בית פורומים כל העולם כולו

בארימטע רבנים פון אגודת ישראל ביים רבי'ן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/5/2008 00:46 לינק ישיר 
בארימטע רבנים פון אגודת ישראל ביים רבי'ן

א דעלעגאציע פון עטליכע רבנים האבן אפגעשטאטעט א באזוך ביים רבי'ן שליט"א, נעכטן דינטסאג בחוקתי
עס איז געווען א לאנגער שמועס איבער עניני שחיטה און נאך אנדערע ערנסטע ענינים העומדים על הפרק וואס זיי האבן געוואלט דורכשמועסן מי'טן רבי'ן.

קודם חב"ד, נאכדעם אגודה

ווער ווייסט וואס קומט נאכדעם?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2008 08:16 לינק ישיר 

קענסט חוזק מאכען פון גדולי ישראל וואס הארעווען כל ימי חייהם אויף די הייליגע תוה"ק וואס די ליצים וועלן ניטאמאל זוכה זיין צו זיין אפר תחת כפות רגלי הצדיקים רח"ל. (עיין בגמרא ר"ה דף י"ז ועסותם רשעים (מלאכי ג) עיי"ש    אלעס וועגן דיין נארישע פארטיי
(איך ווינטש דיר אהן אלעס גוטס במיוחד ווייל איך ווייס אז דו מאכסט נאר סתם נישט קיין ערענסט ווערטל )
אבער באמת . מעגסט לאכען . עס וועט דיר גארנישט העלפן. און דו מעגסט וויסן אז כ"ק רבה"ק מאור הגולה בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע.      ווען דער הייליגער סקווערער  רבי זי"ע פלעגט עהם קומען באזוכען פלעגט ער זיך אויסטון די טיש בעקיטשע מיט וואס ער איז איז געזיצען א גאנצען טאג און אויך געדאווענט לפני קונו מנחה און מעריב און מתפלל געווען לטובת אחינו בני ישראל. 
און זיך ספעציעל אנגעטון זיינע בגדי מלכות די שווארצע זיידענע בעקיטשע . מיט וואס ער פלעגט גיין נאר צו תפילת שחרית אדער אין א טאג וואס ער האט געפאסט. אדער ביי א מעמד הוד. לקדש שם שמים. אדער ביום הקדוש יום הפורים צום מגילה לייענען . וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט אז ווען ער וואלט נאר אראפגעקומען אויף די וועלט און מיטגעמאכט אלע זיינע צרות רח"ל אבי איינמאל צו הערן אדער לייענען די הייליגע מגילה איז עהם אלעס כדאי געווען.

דו האסט א השגה אין די טיפקייט און עמקות פון דעם הייליגן איד הרב סולומאן וואס כל כולו איז אהבת השי"ת און אהבת ויגיעת התורה אם בחוקותי תלכו שתהא עמלים בתורה. נישט זיך צו דרייען בהיכלא דמלכא. פראנק און פריי . קטן וגדול שם הוא . און ליידער עבד חפשי מאדוניו. וד"ל.

קוק נאך די וואך אין הייליגן אוהח"ק איינס פון די 42 פשטים אויף אם בחוקותי תלכו וואס דער הייליגער אוהח"ק זי"ע האט מחדש געווען דעם לעצטן שבת וואס ער איז געגאנגן גלות ליידן. און מען האט איבערגעזאגט בשמו אין מתיבתא דרקיע. זכותו יגן עלינו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2008 06:21 לינק ישיר 

ער האט עס אנגעטהן לכבודו פון הג'הק דעם רבי'ן.

ער האט דאס ספעציעל געקויפט פאר דעם וויזיט.

ער איז אויך געגאנגען אין מקוה פאר דעם וויזיט און ער האט אויך געפאסט דריי טעג פאראויס פון דעם וויזיט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2008 04:45 לינק ישיר 

אינטערעסאנט הג"ר מתתי' גייט מיט א בעקיטשע? אדער האט ער דאס אנגעטוהן לכבודו פון רבי'ן שליט"א?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2008 01:29 לינק ישיר 

ר' מתתי' סאלאמאן שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2008 01:06 לינק ישיר 

ווער איז דער פרעמדער רב מיט וועמען ער האט זיך געטראפן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בארימטע רבנים פון אגודת ישראל ביים רבי'ן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext