בית פורומים כל העולם כולו

סאיז לעבעדיג אין טאהש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2008 05:41 לינק ישיר 
סאיז לעבעדיג אין טאהש

היינט צופרי זענען אריין געקימען קיין קרית טאהש מחנות מיט פאליס ארויס ווארפען א אינגערמאן פון זיין דירה אין פארשטייט זיך אז א יעדר איז זיך צאם גלאפן און נישט צו געלאסט די פאליס צו דע דירה. און מען האט ארעטירט איינעם.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2011 09:29 לינק ישיר 


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 18:27 לינק ישיר 

די בני יואל אויסווארפען זענען היינט א אפגעפרעגטע הייפעלע פון מושחתים ליידער.

זייער יונגלעך און מיידלעך זענען דאס אפפאל פון כלל ישראל אומעטום. דאס איז די פירות פון זייער השחתה'דיגע ווירטשאפט פון זיין מהרסים.

די בני יואל מיידלעך זענען ליידער דאס געמיינסטע, פירן זיך אויף ווי שיקסעס רח"ל, עס איז ליידער נישט קיין סוד וואס דארט טוט זיך.

ביי די בני יואל מיידלעך הערט מען ליידער אזעלכע זאכן וואס מ'הערט נאר ביי די געמיינסטע "שווארצע", וואס יונגע "TEEN" קינדער שוו... רח"ל.


דאס איז דער חינוך פון "איך בין קליגער... איך דארף נישט קיין רבי" !

א גרויס טייל פון זיי זאגן היינט אפען: מיר דארפען נישט קיין בורא כל עולמים! רחמנא לישזבן פון די משוחתים קהלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2011 09:55 לינק ישיר 
ווער האט דארטען פארשפרייט די ווידיאו ? דער לוזער!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2008 01:42 לינק ישיר 

יא די דער שלעגער וואינעט אין מאנרא דוד'ל האסט פיין צי געטראפן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2008 01:37 לינק ישיר 

אבער א פלא אז אלעמאל זענען די פרומע ביי די זעלבע מיינונג.


די באקעס זענען אלעמאל די שלעגער סיי אין ק"י און  סיי אין טאהש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2008 00:00 לינק ישיר 

דער מיט די שווארצער בארד וואס שטייט אינעוויניג לעבן פריעדמאן ווען מען עפנט די טיר, איז יעקב יודא לאנדא זון פון ק"י.

ער ה אט זיך אויפגעטאן אז זיין טאטע האט חרוב געמאכט קרית יואל, און ער וועט חרוס מאכן קרית טאהש.

די אלע זענען פון די זעלבע שלעכטע קרעציקע עקלדיגע רשעים בני יואל בעק יוסף וואלדמאן וכו', יעצט עסט נאר טאהש די פירות פארן זיי אריינעמען און שטיצען אלע יארן, צו פיקסן סאטמאר.

יעצט עסן זיי עס מיט א שעפ לעפעל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2008 21:31 לינק ישיר 

אויב דו ליינסט און דו ליינסט וויאזוי בלייבסטו ביים אלטן?
איך ווייס נישט פון קיין איינעם וואס וויל אז טאהש זאל אים אויסהאלטן און האט דעריבער טענות אויף די קהילה




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/5/2008 09:24 לינק ישיר 

בקיצור, איך ליין און איך ליין און אלעס בלייבט ביים אלטן.

די ווידיא מאכט זייער נישט קיין גוטן רושם אויף די שונאים פון ר' אלימלך. ס'ווייזט אז ס'האנדלט זיך פון א גרופע מחרחרי ריב וואס זוכן צו מאכן מחלוקת און שנאת חינם.

ווען מען קוקט אויף די באווייזן וואס די שונאי טאהש האבן צוגעשטעלט, דהיינו די מחלל שם שמימ'דיגע ווידיא, נעמט מען ארויס נאר איין זאך. טאהשער קהל פרובירט צו מאכן ארדענונג מיט די מחוצפים, פאראזיטן וואס ווילן נאר לעבן אויפ'ן רייכן פעטער'ס חשבון, און דאס איז אלעס וואס דארט גייט פאר.

יעדער פארשטייט אז טאהשער רבי איז א צדיק, און קיינער פארמאגט נישט אזעלכע מדריגות ווי אים, און מען קען נישט ערווארטן אז אידן וואס האלטן נישט ביים ארבעטן אדער צאלן רענט זאלן בלייבן זיצן אין אומזיסטיגע דירות, ווען דער טאהשער רבי איז מער נישט ביי די כוחות זיי אויסצוהאלטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2008 06:26 לינק ישיר 

איך וואלט געוואלט בעטן די טאשהער באמעס זיי מוחל אין גייטס ארבעטן סוועט זיין נאה להם ונאה לעולם   אין איש גמזי איך זע די רעגסט אזוי אויף דעם אלימילך טאהשער האסט פארגעסן צי זאגן
גם זו לטובה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2008 06:16 לינק ישיר 

היינט מיטוואך איז פארגקימען א זיצאנג ביי התאחדות הרבנים ווי מהאט דן גווען איבער די ענין

העמיר זען וואס זיי גייען פסק'ענן. [אז ס'האט א קלארע דין ווי בני יואל אדער נישט.]




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2008 23:58 לינק ישיר 

דער_אמת, צו ביסט יא גערעכט צו נישט, מוז איך דיר געבען אזאנס    פאר א שיינעם תגובה.....



תוקן על ידי איןבעיה ב- 14/05/2008 23:59:02




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2008 21:12 לינק ישיר 

איך מיש מיך בל"נ טאקע מער נישט אין טאש. . עפעס צדדים איז דא וד"ל.

אבער איין זאך וויל איך בעטין. מעשה אלימות מאכט נאך שטערקער דעם נרדף . יעצט טאמער זיי רעוואלטירען קעגן הגה"צ רבי אלימלך שליט"א דעמאלס ווערט זיין צד שטערקער. און טאמער זיי ווערן נרדפים ווערן זיי געמוטיגט דורך גאס מענטשען.

די בני יואל האבען זיך אהערגעשטעלט אלס נרדפים דערווייל זענען זיי געווען די גרעסטע רודפים. סיי אויף די דרויסענדיגע צדיקים וגאונים. און סיי אויפן רבין ברך משה זעלבסט מיט כל מיני בזיונות און רדיפות. און נאכדעם האבען זיי זיך נאך אהערגעשטעלט אלץ נרדפים . און המון עם ווערט צומישט בין רודף לנרדף. אלה בנצחנימו ואלה ברצחנימו.

יעצט לעניננו . אזוי וויא הרב משה בער בעק קומט אויף שבת אויף טאש . ער איז מחזק לכאורה די רודפים וואס מאכען זיך נרדפים. וואס ווילן ארויפצווינגן זייער דעת יחידאה אויף יעדען .

וואס כידוע לכל איז דער הייליגער טאשער רבי שליט"א א אמתדיגער איד וואס האלט פון יעדען ערליכן יוד. ער קען האלטן פון סאטמאר אויך פון סקווער אויך פון גור אהנע פאליטיק  אזוי וויא דער ראחמסטריווקא רבי. אדער דער סקולענער רבי וכדומה. און אויף דעם אופן וויל ער האבען דאס שטעטל. אזוי וויא רוב רעביס פון דער אלטער היים הרה"ק רבי ישעיעלע קערעסטירער זי"ע הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער. וואס האט געקענט פארן קיין צאנז. און בתוך המחלוקה האט ער געקענט פארן קיין סאדיגורא (וואס דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט עהם אנגערופן אפיקורס רח"ל. ) הרה"ק רבי מרדכעלע נאדבורנער זי"ע. הרה"ק רבי אייזיקל זידיטשויבער זי"ע וואס האט זיך בכלל נישט געוואלט אריינמישן אין די פייערדיגע צאנזע-סאדיגורא מחלוקה (עיין סוף שו"ת בית יצחק או"ח)

ממילא זאל מען זיך נישט לאזען פראוואצירן. און נישט שטערן דעם הרב בעק ווייל דאס וויל ער דאך ער זאל ווערן א נרדף און דורך דעם וועט ער ווערן שטערקער .   

