בית פורומים כל העולם כולו

משה דוד נידערמאן פיקסט צי די אהרונים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/5/2008 21:21 לינק ישיר 
משה דוד נידערמאן פיקסט צי די אהרונים

די וואך האבן די זאליס מיט משה דוד נידערמאן פיין צי געפיקסעט די אהרונים מיט זייער רבי'ן בראש אז זיי ווייסן זיך נישט ווי אהין ציטוען פאר בושה
ווי באקאנט זענען פינעף אהרונים מיט חיד"ו ווייס פין אנטווערפן געווען די וואך דריי טאג אין יאפאן געהאט מיטינגען מיט די יוסיץ מינסטער אין לויערס אויס צי ארבעטן וואס מען גייט טוען מיט די בחורים

די זאליס מיט משה דוד זענען געווארן פארלוירען וואס טוט מען די אהרונים פארכאפן די זאך ,אבער א יוד געט זיך אן עצה משה דוד האט ארויס גענימען זיין ראלער דעקס אין אנגעהויבן צי זיכן וועלכע דיפלאמאטן ער קען ,אין אז מען זיכט טרעפט מען ער האט תיכף אנגעריפן דעם עסטרייכשען דיפלאמט וואס ער קען פין רב טוב אין נאך 2 טעג האנדלען זאגט ער אים ער קען גארנישט טוען

די זאליס זענען געווארן אובד עצות האבן זיך ציזאם גענימען די געטרייע חסידים פין רבי'ן זאל זיין געזינעט ס.טייטלבוים
משה וו.קליין ,י.ש.גאלד (אמאל זענען זיי געווען אינטער אהרן אבער אזוי ווי אהרן האט זיי געהייסן שלאגן  זענען זיי געווארן אויס חסידים ) אז מען גייט ארויס לאזן א מעשה אז הערשל שרייבער פין B&H געט בעיל 45 מיליאן דאללער אין ער געט עס נאר בתנאי אז משה דוד נידערמאן פירט עס אן אין דער עיקר תכלית איז אז אהרן זאל פלאצן

דערווייל האלט עס יעצט די בחורים זענען באפרייט אינגאנצען
אהרן מיט זיינע חסידים זענען אין בינקער
ביי ר' זלמן לייב רישט מען זיך אויף זינטאג א ריזין סעודת הדאוה
משה דוד נידערמאן ווער דער יודישער ליאזן צים UN
חידו ווייס לייקנעט אז ער איז געפארן מיט די אהרונים אויף יאפאן
חיים הערש מייזעלס אנטלויפן פין בני ברק פאר בושות
אין ארץ ישראל טאנצט מען אויף די גאסן בראשות הקדוש ר' חיים הערשעלע





תוקן על ידי ארגינעלער ב- 16/05/2008 21:42:40




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/5/2008 21:27 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס די האסט געזאגט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/5/2008 21:35 לינק ישיר 

ביי די געלעגנהייט וויל איך אויך איינמעלדן דעם ציבור אז איינער האט גענומען א נאמען וואס איז ענליך צו מיין נאמען, און ער עקט ווי אן אהרוני אויף די אנדערע פארום.

וויל איך דא נאכאמאל איינמעלדן אז איך בין אלעמאל געווען און כ'וועל ווייטער בלייבן געטריי צו מרן רבינו שליט"א, רז"ל.

אמת טאקע אז דער רבי שליט"א איז א געפערליכער עם הארץ און מאכט אונז גרויסע בושות, מיט זיינע אלע דורכפעלער ביי זיינע דרשות, און מיט'ן לאכן ווי א זיבעלע ביי יעדע נארישע דזשאוק וואס העסקן ר' משה וואלף קליין שליט"א מאכט, אבער איך וועל ענדערש האבן א רבי'ן א פויער און עם הארץ, ווי איידער א רבי וואס פירט די גאנצע וועלט מיט זיין כח התורה וקדושה, משום טעמים כמוסים, וואס כ'וועל יעצט נישט זאגן.

אבער געדענקט נאכאמאל, דער וואס עקט ווי אן אהרוני אויף דעם אנדערן פארום טוט עס נגד רוחי ורצוני, און כדי ס'זאל נישט הייסן אז מדשתקי שמע מינה דניחה להו בין איך דא מוחה און כ'פארצייל דעם גאנצן אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/5/2008 22:05 לינק ישיר 

איינער וואס האט געוואלט צאפן די בלוט פאר די צובראכענע משפחות פון די ארעסטירטע בחורים וואס האבען נישט קיין טאג און קיין נאכט קיין שבת און קיין יו"ט נעבעך. . האט איינער פאר פאליטיק אינטערעסן  געמאכט ליצנות פון די גאנצע מעשה און אפילו גרייט צו שטערען ח"ו די הצלה היו לא תהי' .

אזוי וויא די ציונים האבען געשטערט די הצלה פון די אונגארישע אידען ווייל נישט זיי האבען דאס ערלעדיגט(ספר מן המיצר)

ער האט ארויסגעלאזט א שם כאילו וויא מ"ד נידערמאן האט שוין באפרייט די בחורים. און דער כל העולם כולו פארשפארט די נייעס.אזוי האט ער געשריבן

האב איך עהם דאס געשריבן

איינער פון די גרויסע רבנים פון אונגארן האט אמאל געזאגט א ריזיגע פשטל אין א דרשה און פארענטפערט . פארוואס דער חת"ס האט נישט געלאזט די רעביצין מיט די פרויען עסן אין די סוכה. און ער האט געבויעט גג על גג אז דער חת"ס גייט לשיטתו אז פרויען טארן נישט עסן אין די סוכה.

האט זיך א פרעשבורגער איד אנגערופן. איך קום פון פרעשבורג . און דער חת"ס זיצט נארמאל אין סוכה צוזאמען מיט זיין רעביצין און זיינע טעכטוער. אייביג עסן זיין אויך אין די סוכה.

האט זיך דער רב אנגערופן. אז קיינמאל האט מיך נאך קיינער נישט אזוי גוט אפגעווענד ביזן סוף . וויא דער יוד. ווייל די גאנצע מעשה הויבט זיך דאך נישט אהן.
מען האט דאך ליידער די בחורים נישט באפרייט רח"ל. העסקן הנמרץ רבי זלמן אשכנזי בשליחות הגאון חיד"א שליט"א האבען פרובירט צו וואס עס איז נאר מעגליך.
אבער דא האט דאך איינער סתם חוזק געמאכט פון צובראכענע יודישע קינדער אלץ פאר פאליטיק

און זיי האבען נאך חוזק געמאכט אז דער אהרוני פורום האט אפגעשפארט די ניעס. יעצט קען מען זעהן למי החותמת ולמי הפסילים.

חוץ דעם דאס וואס ער (גלאט קשר) שרייבט אז מען האט געסטראשעט יאפאן מיט א באיקאט.  געוואלד !!! דאס איז דאך די עיקר טענה פון רבה"ק זי"ע אין ויואל משה. אז די ציונים האבען אומגעברענגט די זעקס מילליאן אידען ווייל זיי האבען אויסגערופן אז זיי גייען מאכען א באיקאט קעגן די סחורות פון דייטשלאנד. וואס דייטשלאנד איז דעמאלס געווען א מעכטיגע מדינה. און חאטשיג זיי האבן נישט געמאכט קיין באיקאט אבער מיט דעם וואס זיי האבן אויסגערופן. קומט אויס אז זיי האבן מורד געווען באומות און זיי האבן געהארגעט די 6 מילליאן אידען. עיין בויואל משה בהקדמה

איך האב שוין געשריבן אז א כ"ף מיט א קו"ף טוישט זיך אויף(וויל זיי קומען פון די זעלבע מבטא)   ממילא זיין נאמען איז נישט גלאט כשר מיט א כ"ף נאר גלאט שקר מיט א קו"ף. ע"כ.(הלכות כלי המקדש פ"ח הל' ב כ"מ )


יעצט קען מען פארשטיין וואס דער ארגינעלער ארגינעלער החשוב והיקר שליט"א שרייבט דא אין אשכול  וד"ל

לאמיר אלע מתפלל זיין "אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרוחחה ומאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה השתא בעגלא ובזמן קריב ונאמר אמן". . אפילו עס איז נישט די אנינטערעס פון זייער פארטיי וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > משה דוד נידערמאן פיקסט צי די אהרונים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext