בית פורומים כל העולם כולו

א גאלדענע צוקופנט פאר קרית יואל אי"ה - יוני 5 הבעל"ט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/5/2008 18:35 לינק ישיר 
א גאלדענע צוקופנט פאר קרית יואל אי"ה - יוני 5 הבעל"ט

מיט גרויס פרייד איז באקאנט געווארן די בשורה טובה אז תושבי קרית יואל גייען אי"ה האבן א מעכטיגע נייע יושר'דיע פארטרעטער אין ווילידזש האל, אנגעהויבן פון קומענדיגן יוני 5 הבעל"ט, תיכף ווי עס וועלן אי"ה געשלאסן ווערן די וואל בודקעס אין קרית יואל.

מיט די קאנדידאטור פון הרה"ח ר' ישראל בער האלצער הי"ו
און הרה"ח ר' שלמה פעדער הי"ו

ר' ישראל בער איז נישט קיין פנים חדשות אינעם פעלד פון צדקה וחסד אין קרית יואל
ער איז א ברייט באקאנט מיט זיינע וואוילטעטיגע אקטן און טאטן פאר הונדערטער משפחות אין קרית יואל, און וועט אי"ה דאס ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת ועז, אלס טראסטי אין ווילידזש, ווי יעדער וועט אי"ה געניסן פון זיינע געוואלדיע לייסטונגען בעניני הכלל והפרט, צי איז עס לעגאלע הילף, האוזינג אישוס, ועוד ועוד.

ר' ישראל בער איז אויך א געוואלדיגער מתווך אין אויסגלייכן סכסוכים בין אדם לחבירו, און איז א אוהב ורודף שלום, מיט א ליבליכן שמייכל און גוט ווארט פאר יעדן.

טראצדעם וואס די הירש/ווידער/סעגעדין רעזשים איז ליידער באקאנט מיט זייערע טרויעריג-בארימטע השחתות ביי יעדן וואל קאמפיין, איז צום האפען אז זיי וועלן דאסמאל האבן שכל, און נישט אנהייבן מיט זייער טעראר און השמצות און באשמיצונגען.

1) ווייל עס וועט זיי סיי ווי נישט העלפן.
2) ווייל זייער ציבור וועט נאכמער אויפקאכן קעגן זייער פינטסערע רעזשים (עקשטיין ועוד)
3) ווייל עס איז א שאד אויף יעדע פרוטה וואס זיי וועלן אויסגעבן.
4) ווייל דעמאלטס וועט זייער דורכפאל נאר גרעסער ווערן.
5) ווייל יעצט וועט עס שוין זיין א פערזענליכער שאס פאר דעם "גרענד ראביי" אליינס.
6) ווייל יעצט וועט זיך די גאנצע וועלט איבערצייגן ווער סאטמארער רבי איז באמת.

עס איז גלייכצייטיג ווערט ארויסצוברענגען די געלונגענעם קאמפיין וואס ווערט איצט געפירט, אן קיין שום פראפעגאנדע און שמוץ, אלעס בדרכי נועם און שטיל, און קיין שום ביטול תורה חלילה.

און מיר רופען אויס צו די הירש/ווידער/סעגעדין רעזשים, נישט צו פירן קיין ווילדע שמוציגע קאמפיינען, און נישט גורם זיין קיין ביטול תורה, והתולר תלוי' בצוואריכם.

פרטים יבואו



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2008 22:21 לינק ישיר 

שלחןערוך, פיין געזגאט.

ר' שלמה פעדער איז טאקע נישט קיין נייער פנים ביי אינז, ער איז שוין צום פערטען מאל טראסטי... די ווילידזש וואלט שוין געמעגט מאכן טוירם לימיט'ס. כ'מיין, וופיל מאל קען דען איין מענטש זיין טראסטי?... דער עולם איז שוין זייט פון אום אלץ טראסטי...

ר' ישראל בער האלצער איז אויך נישט קיין נייער פנים אין שטעטל. וואס רעדסטו? הונדערטער מענטשן זענען שוין ביז היינט געהאלפן געווארן דורך אום א דאנק זיינע פילצאליגע ידיעות, צו זאל עס זיין לעגאלע הילף... צו האוזיג אישו'ס... לאמיר האפן אזוי אויך אויף ווייטער...

א פאנדרעיזער איז ער זיכער געווען א גוטער...

ב"ה, דער קלינער קאמפיין האט זיך שוין אנגעפאנגען דא אויף הייד פארק, און ווי איר זעט טאקע אן קיין שום שמיץ אדער נעגעטיוו..

כה לחי!

אחרי כן יקרא לך "עיר הצדק"......(איר געדענקט נאך די אויסגאבע?)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/5/2008 23:51 לינק ישיר 

אויב דאס הייסט א קאמפיין, האסטו זעט אויס זייער א קליינעם זכרון.

אבער מיין ציל איז נישט דא צו קאמפיין, נאר צו גראטולירן די נייע טראסטיס, וואס וועלן אי"ה אריינקומען דעם קומענדיגן יוני 4.

1) אדאנק די רשעות פון די פארשטאלענע סעגעדין רעזשים
2) אדאנק אייער פארפוילטן דוד עקלשטיין.
3) אדאנק אייער היידפארק רבי. הולך בערכאות, וואס מאכט זיך יעדן טאג נאך און נאך שונאים, כן ירבו.
4) אדאנק אייער רשעות מיט ר' א.י.ל. וד"ל
5) אדאנק די רויבעריי פון די די אכזרים מאיר הירש דילי.

ר' ישראל בער האלצער וועט אי"ה צוריקשטעלן קרית יואל, אזוי ווי מרן רביה"ק והטהור בעל ויואל משה האט עס אויפגעבויט.

DON'T BLAME ME. איך בין נאר דער מעסענדזשער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2008 01:11 לינק ישיר 

אויב זיכט איר איינער וואס זאל צוריקשטעלן דער שטעטל אזויווי רביה"ק דער דברי יואל ז"ל האט געוואלט דאן וואלט איר געדארפט אויסוועלן מנשה פילאפף פאר טראסטי....

ווער נאך ווי אום ווייסט וואס דער רבי ז"ל האט געוואלט??..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2008 01:49 לינק ישיר 

וואס הייסט ווער?


ר' ח"ל כ"ץ...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2008 21:58 לינק ישיר 

דוד, איך ווייסט נישט ווי אלט דו ביסט, קוקט אבער אויס אז נישט צו אלט.
ר' חיים לייב כ"ץ האט זיך געווייקט ביים זעלבען רבין ז"ל ווי רז"ל פילאפף ר' מנשה פילאפף רש"ל ווייננבערגער וכו' וכו', און ביידע האבן זיך פארפלאנטערט ערשט ביים ברך משה, דער חילוק איז נאר אז רז"ל פילאפף מיט ר מנשה וכו' זענען צוריק כשר געווארן ווייל די עשה פון באגראבן רבינו שליט"א איז דוחה די לא תעשה פון נשיא בעמך לא תאור, משא"כ רח"ל האט אין זיין לעבן נישט געטון א פעולה בקום ועשה איינעם צו באגראבן ממילא איז ער נישט גענוג כשר פאר די זאלונישע פארטיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2008 23:09 לינק ישיר 

ס'ווערט יעצט געמאלדן אז ר' ישראל בער האלצער, די צוקונפטיגער ווילידזש טראסטי האט גרויסצוגע פלענער פאר די צוקונפט פון קרית יואל.

ער גייט אי"ה דורכפירן א געזעץ אז די גארבידזש זאל גענימען ווערן עטליכע מאל א טאג. נישט ווי די ווילידזש פירער האבן איינגעפירט אזוי געמיין אז עס ווערט נאר גענימען צוויי צו דריי'מאל א וואך.

עקסטער גייט ער שתדלן ביי די אלבעני סטעיט באאמטע אז די "אשת חיל קימפעטארן היים" זאל אויך דינען פאר תלמוד תורה און בית חינוך לבנות איבערן טאג, אזוי ארום אז די קינדער וועלן קענען זיין נעבן די מאמע די גאנצע טאג און נישט זיין אויף הפקר. גענוי ווי די רבי ז"ל האט פארלאנגט.

א סוירוועי ווערט יעצט דורכגעפירט דורך ר' שלמה פעדער - דער אמטירענדער טראסטי - איבער ביליגע דירות אין קרית יואל.

ער האט אין פלאן אראפצוברענגען עטליכע הונדערט טרעלער'ס ווי מ'וועט קענען קויפן א דירה פאר אינטער הונדערט דאללער א סקווער פיס! וואס די רווח דערפון וועט גיין פארן חשובן מוסד "חמלה ואמונה"

ער טענה'ט אז אויב קען זייער בית רחל מיט עטליכע טויזענט קינדער.. זיין אין עטליכע טרעלער'ס אויף א פארקינג לאט פארוואס זאל מען נישט קענען געהעריג וואוינען אזוי?

די אלע פלענער ווערן אויפגענומען מיט גרויס צופרידענהייט צווישן די קרית יואלער איינוואוינער.