עד כאן מענייני טאש יצ"ו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2008 18:59 לינק ישיר 

איך מוז צוגעבן אז איך בין אבסעלוטלי נישט מאשר די וועג ווי אזוי מ'באהאנדלט די באטראפענע און טאהש, פונקט ווי איך האלט אז ס'געווען זייער אומרעכט די וועג וויזוי מ'האט אין געוויסע פעלער באהאנדלט די בני יואל, ס'נישט אידישליך אכזריות'דיג און ברענגט נאר די פארקערטע רעזולטאטן, איך אדרעסיר נאר די עצם רעיון פון רעוואלטירן קעגן א רבי און קהלה און די ווייטגרייכענדע קאנצעקווענצן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2008 18:49 לינק ישיר 

ווילאנג מ'זעמיר אין גלות תחת עול הגוים והגליות, וועט ליידער גארנישט און די וועלט קענען אפהאלטן אז קרית טאהש זאל נישט ווערן אזוי ווי קרית יואל, ווי די שטאט איז געווארן א שטח הפקר אזוי ווי מאנסי, צישטערנדיג די גאנצע ציל פונעם מייסד רביה"ק זצוק"ל, פון א האבן אן אייגענע קאנטראלירטע שטעטל וואס זאל פארסירן די ערליכע סאטמארע השקפות, און דאס קומט זיך טאקע  צו פארדאנקען פאר די  א.ג. היראס יאסל וואלדמאן און זיינע בני יואל שותפים, זיי האבן אויסגעטרויטן דעם וועג אז מ'קען רעוואלטירן קעגן א רבי אין א קהלה דורך פאליציי אין ערכאות אונטערן שלייער פון פרומקייט, און נאך זאגן מיט א העזה אז דאס איז גאר וואס דער רבי האט געוואלט, קרית טאהש האט טאקע דער רבי געבויט, אבער ליידער באלאנגט עס פאר די גאווערמענט פון קוויבעק און ס'איז אונטערגעווארפן אונטער זייערע געזעצן, די יהדות החרדית עסט נאך ליידער עד היום די ביטערע פירות פון די בני יואל עזות פנים'ער, יעצט פארשטייט שוין די וועלט פארוואס די רבי ז"ל מיט די עדה החרדית זענען אזוי ארויס בחרב ובחנות קעגן די בני יואל, זיי האבן פאראויס געזען די שרעקליכע חורבן דאס גייט ברענגען פאר די דורות הבאים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2008 15:44 לינק ישיר 

נאך פון אידישבלוט

 

תגובות אויף כל העולם כולו.

איך האב דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול, און איך וויל אביסל אפענטפערן פאר די אריינמישערס, וואס זיצן זיך באקוועם אין שיינע רחבות'דיגע דירות, און האבן נישט קיין דאגה אז מען גייט זיי ארויסווארפן, און זיי קענען זיך אננעמען פאר דעם רשעות פון ארויסווארפן א אידישע משפחה פון זייער שטוב.
איך מיין נישט חלילה אנצוגרייפן פערזענליך די חשוב'ע שרייבערס וועמען איך רעספעקטיר זייער שטארק, אבער איך מיין אז מען האט אנגענומען דעם נישט ריכטיגן צוגאנג צו די גאנצע זאך, און מען דארף דאס אפענטפערן.

ארענדאר שרייבט:
1) איך האף אז ר' אלימלך וועט האבן א פולן נצחון אין די אלע משוגעים און זיי ארויסזען פון שטעטל.
2) ער זאל קענען פירן דעם שטעטל אזוי ווי זיין הייליגער טאטע וויל אז ער זאל עס פירן.
3) אידן מיט "ברייטע ביבער היטן" און "בערד און פיאות ביז צו די פיס" און "שווארצע ברילן".

ר' אלימלך איז נישט דער ערשטער וואס האט געוואלט האבן א "פולן נצחון" און ארויס זען אידן פון זייער שטעטל, אדער לענדל.
טארקוועמאדא, האט אנגעפירט א גאנצע אינקוויזיציע אין שפאניע ארויסצעווארפן אידן פון זייערע הייזער ווייל זיי האבן זיך נישט "אונטערגעווארפן" די קריסטליכע רעליגיע.

לייג נישט אן די אלע רשעות אויף זיין הייליגן טאטן.
זיי רעאליסטיש, ר' אלימלך וועט די אלע אידן נישט קענען אויספירן צו שיקן קיין "עזאזאל" ווייל לויט ווי איך פארשטיי איז קאנאדא א דעמאקראטיש לאנד, און דער פראנצויזישער ריכטער האט פונקט אזוי ליב ר' אלימלך מיט זיינע מענטשן ווי די "ברייטע ביבער היטן מיט פיאות ביז צו די פיס". און פונקט ווי ער פארשיקט נישט ר' אלימלך קיין "עזאזאל" כאטש ער גייט אויך מיט א "ברייטן ביבער היט" מיט "פיאות ביז די פיס". און זיינע קינדער גייען נישט אנגעטאן ווי די גוי'אישע קינדער, זיי רעדן נישט ענגליש אדער פראנצויזיש, וועט ער אויך נישט לאזן פארשיקן די אנדערע אידן.

ביבער שרייבט
דעס זענען די זעלבע קראנקע בני יואל וואס מען האט פארשיקט פון מאנרא...
א יישר כחכם פאר די אינפארמאציע, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז די בני יואל זענען שוין נישט אין מאנרא.
האק דיר ארויס פון קאפ אז מען קען "פארשיקן", עס איז נישטא אזא זאך אויף די וועלט, מען קען בויען א נייע שטעטל און זיכער מאכן בשעת מען בויעט נישט אריינצונעמען וועמען מען וויל, אבער די מינוט וואס איינער וואוינט אויף א פלאץ קען מען איך נישט פארשיקן.
מענטשן האבן א טעות און ווילן קאפירן "קרית סקווירא" אז דארט האט מען פארשיקט מענטשן, ס'איז שתי תשובות בדבר, קודם כל איז בימים ההם סקווירא געווען א פיצל פלאץ, און ס'האט טאקע אויך געקאסט א פרייז, אבער ס'איז געלונגען, היינט איז א צווייטע וועלט, אויב זאל חלילה פאסירן א מחלוקה צווישן די סקווירא קינדער וועט מען קיינעם נישט קענען פארשיקן, אדרבא קוקט דורך די מאפע און צייגט מיר אן וואו מ'האט היינטיגע צייטן פארשיקט מענטשן מיט געוואלד?
עס איז צענדליגער חרד'ישע פלעצער אויף די וועלט ווי דער רוב וויל "פטור ווערן" פון א מיעוט, און ס'איז פשוט נישט מעגליך, ס'איז דא לענדער וואס ווילן פטור ווערן פון מינאריטעטן און זיי קענען פשוט נישט. דער חילוק איז אז אין דיקטאטורישע רעזשימען פירט מען מלחמות מיט די מינאריטעטן און דער גאנצער פאלק ליידט דערפון, מען וואקסט אויף מיט שנאה די קינדער זענען געדעמדזשט פון די אלע מלחמות, און דעמקראטישע לענדער פרובירט מען זיי אריינצונעמען אין בילד, און אזוי האט מנוחה ושלוה.
די בני יואל האט מען נישט "פארשיקט" פון מאנרא, מען האט פשוט אפגעמאכט אז מען קוקט מער נישט אויף זייער זייט און מען גייט זיך בויען אליינס, מען פרובירט זיי צו מאכן אביסל צרות, אבער נישט אזעלכע גרויסע אז זיי זאלן ווערן צעווילדעוועט. און פארשידענע זאכן וואס זענען נוגע דעם עקזיסטענץ פון קרית יואל ארבעט מען אפילו צוזאמען אונטערן טיש.
אמת אז פאר פופציג יאר צוריק וואלט מען געקענט ברוח הקודש קאנטראלירן ווער ס'וואלט היינט געווען געטריי פאר ר' אלימלך אבער אזוי ווי מען האט עס נישט געטאן און דער טאהשער רבי האט אהינגערופן די אלע אידן וואס וואוינען דארט היינט, קען מען שוין יעצט גארנישט טאן.

מבני_בניו
איז דאך פון די קלוגסטע שרייבערס דא, ער בארעכטיגט נישט דעם גירוש, ער ברענגט נאר ארויס אז די ווידיא איז א שרעקליכע חילול השם, און מיט דעם בין איך הונדערט פראצענט איינשטימוג.
די שאלה איז נאר וועלכע חלק איז די חילול ה', דאס צונעמען די דירה, דאס מוחה זיין, דאס נישט לאזן די מארשאלס אויספירן די ארבעט.
ווען אין וויליאמסבורג נעמען זיך צוזאמען מאסן מענטשן און מען לאזט נישט צונעמען א דירה פון א איד, איז דאס אויך "חילול השם"? קען זיין מען דארף טאקע פרעגן א דעת תורה.

און יעצט צו עבד עברי וואס "מישט זיך נישט אין טאהש".
עס קען טאקע זיין אז "יעדער האפט אז ר' אלימלך וועט ממילא געווינען די מערכה בזכות אביו הקדוש שליט"א ואבותיו הקדושים נ"ע". אבער ר' אלימלך אליין האפט צו געווינען די מערכה "בזכות המשטרה ובית המשפט דמחוז קוויבק". וואס וועלן נעמען די ארימע מענטשן מיט די ברייטע ביבער הוטן און לאנגע פיאות און זיי שיקן אויף עזאזאל, און אנשטאט זיי וועט מען אריינזעצן מענטשן מיט "שטאפענע היטן מיט קורצע פיאות".

טאג און נאכט ביזסטו ביזי מכלומר'שט צו פייטן "מעשה אלמות", אבער דו אליין פארשטייסט אז מען דארף ארויסווארפן אידן אויף די גאס פון זייערע דירות דורך פאליציי, און דאס איז נישט מעשה אלמות...

און להוי ידוע.  אז כבר היה לעולמים אזעלכע זאכען זענען שוין פארגעקומן אין יודישע שטעט אין מיטל אלטער צייטן, אז רשעים האבן זיך פארגלוסט אויף יענעמ'ס דירה און זענען געלאפן צום פריץ וועלכער האט ארויס געווארפן מאשקע'ן אויף די גאס מיט זיין ווייב און קינדער.

די מעשה וואס דו ברענגסט פון וויזניץ איז זייער אינטרעסאנט, אבער פאר דיין אינפארמאציע וויל איך אז די זאלסט וויסן אז זייט מען האט איינגעפירט אין וויזניץ בני ברק דעם ענין פון "שונאים ליסטעס" און ווארפן מענטשן, איז שוין אדורך קרוב צו פערציג יאר פול מיט מלחמות, מען האט קיינמאל נישט געהאט קיין מנוחה, עד היום הזה.
משא"כ ביי די קהלות וואס מען מאכט נישט קיין שונאים ליסטעס, מען מאכט שלום מיט'ן מצב אז נישט יעדער מעמבער איז די זעלבע מדריגה חסיד, האט מען במשך די זעלבע צייט געהאט שלום ושלוה, יא ס'איז אסאך מאל שווער אנגעקומען צו ליידן פון עקסטרעמיסן וואס מאכן זיך אין יעדע קהלה, אבער מען האט זיך געביסן די ליפן, אדער זיי נאכגעגעבן אביסל לפי הענין, נישט געגאנגען מיט אן אייזערנע פויסט, און בשכר זאת האט מען גענאסן פון מנוחה ושמחה. מען האט געהאט ווייניגער מענטשן ביים טיש, קלענערע פארענטשעס, אבער בשכר זאת זענען די קינדער געוואקסן אן שנאה און האס.

געשמאק שרייבט:
די זעלבע מטורפים און משוגעים וואס האבן איבערגעקערט דא אין קרית יואל קערן יעצט איבער דארט אין טאהש.
פארגעס אבער נישט צוצושרייבן, אז ווילאנג מען האט זיך געשלאגן מיט בני יואל, זענען זיי געוואקסן און געהאט די וועלטס געלט, מענטשן האבן א געפיל זיך אנצונעמען פאר גע'רודפ'טע און שוואכערע, און די מינוט וואס מען האט זיך אויפגעהערט מיט זיי צו שלאגן, האבן זיי פארלוירן רוב שטיצערס.

עסקן
פארשטייט אויך אז אין 08 קען מען נישט ארויסווארפן אזוי ברוטאל א אידישע משפחה פון זייער דירה, נאר ער שלאגט פאר מען זאל מאכן דעם רשעות קלוג.

דוד46
כ"ק מהר"א שליט"א, האט קיינמאל נישט געהייסן ארויסווארפן א בחור נאקעט פון די מקוה, פארקערט, מען האט שטרענג גע'קנס'ט דעם בחור וואס האט דאס געטאן אויף די אייגענע האנט. עס  איז קלאר אז ער וואלט קיינמאל נישט געהייסן ארויסווארפן פרויען מיט קינדער פון זייערע הייזער. והא ראי' מען האט עס קיינמאל נישט געטאן.

איןבעיה:
אן אריינגיין אין קיין ישראלישע פאליטיק, איז דאס גאנצע אויפשטעלן ישובים אין גוש קטיף געווען א עקסטרעמיסטישע מתנחל'ישע זאך, און ווען די רעגירונג האט איינגעזען אז ס'איז נישט מעגליך זיי צו באשיצן פון די אראבערס, האט מען אפגעשפארט די ישובים.
איך וויל נישט מלמד זכות זיין אויף די ציונים, אבער זיי האבן זיך אויפגעפירט אסאך איידעלער און מיט רחמנות ווי די טאהש'ע, זיי האבן צוגעשטעלט פאר די ארויסגעווארפענע נייע דירות מיט געלט, מען האט זיי געגעבן צייט אפאר חדשים זיך צוגרייטן, און מען האט זיי פארזיכערט אז מען האט נישט קיין ברירה און אף על פי כן איז דאס געווען טאקע זייער שווער פאר זיי.
אדרבה קוק וויאזוי מען האט זיי ארויסגעווארפן:


 

איך פארשטיי פארוואס מען האט זיי געמוזט אוועקנעמען פון דעם מקום סכנה וואס זיי האבן געוואוינט, אבער קוקט אן מיט וואס פאר א ווייטאג מען האט דאס געטאן.

לאמיר טראכטן א מינוט די אלע אידן זענען געקומען וואוינען אין טאהש ווייל טאהשער רבי שליט"א האט זיך געבעטן מען זאל קומען, ער האט געוואלט אויפשטעלן אן ערליך שטעטל פאר אידישע קינדער.
און פארוואס פארטרייבט מען זיי, ווייל זיי גייען מיט "ברייטע ביבער היטן"?.


לעבעדיגער
איך האב קלארע א אגענדע דא, מען זאל נישט ארויסווארפן אידן פון זייערע דירות!
איך האב געזען פאריגע וואך דעם אשכול פון "ס'איז לעבעדיג אין טאהש" איך האב עס אפילו נישט געעפנט, וואס גייט מיך אן אז אין טאהש איז לעבעדיג.
אבער אז איך האב געזען דעם קליפ, וויאזוי דער שטארקער רודפ'ט דעם שוואכן, ביז יעצט ווען זיי האבן זיך געשלאגן מיט לאווען האבן זיי זיך נישט געוואגט צו גיין אזוי ווייט, ווייל זיי האבן פון אים געציטערט, אבער יעצט אז זיי האבן געסעטלט פאר אפאר מיליאן דאלער, האבן זיי זיך גענומען צו אפאר שוואכע ארימעלייט, מוז יעדער צולייגן א פלייצע זיי צו ראטעווען.


און צום שלוס:
זייטס מיך נישט חושד אז איך האב אזוי ליב די "ברייטע ביבער היטן", אדער איך סימפאטיר מיט בני יואל / נטורי קרתא / קאשוי וכו'. איך דאס בעסטע ליב מיין קרייז, וואס גייען אנגעטוען פונקט ווי איך, און זיי האלטן די זעלבע מיינונגען ווי איך, פרומער פון דעם איז שוין עקסטרעם, ווייניגער פון דעם איז שוין מאדערן. אבער נאכדעם קומט גאנץ כלל ישראל, יעדער איד איז מיין ברודער, זאל ער זיין א בעלזער, א סקווערער, א קלויזנבורעגער א וויזניצער, א קאשויער א בני יואל'ניק, א אגודיסט, א מזרחי'סט, און אפילו א ליובאוויטשער משיחיסט, יעדער שומר תורה ומצות, וואס האלט שבת איז מיין ברודער, און איך וויל נישט מען זאל פארגיסן זיין בלוט.
מיינער א גוטער ידיד איז א וואלונטיר אין "גמח הצלה" פון קרית יואל, ער זאגט מיר אז ס'איז מעשים בכל יום וואס מען העלפט ארויס בני יואל אידן, ווען זיי דארפן הילף ענטפערט מען נישט "ווער געהארגערט".
עס מוז זיין גרעניצן וואס דאס טאר מען נישט אריבערגיין, אידן זענען רחמנים בני רחמנים, און
ארויסווארפן א איד פון זיין דירה איז אכזריות!



תוקן על ידי אידישבלוט ב- 13/05/2008 7:46:54

יהודי לא מגרש יהודי!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאיז לעבעדיג אין טאהש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext