די בושות וואס דער דעילי איד האט אונז אנגעמאכט איז געפערליך. איך טראג עס נישט איבער, און ווען איך רעד צו אנדערע חסידים פון אונזער רבי'ן זאגן זיי מיר די זעלבע זאך.
יעדער וואס האט געזען דעם בלאט די וואך האט געפלאמט פאר בושה, צו זען ווי די אהרונים באלעקן זיך די פינגער אז אזא גרויסער חסיד פון אונזער רבי'ן שליט"א, מהרז"ל, האט געפירט א מנובלישן וועבסייט.
יעצט זעט יעדער איינער אז ווען דער רבי האט מכלומרשט אפגעשטעלט אונזערע מענטשן פון שרייבן אויף היידפארק, איז עס געווען נישט מער ווי א נארישע וויץ, וואס דער רבי האט געטון נאר פאר פובליסיטי כדי אז דער אלגעמיינער זאל שרייבן אז ער טוט אויף פאר אידישקייט
אויב איז נישט גענוג די בושה אז חסידים פון רבי'ן שליטא האבן צוריק אנגעפאנגען צו שרייבן געהעריג אויף היידפארק און צוריק געעפנט א פארום קומט נאך צו די געפערליכע פאטש פון דעם אבישי, אזא גרויסער חסיד פון רבין, וואס האט פאר לאנגע יארן זיך אנגעפיפן אויפן פסק פון רבינו שליטא און געשריבן אויפן אינטערנעט כאילו לאה היה, נישט נאר קעגן די וויזניצע אהרונים נאר אויך סתם אזוי ניבול פה, די בושות זענען געוואלדיג. אנה נוליך את חרפתינו
מיט אפאר יאר צוריק האט אונזער צייטונג דער איד, וואס פארקויפט 50,000 קאפיס א וואך, געשריבן א שטארקע ארטיקל אז מען האט געכאפט אז סאשע האט אליינס אנגעפירט די אינטערנעט פון איר הויז. אונז האב מיר דעמאלטס אויסגעקוקט ווי צודרייטע לוזערס מיטן קומען מיט אזעלכע ווילדע באשולדיגונגען. יעצט קוקן מיר אויס ווי נאכמער קראנקע מענטשן, אז אונז זוך מיר שמוץ ביי יענעם בשעת אזא קראנקער טשיילד מאלעסטער, וואס איז א שיינער איד ביי אונז, פירט אן מיט אזא שמוציגן וועבסייט
פארוואס ציען אלע מנובלים צו אונז? פארוואס? געוואלד. דער רבי שליטא דארף ארויסקומען מיט א שארפע קול קורא אז אלע מנובלים מוזן אריבערגיין צו די וויזניצע אהרונים
נשלח ב-16/5/2008 02:05
יא מיר קענען זאגן ברנה יקצרו מען האט אפ געשפארט דעם טשיילד מלעסטער
אין מיר האבן זיך נישט געמיזט באניצן מיט עקזעקטיוו פאוער
אין די נייעס האט אויך געמאכט העדליינעס אין די פאפאלער יודישער אויסגאבע דער בלאט אויף זייט 20 אז מען האט אפגעשטעלט א שמוץ בךאג אין נעקסטע וואךבעז"ה וועט נאכפאלגן א לענגערע באריכט
אין די זעלבע צייט וויל איך בעטן פינעם ציבור היות מיר האבן באקומען הארטע אינפארמציע אז סיבה וואס האט צי געברנגעט דעם יונגערמאן צי א זעלכע זאכן איז ווייל ער ארבעט
נישט וויל איך בעטן ווער עס ווייסט פין א ארבעט זאל זיך מעלדן ולמצוה גדולה יחשב
איף יו וואנט טו געט פערסאנעל דערצייל זיי מוחל וואס דיין געווענדלעכער ניק איז און מיר וועלן נאכקוקן דיין היסטאריע. דערווייל באהאלטסט דו דיך הינטער א נייער שום וחניכא און אן אנאנימאס בלאג און דו טוסט גענוי וואס אבישי האט געטון.
מיין נאמן איז מעיד אז איך מאך מיך נישט פאר קיין צדיק אבער מאך דו דיך אויך נישט אזא צדיק אז מען דארף גיין צו אבישי צו טרעפן שמוץ. אויב דו ווייסט נישט פון לייכטערע וועגן קענסט דו מיך פרעגן אין אישית. חוץ מזה זענען א מיעוט שבמיעוט פון זיינע פאסטס געווען שמוץ. באלד וועסט דו זאגן אז איך האב מיך געוואלט טויפן. למעשה געדענק איך נישט אפילו איין מאל וואס ער האט געשריבן וועגן קריסטן.
אבער יעצט צום עיקר טענה. אלעס אויף דיילי ייד איז געווען לינקס. אלעס. 100%. ווען ער האט געלינקט וועגן א היימישער יחיד על פי רוב האט ער געלינקט דא צו כל העולם כולו! איז ממילא לאו עכברא גנב אלא חורא און דער חורא איז דא. מען קען זיך דינגן וועגן דער בחור וואס איז אוועק מחמת דראגס און ער האט מפרסם געווען זיין נאמן אבער דאס איז אויך געווען א לינק און סייווי האבן רוב געווסט ווער עס איז.
אויף דעם פארום טוט מען כסדר און נאך אלץ אין דער נאמן פון מלחמת מצווה און לשם שמים באשמוצען דיינים, רבנים, תלמידי חכמים און פריוואטע מענטשן. מען טאנצן אויף די קברים פון טויטע און מען פרייט זיך ווען מען שפארט איין יידן אויף לאנגע יארן. איז זיי מוחל טול קורה מבין עיניך און פריי דיך נישט אויף יענעמס בזיונות און ווייטאג. אז דו ווילסט מוחה זיין און זיי א מוסטער איז קום נישט אהער אוו אל פלייסיז.
נשלח ב-12/5/2008 01:23
איך וויל דא דערמאנען א מעשה פין אכט יאר צוריק
סאיז דא וואס געדנקען דער סייט פין סאטמאר רעפארט וואס סאך הכל איז עס באשטנען פין פינעף בלעטער זשאקס אויף משה פריעדמאן אין איין טאג האט משה פריעדמאן געלאנזשאט א העווי אינוועסטיגעשען אין סהאט געצויגן פעדימער צי בי ענד עיטש
דעמאלס איז געלאפן ארטיקלען אין דער יוד אפאר וואכן אז מען האט געכאפט א גאנצען נעץ פין מניוולים אין מושחתים, וואס סך הכל ווי פריער געזאגט איז געווען אפאר וויצן אויף משה פריעדמאנ'ס חשבון, קיין איין זאלי האט דעמאלס נישט געבעטן מען זאל עס דן ביי א דין תורה,
מען האט נישט דערמאנט קיין ווארט פין כבוד המשפחה, סהאט קיינער נישט געפרעגט צי סאיז אמת אדער ליגענט
למשעה יעצט האט מען געכאפט א מניוויל וואס סאיז נאך נישט געווען קיינמאל בעפאר
ער האט זיך מודה געווען, זיין משפחה זאגט אז סאיז ער,אין זיי זאגן אז ער גייט ארויס ווארפן דעם קאמפיוטער פין שטוב, אבער ווי באלד ער האט געדעקט די זאליס וועלן אים די זאליס מאכן פאר צדיק אין אימשולדיג אין די וואס האבן אים געכאפט זענען מלבין פני חבירו
דעס הייסט אשר התרתי אסרתי ואת אשר אסרתי התרתי
נשלח ב-12/5/2008 01:10
ענדע צדיק
ענדע_צדיק כתב:
. איך פלעג גיין צו אים כמעט יעדן טאג פשוט ווייל אסאך לינקס זענען געווען אינטערסטאנט
.
די פלעגסט גיין צי אים ווייל די האסט ליב געהאט חאזריי אין מאכט דיך נישט פאר קיין צדיק