אחרי כל יקרא לך "עיר הצדק"....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/5/2008 23:55 לינק ישיר 

בערקינג ניוס

א פרישע פרי אנקעטע האט געוויזן אז די פעדער\האלצער\שווימער\ווייס\באנדא\וכ' טיקעט
וועט געווינען מיט 66% פארצענט ארויף מיט 5 פארצענט פון אפאר יאר צירוק
ציליב זייער גוטע ארבייט

מ'האט שוין באשטעלט טויזענטער היי לייס און פריזביס
ווי אויך האט מען שוין געדינגען א מעכטיגע קאמפעני פון ריטייערטע פאליס
וואס וועט זיכער מאכן אז יעדער זאל קענען שטימען אן קיין פחד אזוי ווי פאריגע מאל

הכונו הכונו,,,,,,,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/5/2008 00:33 לינק ישיר 

לעבעדיגער, ס'דערקענט זיך ביזט נישט קיין קרית יואלער. די גארבידזש אין קרית יואל ווערט צוזאמגענומען פינף טעג א וואך, נישט נאר דריי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2008 00:47 לינק ישיר 

איך האף נאר צו טרינקען א גלעזל משקה פאר יעדע גוטע דזשאוק וואס עס שיסט דא איצט.

די צרה איז אבער, אז JUNE 5, וועט איר אלע זיין אין די בונקערס און מויזן לעכער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/5/2008 01:10 לינק ישיר 

הער מיך אויס, מ'ברויך אייביג מורא האבן און זיך רישן אויף דאס ארגסטע.

אויב חלילה ברויכן מיר לויפן אין די בונקער'ס יענער טאג קענט איר אינז געבן גענוי אנווייזונגען וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די בונקער'ס?

איר זענט דאך שוין גוט באקאנט דערמיט. איר ניצט עס יעדע צוויי יאר ביי אייער פייערונג נאכן געווינען די וואלן...

אפשר גאר קענען מיר ארויסדינגען פון אייך עטליכע שטיק דערפון. א גוטער פלאן. נישט אזוי?


אפדעיט:
א ידיעה קומט יעצט אז ר' ישראל בער האלצער איז יעצט געווען אויפן ציון פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע (זייענדיג א דורכגעווייקטער תלמיד) און אום איינגעמאלדן אז ער לויפט בשעה טובה ומצלחת פאר טראסטי אין זיין הייליגער שטעטל אויף וואס די רבי האט אום גארנישט גענטפערט און ער האט אנגענומען אלס מדשתקי רבנן שמע מינה.... 

גענוי ווי עטליכע יאר צוריק ווען דער מעיאר זאל זיין געזינט ר' מענדל האט (געזאלט) באקומען א ברכה פון רביה"ק זי"ע,

ווער געדענקט דען נישט ווי מ'האט אויסגעריפן ביים גענעראל פארזאמלונג אז ר' מענדל האט היינט באקומען א ברכה פון רבין זיין געזינט (דאן נאך בחיים חייתו) און דער עולם האט זיך אזוי געפרייט אז ס'איז ארויפגעקומען א שמייכל ביי אלע באטייליגטע פון אויער צו אויער....

אין אנדערע נייעס ווערט יעצט געמאלדן אז די גאר לעצטע גאלאפ פאול צווישן די קרית יואלער איינוואוינער ווייזט אז די פעדער/האלצער  טיקעט ציעט אן מיט א מערהייט פון 89 קעגן בלויז 6 פראצענט ביי קליינע קינדערגארטן קינדער.

ווי זיי געבן אן איז די הויפט סיבה דערצו וויבאלד זיי גלייבן אז עס וועט אויך ביי די היי יעריגע וואלן פארטיילט ווערן די פריסבי'ס, הייזקעלעך און קי-טשעינס.

5 פראצענט קינדער האבן נאכנישט אפגעמאכט וואס צוטוען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/5/2008 01:37 לינק ישיר 

די ארויניס זענען די גרעסטע לוזערס אין מאדערן היסטאריע, זיי פרובירן צו פארגלעטן זייער מיאוסע קאורט דורוכפעלער אין וויליאמסבורג מיט דעם אז זיי אטעמען נאך אין מאנרא, און די צייט וואס די זאלויניס פירן אלעס אין וומ"ס - די הופט קוואטיר פון סאטמאר - זיצן זיך דארט זייער באקוועם או קיין דאגות, שוויצן נעבעך די אהרויניס יעדע 2 יאר אין מאנרא, זיי זענען בהול אז אפשר גייט מען זיי דאסמאל שחט'ן נעבעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א גאלדענע צוקופנט פאר קרית יואל אי"ה - יוני 5 הבעל"ט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext