|
|
| נשלח ב-12/5/2008 19:58 |
|
| |
רופא חולים העכער אלע ערווארטינגען
נעכטען נאכט איז פארגעקומען די גאר וויכטיגע טיי אוונעט פאר די אלעמען באקנטע (RCCS )רופא חולים קענסער סאסייטי וואס דער צווער איז איבעריג ארויס צי ברענגען העלפט ארויס יודין פין אלע שיכטן אין קרייזן פאר די וואס דארפן ל"ע דורך גיין די ביטערע מחלה די קימא טארפאי אין דעקט אינגאצען די קאסטן פאר די רפיאות
סאיז דארט געווען קיין עין הרע אלפים יודין פין איבראל סאטמאר ,פאפא,וויזניץ, באבוו,סקווירא,בעלז
דער זאל עטערת אברהם איז געווען געפאקט אין כדי דער עולם זאל האבן געדולד האט מען געלייגט גרויס סקרינס וואס האט צי געגעבן צי ארדענוג,
מען האט דארט געהערט רעדעס פין הרב החסיד ר' בינימין הירש
מיט זיין טאטן דער זקן וישיש ר' אבא לאויש"ט זיין זין ר' יעקב האט אוועק געגעבן דעם זאל
מען אויך געהערט פין הרה"ג ר' מרדכי אהרן מייזעלס רב איחוד התלמידים דסאטמאר ווילאמסבורג וואס ר' מרדכי אהרן'ס מעשים פאר די נצרכים ארויס צי ברענגען איז אין מספיקין אין אין מפסיקים אום גלויבליך
אויך האט מען געהערט פין הרב החסיד ר' מאיר שניצלער פין M.R.A.וואס טוט זייער אסאך פאר די יודין ל"ע
אויך האט מען געהערט א דראמטישע דרשה פין הרב בנש"ק ר' זלמן לייב הארוויץ בן כ"ק אדמו"ר מסיפנקא זי"ע אין איידים ביי כ"ק אדמו"ר מגלאנטא שליט"א וואס האט אראפ געלייגט וואס זיין טאטע דער ספינקער רבי האט מיט געמאכט פאר קיין שום יוד געזאגט איבער צוויי יאר , אין ער האט צי געברענגט די פאקטן פארן ציבור ווי וויכטיק רופא חולים איז
אויך האט גערעדט ר' הערשל קאהן וואס איז דער פיאנאר אין דער ערפינדער פין דעם ריזין צדקה ארגענאזציע וואס ווארפט געלט פאר ווער אימער ס'ברויך אז די דאגה פין געלט זאל נישט זיין ביי קיין חולה אין מען זאל זיך קענען היילן מיט א רואיגן געמיט
אין דער הויך פונקט איז געווען די דרשה פין הרב דוננער פין לאנדאן וואס האט עלקטערזירט דעם ציבור
אין וועל ענדיגען וואס ר' הערשל זאגט אייביג
דער רבוש"ע זאל העלפען אז דער מוסד זאל זיך פארמאכן אין קיינער זאל נישט מוזן צי קומען דערצו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2008 09:25 |
|
| |
ב"ה אלע וויכטיגע און גרויסע ארגאנאזאציעס זענען כלל ישראל זאכען . און זיי האבען נישט קיין שייכות מיט קיין שום פארטיי. (למשל אזוי וויא רב טוב . אדער התאחדות הרבנים . קרן הצלה. וכדומה וואס זיי באלאנגען צו סאטמאר וועגען דעם האבען זיי אזא פנים)
ווער געדענקט דען נישט ווען הרה"ח המרומם רבי הערשל וועבער שליט"א האט מייסד געווען די הייליגע חברה הצלה. וואס דאס איז הצלת ישראל ממש. האט סאטמאר געוואלט מנדב זיין א אמבולאנס בתנאי עס זאל הייסען חברה הצלה דסאטמאר . אזוי וויא ביקור חולים דסאטמאר
(די גמרא זאגט(חולין דף ס"ג) למה נקרא שמה חסידה שעושה חסד עם חברותיה(איז דאך די קשיא אז טאמער ער טוט חסד מיט זיינע חברים פארוואס איז ער א עוף טמא? דער תירוץ איז אז ער טוט נאר חסד נאר עם חברותיה פאר וועם עס באלאנגט צו זיין ארגאנאזציע)
און רבי הערשל האט לוחם געווען דערקעגן בכל תוקף ועוז.
(דעמאלס איז נאך די גאס געווען זייער שטארק אונטערגעדריקט אינטערן סאטמארען כח)
און ווען מען האט מיט געוואלד אויפגעשריבן אויף א אמבולאנס דאס ווארט ד'סאטמאר . האט עס רבי הערשל געהייסען אויסמעקן.
ווייל לשיטת סאטמאר דהיום וואלט די הצלה נישט געטארט מציל זיין איינעם וואס טראגט מיטן עירוב.
ווייל די גאנצע טעם פארוואס מען מעג מחלל שבת זיין צו ראטעווען א יוד איז נאר ווייל די תורה זאגט . מען זאל מחלל שבת פאר עהם כדי ער זאל קענען היטן נאך א סאך שבתים . אבער פאר א מחלל שבת טאר מען נישט מחלל שבת זיין .חלל עליו שבת אחת כדי שישמור שבתות הרבה(יומא פ"ה) )
און ווען רז"ל ט"ב האט געהאלטן דרשה חוה"מ תשס"ג אין סאטמאר ראדני
האט ער געזאגט . אז דער וואס האט געמאכט דעם עירוב דא אין וויליאמסבורג . האט נאך נישט אריינגעלייגט די הענט אין קאלט וואסער א טובה טאן פאר א יוד . נאר דעם עירוב האט ער געמאכט בכלומערשט א טובה טון פאר יודען.
וויאזוי שעמט זיך נישט איינער וואס איז קוים געווארן א רב דא אין וויליאמסבורג קעגן רוב מענטשן פון סאטמארע קהילה און קעגען רוב קהילות דא אין די שטאט. פאפא. ווין . וויזניץ ב"ב. סקווירא. בעלזא. קלויזענבורג. מאנכנובקא. . און האט נאך טאקע נישט געטון קיין שום טובה פאר אונדז תושבי וויליאמסבורג. נאר אנגעזייעט מחלוקה. טעראר . רשעות. שנאת אחים. פריצות וואס בחורים שקצים שרייען אויף פרויען און מיידלעך . ארעסטירט בחורים. חרוב געמאכט דעם כח פון רבנים און פון סאטמאר בפרט. . (ווער געדענקט דען נישט דעם ערשטען שבת תשס"ג דעם שווארצען שבת וואס ווען נישט די פאליציי וואלטן זיי געהארגעט יודען אזוי וויא די נאציס און אנשי סדום רח"ל)
קומט אזא איינער און האט אזא בלעכענעם פנים צו זאגען אויף א יוד וויא רבי הערשל וועבער שליט"א וואס חוץ דעם וואס דער אייבישטער זאגט אויף עהם (בבא בתרא י"א) כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא מיט דעם וואס ער האט געמאכט די חברה הצלה. און נאך צענדליגע זאכען וואס הרה"ח המרומם רבי הערשל שליט"א האט געטון פאר חסד לאברהם וכדומה. (און וויפיעל רעביס שטייען איין ביי עהם אכסניא של תורה. הרה"צ מטשערנאבעל. . און נאך חכמים פון א"י וכדומה) . קומט ער זאגען שקר וכזב ברבים אז ער האט נאך נישט אריינגעלייגט די הענט אין קאלט וואסער פאר יודענס וועגן. . שעמען מעג ער זיך . (נאר אין דעם היינטיגען עולם השקר קען אלעס פאסירען רח"ל)
ברוך השם מען קען אויסרופען מיט פאטאס און מיט דאנק צום הייליגען באשעפער אז אלע היינטיגע הייליגע ארגאנאזאמיעס. וויא טאקע רופא חולים. חברה הצלה. שומרים. חברים. בוני עולם . עי טיים. וכדומה. האט ער וכת דילי' נישט ארויפגעלייגט זייערע לאפעס. נאר עס איז נחלת הכלל. כולו.
א שאד א שאד וואס דער הייליגער כולל שומרי החומות. מוז האבען נשיאים. ווייל אמאל ווען דער חת"ס איז געווען נשיא וכדומה. איז דאס געווען א אומפארטייאישע זאך. כמובן.
(קרן השביעית האבען זיי ארויפגעלייגט די לאפעס האט עס דאהי פארלוירן די ווערט . מען האט גענומען דעם קוממיותער רבס זון וואס זיין טאטע ז"ל האט געפייערט אז יעדער איז מחוייב צו גיין צו די בחירות און מען האט עהם געשלעפט קיין סאטמאר כדי צו שטארקן זייער פארטיי)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2008 05:16 |
|
| |
מיך באדערט אז אונזער עולם איז נישט ציגעוואינט צי דעם.
בשעת'ן געבן געלט האב איך (בטעות) אריינגעקיקט אינעם לאמטערנע, איך בין שיעור געווארן א "סגי נהור" ל"ע.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2008 03:44 |
|
| |
יודעלע טרייב נישט איבער מאך עס נישט פאר אזא פירצה דער פאטנעט ברענגט אסאך געלט
אין ביי די וועי סאיז מן הסתם פין די קליינע עבירות וואס ווערט אפגעטוען אין דעם זאל
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2008 20:44 |
|
| |
אז מען רעדט שוין פין די דינער, וויל איך ארויס ברענגען א געוויסע נקודה, עס האט נישט דווקא צו טאן מיט רופא חולים, נאר מיט די אלע ארגינאזאציעס וואס האבן לעצענס אנגעהויבן מאכן דינערס ביים היימישען עולם, (למשל בוני עולם אדער עי טיים וכו').
עס איז דא א נייע פירצה מען שטעלט אויף ווידיא סקרינס אין זאל, אז מען זאל קענען מיט האלטן די דינער סיי אין זאל אין אידערויסען, אין אויך כאפט מען אפ די גאנצע דינער אויף ווידיא, אין נאכדעם ווייזט מען א ווידיא\סלייט פארן עולם. אין עס זיצען דארט רבנים אין מורה הוראה ואין פוצה פה ומצפצף קיינער טרויט זיך נישט צי זאגן א ווארט.
עס איז א חרפה אין א בושה אז מען מאכט אזעלכע דינערס ביים היימישען עולם, די ארגינאזאציעס האבן דאס געברענגט פין זייערע דינער וואס זיי מאכן אין די מאדעראנע פלעצער, וואס דארט מוז מען אזוי מאכן א דינער. אבער ביים היימישען עולם פארוואס פעלט עס אויס, ווער דארף עס דא ביים היימישען ציבור, דאס ברענגט נאר אריין קאלטקייט אין די איסור אויף ווידיא וכו'.
עס דארף ארויסגעבענגט ווערן לשבח הרה"צ ר' אליעזר זאב האגער שליט"א וואס ער האט זיך אויסגענומען אז ווען ער איז דארט טאר נישט זיין קיין בילדער אין די ווידיא, אין טאקע ווען איז ארייגעקומען האט מען אויסגעלאשען די סקרינס.
נאכאמאל וויל איך דא קלאר מאכען אז רופא חולים איז א הייליגיע מוסד אין א וויכטיגע מוסד, (איך האב טאקע נעכטן זיי געגעבן א שיינע סכום פארן דינער), אין מען דארף זיי געבען אסאך געלט אין איך מיין נישט זיי אבער די אנדערע ארגינאזאציעס זיי זענען אלע וויכטיגע זאכן, איך רעדט נאר בכלליות פין די נייע זאך וואס איז לעצענס געווארן ביי זייערע דינערס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2008 20:39 |
|
| |
און איר האט פארגעסן נאך איינעם...
איינער האט אויפגעטרעטן אנשטאט די "בדודי הווא עובדי" וואס האט ליידער נישט געקענט אנקומען דארט. (איך ווייס נישט וויאזוי ער הייסט)
יישר כח רב ביבער פאר אייער באשרייבונג. עס איז געווען א הערליכער דינער און טיילמאל זייער עמונציאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2008 20:06 |
|
| |
ביבער פין איינעם האסטו פארגעסען, דעם גאון בחסד הרה"צ ר' אליער זאב האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'ווישניץ שליט"א וואס האט אויפגעטרעטן מיט זייער א שיינע דרשה
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|