר אחד? א שוטה לדבר אחד איז דאך נישט קיין חולה מסוכן?

אפשר מיינסטו חולה מתוקן מיט א קו"ף דהיינו א חולה שנתרפא והוא כבר מתוקן.

אדער מיינסטו מסוכן אז ער איז מסכן אנדערע וואס ווערן אפשר צומישט אדער אויפגעקלערט פון זייערע נארישע מיינונגען. אדער מיינסטו אויך מיט א קו"ף חולה מתקן. וואס וויל מתקן זיין אנדערע מענטשן.

ווען דער רבי זי"ע האט אין יאר תשכ"ז ביי די באקאנטע נשא תורות געזאגט אז דער וואס קלערט אז דער אייבישטער האט געטון ניסים דורך רשעים דער איז א אפיקורס.
 האט דער שאפראנער רב ז"ל געזאגט ברוך א-לקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן הטועים.
 געלויבט איז אונזער גאט דער אייבישטער וואס האט אונדז אפגעשיידט פון די וואס זענען זיך טועה(די אנדערע רעביס) וואס זיי האלטן אז דער אייבישטער האט יא געטון ניסים. 
דעמאלס  איז דער סאטמארער עולם זייער ברוגז געווען אויף עהם און זיי האבען פארפירט

היתכן אנצורופן די אנדערע רעביס "טועים" זיי זענען דאך פאלנע אפיקורסים .

האט דער שאפראנער רב ז"ל גענטפערט. אז זיי די סאטמארע מיינען אז איך האב געזאגט "טועים" מיט א טי"ת . דערווייל האב איך געזאגט "והבדילנו מן התועים" מיט א תי"ו . דאס מיינט פון די רעביס וואס זענען תועה ומתעה זיי פארפירן זייערע אידען תועים מיט א תי"ו נישט מיט א טי"ת.

דו ווייסט !  אז עס איז דא תשובה אין ספר מהרי"א ענזיל. פון איינעם פון די אמאליגע גרויסע מתנגדישע פוסקים.   וואס איינער א שואל פרעגט עהם אויב עפעס א מין שוטה לדבר אחד קען געבן א גט פאר זיין ווייב . אויב ער הייסט א ריכטיגע שוטה אדער נישט (עיין ריש מסכת חגיגה ובראשונים) 

  ענטפערט ער . אז יעדער חסיד וואס גלייבט בכלל אין א רבין איז א שוטה לדבר אחד. והא ראיה שרייבט ער אז עס איז דא חסידים זייער קלוגע מענטשן . ביזנעס לייט. סוחרים שנונים (שארפע סוחרים) מען קען מיט זיי אלעס דורכרעדן און אנגענעם פארברענגן מיט זאפטיגע שמועסן. . אבער ווען עס קומט צו רעדן וועגן זייער רבין  דעמאלס ווערן זיי "וואן טרעק מיינדעד בלע"ז " האק און בראק מען קען זיי גארנישט אויפקלערן. . און ער פירט אויס אז וויבאלד אין אלע זאכען זענען זיי נארמאלע מענטשן . ממילא הייסן זיי נישט קיין שוטים

פשט אין פסוק  גם אויל מחריש חכם יחשב . טייטשן די ספרים אזוי

"גם אויל מחריש" אפילו דער נאר איז שטיל און רעדט נישט . אבער"חכם יחשב" דער חכם וואס רעד יא . איז נאך אלץ מער חשובער און ווערן מער גערעכענט.

סתם פשט זאגט דער מצודת "גם אויל מחריש" ווער עס קען שטיל מאכן דעם אויל דעם נאר "
דער איז "חכם יחשב" ווערט גערעכנט וויא א חכם,  אז ער האט געקענט ווייזן אזוי א קונץ שטיל צו מאכן דעם נאר . מוז ער זיין א חכם.   דאס מיינט דער פסוק מיטן מדרש " ויחכם שלמה (המלך) מכל האדם אפילו מן הטיפשים."   דאס הייסט אז שלמה המלך איז 'קלוגער געווען אפילו פון די טיפשים. וואס מיינט דאס?  
נאר א טיפש רעדט זיך דאך איין אז ער איז מער חכם וויא יעדער. ווייל איזהו חכם המכיר את מקומו. אבער דער טיפש ווייסט דאך נישט זיין מקום ער מייינט אז ער איז וועלטס חכם. ממילא האט שלמה המלך באוויזען א קונץ אז ער האט געקענט שטיל מאכען אפילו די טיפשים וואס מיינען אז זיי זענען חכמים וד"ל.

ידיד הפורום וידיד כל בית ישראל החכם כמו"ה "פארלעסליך" . טאמער דו ביסט א אמתער חכם בזאת תיבחנו אז דו קענסט פארמאכן דעם שרייבער וואס רופט זיך "אודווארי" וואס ער מאכט נאר סתם ליצנות צווישן זיינע שורות וד"ל ואכמ"ל ודו"ק

דו ווייסט דאך אהובי ידידי היקר והנעלה והחביב אז די הייליגע גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין צ"ז אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין "וסר מרע משתולל" דער וואס וועט זיך אפשאקלען פון די "רע" פון די רשעותדיגע טעראריסטישע אקציעס. "משתולל" וועט הייסן א משוגענער.

און עס איז דאך דא דער כלל מוטב להיות שוטה כל ימיו מלהיות רשע שעה אחת. ענדערש צו הייסן א שוטה ממש וויא ענדערש צו זיין א רשע און טוען רשעות אדער מחזק זיין עושי רשעה וד"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/4/2008 23:02 לינק ישיר 

עבד, דו ביסט א חולה מסוכן ושוטה לדבר אחד. גם אויל מחריש חכם יחשב, וואס איז פשט? זייט ווען אז איינער שווייגט איז ער א חכם? נאר דא רעדט מען פון איינער וואס איז בעצם איז ער א חכם מחוכם, אזוי ווי אונזער עבד'ל, ווי יעדער האט זיך שוין איבערצייגט. נאר וואס דען, ער האט א שוואכקייט צו 1,2, ענינים, וואס דאס נעמט אים ארויס פון די גלייזען, מפני איזה סיבה שהיא, און אז ער צורעדט זיך בנוגע די ענינים, קוקט מען אים אן א שוטה. אבער, אויב וואלט ער ווען געהאט די קאפ אויפן פלאץ און מחריש געווען, דאן 'גם אויל' אפילו ער האט עפעס נארישקייטן, 'חכם יחשב', וואלט נאך יעדער אים געהאלטען פאר א חכם.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גרויסע פלאמען יאוואזשנא ביהמ"ד יעצט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext