די וועלט טייטש הקנאה והתאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם , אז ווען א מענטש קומט צי א נסיון פין איינע פין די דריי מדות, ווערט ער אויס מענטש ער פארלירט זיך אינגאנצען אין טוט זאכן וואס אין נארמאלע אימשטענדן וואלט ער עס קיינמאל נישט געטוען צי געזאגט
די וואך אינעם נייעס באריכט פעיזש 38 באשרייבט זיך מנשה פילעפף פשוט א גרויל אין עקל, ווי באקנאט איז ער א שרייבער אינעם צייטנוג אפילו זיין טאטע האט געלאזט צוואה אז ער זאל נישט שרייבן
ער באשרייבט זיך הרב הגאון ר' מנשה פילפף, ער האט א מורא'דיג בהירות אינעם רבינ'ס שיטה, אין אז ער איז א תלמוד פין רבי'ן, וואס איז א שקר ער איז קיינמאל נישט געווען ביים רבי'נס שיעורים
ליינעטס אין האט הנאה
נשלח ב-2/5/2008 00:20
דוד
ענק פרובירען צו מאכען גילוי אויף איינעם?
האסט אים באמת נישט וואס צוריק צו ענפערן?
איך האלט אז די מנהלים זאלען ענק ביידע חוסם זיין פאר דעם.
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 02/05/2008 2:10:46
נשלח ב-1/5/2008 18:31
הוספה . וועגן די יודן וואס האבען געצאפט דאס בלוט פונעם רבין ברך משה זי"ע ועוד ידם נטויה היינט בהבליהם ובשקריהם ועודם עומדים במרדם.
להוי ידוע אז איינמאל ווען שושן פורים איז געפאלן אום פרייטאג עש"ק האבען די חברה אנשי ביתו פון מרן רבה"ק בעל דברי יואל זי"ע מכבד געווען אלס בעל תפילה קבלת שבת דעם ר ש"י ג"ב ביים רבינס מנין לכבוד פורים. (בסוף ימיו פונעם רבין זי"ע) האט דער רבי געפרעגט "ווער עס דאווענט פארן עמוד" האט מען עהם גענטפערט "אז ש"י דאווענט" האט דער רבי נישט געוואלט בשום אופן . האט מען עהם געבעטן אז עס איז דאך היינט שושן פורים און פאר פורים איז ער דאך גאנץ גוט . דאך האט ער נישט געוואלט. איך געדענק נישט צו ער איז געבליבן דאווענען אדער נישט.
נשלח ב-1/5/2008 15:52
דאס איינע מאל בין איך טאקע מודה צו דוד46 אז די השגחה האט טאקע געפייגערט.
ווייל די גאנצע השגחה אויפן בוטשער אין 82 איז נאר ממליחה ואילך . רז"ל פארטיי האט ניטאמאל א געהעריגע שחיטה זיי קויפן פון וויינלאנד וואס די טשיקענס פארן אויף א קייט און די שוחטים פידלען מיטן חלף אהין און צוריק. אדער קויפן זיי ביי דזשי ענד דזשי . .
און אז ב"ה עס איז יא דא היינט א מהודרדיגע שחיטה ברוב הידורים בקרית יואל. ווילן זיי ח"ו נישט נכשל ווערן אין עסן כשרס. אזוי וויא יענער אויבערלענדער איד האט נישט געוואלט נעמען שיריים פון הייליגן דברי חיים זי"ע ווייל ער האט מורא געהאט צו עסן צו שטארק כשר.
און די השגחה איז טאקע געפייגערט אזוי וויא הגה"צ מסערדעהלי רח"ל כ"ץ שליט"א האט געזאגט אין די שבה"ג דרשה אז דער עירוב וואס ער האט געמאכט אין בארא פארק שטייט שוין 8 יאר צו גוטן און עס איז נאך ב"ה קיינמאל נישט פארגעקומען קיין איין מכשול.
(והא ראיה אז אין בארא פארק דארף מען נישט מוחה זיין און שרייען. אפילו ווען רז"ל איז געפארן שבת אויף בארא פארק האט מען אויך געגעבן א באפעל אז אפילו די וויליאמסבורגער שרייער משוגעים דארפן אויך יענעם שבת זיין שטיל כידוע)
אבער ביי די פלייש וואס איז ליידער פאגעקומען אין די 8 יאר עטליכע מכשולות . פרשת פינקל עופות. חלב ביי די לעבער. אורוגוויייאער ניקב הכרס. . דאך אין סאטמארען בוטשער איז נישט געשען קיין שום שינוי די באן פארט ווייטער געפייגערטערהייט אזוי וויא א שלאנג אהנע קאפ. און דעם עולם פון די פארטיי גייט אהן גאנץ כשרות אין די לינקע פאה.
און אז מען האט מכשיל געווען טויזענטער יראים ושלימים מיט וואלנאט אויל וואס איז געמאכט געווארן הייסערהייט אויף חמצדיגע כלים און דער עולם האט דאס גענוצט. איז איינעם דען יא אנגעגאנגן?
יעדער דארף דאך כשרן זיינע פסחדיגע כלים. דער תירוץ איז אז די השגחה איז געפייגערט.
און היתכן אז אונזער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט בפירוש געשריבן אז מען זאל נישט געבן קיין הכשר פסח נאר אויף וויכטיגע זאכן זאלץ צוקער פטעטע סטארטש גרעיפ דזשוס וכדומה. . היתכן היינט געט מען השגחות אויף סעווען לעיערס און בעיגלס און אלע מיני פסחדיגע קעיקס וואס יעדע זאך האט צענדליגע אינגרידיאנס און יעדע אינגרידיאן איז געמאכט געווארן מקצה העולם ועד קצהו ביי פינסטערע גויישע קאמפאניס . נאר דער תירוץ עבדים היינו צו אונזער פארטיי און ביי אונזער פארטיי איז די השגחה געפייגערט. וד"ל.
אז מען רעדט שוין פון איין שקרן דארף מען שוין דערמאנען דעם אנדערן אויך.
אוי לר... אוי לשכנו . דעם מזייף שלמה יענקל ג.(פון די אמאליגע אינשי דלא מעלי) וואס איינמאל אין איינע פון די זומער שבתים אין יאר תשל"ט תמוז אין קרית יואל . איז געקומען צו פארן אויף שבת צום רבין זי"ע דער אלטער לאדזשער רב מורנו. . און אזוי וויא ער האט געוויסט אז א סאך זאכען וואס ש"י געלבמן דערציילט און שרייבט איז שקר וכזב .
האט עהם דער שי"ג בכבודו ובעצמו מיט נאך א פאר שקצים אנגעכאפט אינמיטן שחרית אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל(בשעת רבינו זי"ע איז ארויסגעגאנגן אויף א פאר מינוט) און בפני כל עם ועדה ובפני כל הרבנים וואס זענען דארט געשטאנען עהם א כאפ געטון ביים קארג און זיך גענומען שלאגען עהם מיט א רציחה נוראה אראפגעווארפן זיין טלית מיט זיין קאפעל אזוי וויא די ריכטיגע נאצי"ס אהנע להבדיל. .
א פאר ערענסטע רבנים האבן זיך געוואלט אריינמישען. האט ש"י געלבמאן געגעבען א געשריי . אז ווער עס וועט זיך אהנעמען דער כאפט גלייך אויך פעטש און פליעט גלייך מיט עהם. האט זיך הרה"ח המרומם הגאון רבי שמואל זנוויל כהנא שליט"א געבעטן צו די רבנים אז זיי זאלן זיך נישט אריינמישן ווייל די חברה טעראריסטן זענען עלול אויף שפיכות דמים ממש רח"ל. דער לאדזשער רב מורנו איז געלאפן צו זיין אכסניא און געוויינט וויא א קליין קינד מיט א צוזעצטן פנים(בעיני ראיתי כל המעשה) .
און רוב פון זיינע געשרייבעכץ זענען מזוייף . אין אונגארישען שם הגדולים וואס איז ארויסגעקומען דורך משפחת הכהנים שווארטץ . ביים נאמען פון סאטמארער רבין זי"ע האט מען איבערגעדרוקט און צוגעשטעלט ביים רבין זי"ע זאכען וואס איז קיינמאל נישט געשטאנען אין ארגינעלען שם הגדולים וואס מען קען עס נאך זעהן אין די ניו יארק לייבערי דאראט דיוויזשאן. און כדי מען זאל קענען צושטעלען די זעלבע אותיות פון יענע דרוק האט מען ביי די אנדערע רבנים אויפן זעלבען עמוד ארויסגענומען טיטלען מיט ווערטער.
טאמער איך וועל קענען סקענען וועל איך אריינסקענען די פוטו קאפי פונעם עכטען שם הגדולים און פונעם פאלשן.
דאס זעלבע אין עטליכע ספרים האבען זיי מזייף געווען . למשל די ריכטיגע תשובות וואס דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט געשריבן און זיי זענען געדרוקט אין שו"ת דברי יואל . איז די כת"י געליגען ביי ההגה"צ רא"א כץ ז"ל פון פלעטבוש בוקארעסט פאלטישאן. און מען קען זעהן וויא זיי האבען געשניטן טיטלען און צוגעלייגט טיטלען לויטן פאליטיק. אזוי וויא זיי נוצען זייערע רבנים לויט זייער פאליטיק
(האלט רבי יחזקאל ראטה שליט"א אזוי וויא זיי., דעמאלס איז ער א גרויסער רב . אז נישט ,איז ער אויס רב
רבי יעקב זיידה איז א גוי א מחלל שבת וואס מען דארף עהם נאכשרייען!! טאמער האלט ער קעגן די אריזאנע ווייץ ווערט ער א פוסק און א רב
טאמער הלל וו"ב וואלט געשטצט דעם עירוב אדער געזאגט גרויס אויפן רבין פון קר"י . וואלט ער געווארן אין איין מינוט א גארנישט. ווער איז ער?
הייסט ער שרייען מיט זייער פאליטיק דעמאלס איז ער א גרויסער רב
די זעלבע בי"ד וואס הייסט הונדערטער אידען מאכען ברכות לבטלות און מזכיר זיין שם שמים פאר פינסטערע פאליטיק רח"ל. די זעלבע רבנים ווען זיי האבען אונטערגעשריבען קעגן בני יואל זענען זיי געווען גארנישט. האבען זיי מתיר געווען בני יואל זענען זיי געווארן צוריק רבנים.
האבען זיי פאר פאליטיק מתיר געווען פובליק סקול זענען זיי עובדי עבודה זרה(ערגער וויא ברכה לבטלה) האבען זיי צוריק פאר פאליטיק געאסערט די פובליק סקול זענען זיי געווארן די פוסקי הדור. )
און חוץ דעם האט ער(שי"ג) וכת דילי געצאפט דאס בלוט פארן רבין ברך משה זי"ע אויף אזא פארנעם מבית ומבחוץ וואס ער איז געווען א סובל ומעלים עין מסוררים וואס טאמער מען וואלט דאס געטון פאר רבינו זי"ע וואלט מען אזאלכע חברה שוין לאנג אפגערוימט פון וועג און זיי אויסגעשלאסן פון כלל ישראל לחרפה ולדראון עולם. .
תשל"ז פסח ווען די ליובאוויטשע זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אזוי וויא זיי פלעגען קומען אלע יארן . איז דער ראש בריוני שי" געלבמ. געשטאנען ביי בעדפארד קארנער יוס מיט זיינע שקצים. און מיט אייזערנע גארביטש קענס(וואס דעמאלס איז נאך נישט געווען פלעסטיג גארביטש קענס) געהאקט איבער די קעפ פון די ליובאוויטשע בחורלעך און יוגעלייט אז דאס בלוט האט זיך געגאסן אויף די גאס אויף בעדפארד עווע. . וואס זענען זיי שולדיג אז זייער רבי האט זיי געהייסן קומען קיין וויליאמסבורג.? עס קומט זיי דען רציחה? וויליאמסבורג איז דען ענקער?
נאר אין קרית יואל וואס עס באלאנגט טאקע צו סאטמאר אוןו רבה"ק בעל ברך משה זי"ע האט דאס טאקע געיארשענט דארט האט דער זעלבער טעראריסט וכת דילי' געשריגען אז יעדער איז דא בעל הבית און יעדער מעג טון וואס ער וויל . . יסכר פי דוברי שקר. ועושי רשעה. און היינט איז ער אויך פון די נועם המידות אזוי וויא די אנשי מדות וואס די מרגלים האבען געזעהן די ריזן די רשעים ..
פארשטייסט וויליאמסבורג באלאנגט צו סאטמאר און מען מעג הארגענען און שלאגן ווער עס גייט נישט אין שפאן און צוברעכט דעם אני ואפסי.
נאר קרית יואל באלאנגט נישט צו סאטמאר און דארט מעג יעדער טאן וואס ער וויל.