בית פורומים כל העולם כולו

תושבי מונסי: קומט ארויס וואוטן MAY 20

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/5/2008 08:51 לינק ישיר 
תושבי מונסי: קומט ארויס וואוטן MAY 20

איך בין געווען זיכער אז איינער וועט שוין עפענען א אשכול דערוועגן אבער אזויווי איך זעה אז עס האלט שוין גאר נאנט פאר די וואלן האב איך געמיזט עפענען...

אלע תושבי מונסי וואס פלאגן זיך שווער צי צאלן די שווערע סקול טעקס וואס די סקול דיסטריקט פארלאנגט אין זיי ווילען כסדר אז מ'זאל באצאלן נאך מער אין איר ווייסט אוודאי אז פאר די אידען געבן זיי פארשטייט זיך גארנישט פלאס גארנישט אין זייער אפעטיט פאר נאך געלט וואקסט אויך מיט יעדע יאר בעטן מיר אז יעדר וואס איז שוין 18 יאר זאל קימען שטימען NO פאר די סקול בודשעט.
ווי אויך פאר די קאנעדאטן פאר די סקול באורד
אהרן בנציון ווידער
משה האפשטיין
אגב איך מיין אז לעצטע יאר האבן אינז געהאט 3 קאנידאטן ביטע מיר פאררעכטן אויב איך האב א טעות...

_________________

 
 
          




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/5/2008 10:11 לינק ישיר 

אזא סקאנדאל ווי ס'קומט פאר אין מאנסי איז נאכנישט געהערט געווארן.

זיצן זיך אפאר אידעלעך אויף א סקול באורד און די איינציגסטע זאך וואס זיי טוען אויף איז אז זיי העכערן די טעקסעס יאר איין יאר אויס.

און פאר וועמען?

רוב סקול דיסטריקט באשטייט פון פרומע אידן וואס שיקן זייערע קינדער צו ישיבות, די פובליק סקול קינדער פאלן און פאלן יעדן יאר, ס'שטייען ריזיגע בילדינגס ליידיג ווייל ס'איז נישטא ווער ס'זאל זיי אנפילן, און דער בודזשעט וואקסט און וואקסט, טראצדעם וואס די הוצאות פאלן און פאלן. וואו אהין גייט די געלט פון מאנסיער איינוואוינער? מיט'ן געלט וואס מען שלעפט ארויס פון די אידישע עלטערן קען מען דאך קויפן פאר יעדן קינד אן עקסטערן סקול באס!

פון אלע חרדישע געגנטער אין גאנץ אמעריקע באצאלן מאנסי איינוואוינער די מערסטע טעקס פער פובליק סקול קינד, און וואס באקומען די חרדישע עלטערן דערפאר? גארנישט, נישט קיין טראנספארטעישאן און קוים עפעס ספעציעלע הילף.

די גרעסטע בושה פון אלעם איז נאך אז דער סקול באורד באשטייט פון א רוב פון פרומע אידן, און זיי באשטעטיגן יעדע יאר די געהעכערטע טעקסעס, אן קיין שום פראבלעם.

אלע תושבי מאנסי דארפן ארויסקומען און שטימען פאר אהרן (בנציון) ווידער, און צום ערשטן מאל אריינרוקן א חסידישן יונגערמאן, א ווארעמער איד.

אהרן בנציון ווידער וועט זיך רעכענען מיט די אינטערעסן פון די געפלאגטע מאנסיער עלטערן, און זיכער מאכן אז ס'קומט א סוף צו די פארשווענדערישע בודזשעטן וועלכע עסן אויף די ארעמע פארדינסטן פון מאנסיער איינוואוינער.

רעמעפא האט שוין אזוי אויך איינס פון די העכסטע טעקסעס פון גאנץ ניו יארק.

גייטס אלע ארויס שטימען און שטימטס נאו פאר'ן הימל שרייענדן סקול בודזשעט
און שטימט אריין דעם היימישן ווארעמען יונגערמאן אהרן בנציון ווידער, דער קאנדידאט פון תושבי מאנסי און דער קאנדידאט פון די ספעציעלע קינדערלעך וועלכע דארפן נעבעך צוקומען צו הילף פון די סקול דיסטריקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2008 13:34 לינק ישיר 

זיסקייט איך מעג צילייגן צי דיינע ווערטער?
איך האף אז מ'געדענקט וואס זיי האבן געטוהן צי די טייערע נשמות פין המספיק אין פין די אנדערע ארגעניזאציעס וואס מ'דארף זיך רייסן מיט זיי הענט אין פיס ביז מען קען עפע ארויס באקימען פין זיי

_________________

 
 
          




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/5/2008 01:24 לינק ישיר 

די בלאט האט א לענגערע ארטיקל וועגן די וואלן

_________________

 
 
          




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/5/2008 08:08 לינק ישיר 

איך בין מציע יעדן איינעם בפרט תושבי מאנסי צו הערן די אינטערוויו מיט ר' בנציון אין ר' משה אויף קול מבשר.

212-444-1100

דרוקט קנעפל 3 דערנאך 55 אין דערנאך #.



תוקן על ידי חיים_נחום ב- 18/05/2008 8:08:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/5/2008 08:27 לינק ישיר 

אין אסאך בתי מדרשים אין בפרט א בית המדרש ווי עס דאווענט דארט א ארבעטער פין המספיק איז געוועהן א בקשה פין אים אז מ'זאל גיין וואוטן...

אין אויך ר'יעקב הורוויץ געהאלטן א דרשה ביי ר'חיים יהושע'ס ביה"מ אין געבעטן פים יעדן ארויסציגיין שטימען

איך מיז דא דאנקען א מענטש וואס פאר די לעצטע פאר יאר ארבעט ער זייער שווער צי קאמפיינען אין רעדן צי מענטשען צי גיין וואוטן איז מיין אמאליגע שכן ר'קלמן וועבער הי"ו
עס קימט זיך אים א גרויסן דאנק פין אלע תושבי מונסי

_________________

 
 
          




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-19/5/2008 20:08 לינק ישיר 

עס וועט זיין פרי ריידס צי טראגן מענטשען צי וואטן (אפשר וועל איך גאר זיין ענקער דרייווער...)

_________________

 
 
          




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/5/2008 00:16 לינק ישיר 

גייטס ארויס וואוטן. יעדע שטימע פעלט אויס קריטיש.

אויב גייט דער עולם נישט ארויס שטימען NO דעמאלטס וועט מען נישט קענען קאמפלעינען ווען די טעקס וועט ארויפגיין,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2008 06:53 לינק ישיר 

איך האב נישט די פונקטליכע נאמבערס אבער איך וויס אזויפיל אז NO האט געוואנען 75-25 %
אין ביידע אידישע קאנידאטן האבן געוואנען.

איך וויל דאנקען פין טיפען הארץ פאר אלע מענטשען וואס האבן געוואוט אין פאר די אלע מתנדבים וואס האבן געארבעט זייער שווער.
אין אויכעט א ריזיגען דאנק פאר ר'מאיר ווערטהיימער הי"ו וואס ער האט אריינגעלייגט אזויפיל כוחות צי באקימען support פין אלע רבנים.

דרך אגב אויב איינער איז געפארן מיט דרייוער נומבער 4 פין בערך 11 ביז 3 אין דרייווער נאמבער5 פין 8 ביז 10 ביינאכט זאל וויסען אז איך בין עס געוועהן...

_________________

 
 
          




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/5/2008 08:35 לינק ישיר 

פון טיפן הארצן וויל איך מיך באדאנקען בשם איבער 6,000 תושבי מאנסי און ניו סקווירא פאר ר' מאיר ווערטהיימער.

אשריך ר' מאיר.

אתה במאנרא ומצודתך פרוסה במאנסי.

מיט'ן שפארן אזויפיל אידיש געלט וואס וועט קענען גיין פאר בעסערע צוועקן וועט האסטו א געוואלדיגן זכות און דער רבוש"ע וועט דיר זיכער באצאלן כפל כפלים.

און זאלן געשטעלט ווערן צום שאנד קלאץ געוויסע זעלבסט-געקרוינטע פארטרעטער פונעם מאנסיער ציבור וועלכע האבן ביז היינט נישט פארשטאנען פארוואס מען דארף באקעמפן די רשעות וואס איז פראקטיצירט געווארן קעגן דעם עולם.

איין חסידישער רב פון די מאדערנע געגנט פארשעי (ער ווייסט אליינס פון וועמען איך רעד) האט גאר פארשטאנען אז מען טאר נישט לאזן קיין חסידישע אידן אריינקומען אין די סקול באורד, ווייל ס'קען זיין א חילול השם. אפשר איז ער געווארן צו נאנט צו די עקס-חסידים פון פארשעי אז ער מיינט אז ס'איז א בושה צו זיין א חסיד.

לאמיר נאר האפן אז דאס וועט זיין דער אנפאנג און מען זאל אריינרוקן אנדערע חסידישע אידן און צעביסלעך איבערנעמען דעם גאנצן באורד.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/5/2008 10:14 לינק ישיר 

תזכו למצוות אלע תושבי מאנסי, און א ספעציעלע ייש"כ פאר די שיינע אידן מיט די שיפע טאשן וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט צו קומען שטימען און ווייזן א גוטע דוגמא (כ'האב אליין געזען צוויי), כה לחי.

עס קומט ענק קרעדיט, שוין די צווייטע מאל דאס יאר וואס מען ווייזט אחדות, איך האב נישט געגלייבט אז ס'וועט געשען, אבער אז מ'לעבט דערלעבט מען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2008 05:49 לינק ישיר 

איין פרוי ביי די סקול דיסטריקט האט נישט אויפגעהערט שעלטן!!!!
אין ר'מאיר האט זיך ארום געדרייט מיט א שמייכל פון אויער צי אויער...

_________________

 
 
          




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > תושבי מונסי: קומט ארויס וואוטן MAY 20
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext