בית פורומים כל העולם כולו

א שוידערליכע קידנעפינג און וומ"ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/5/2008 02:06 לינק ישיר 
א שוידערליכע קידנעפינג און וומ"ס

א גוי האט שוין געהאט א 3 יעריג יונגל אונטער זיך
א איבערקערעניש ביי לאנדא גראסערי אויף בעדפארד




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2008 03:24 לינק ישיר 

מילא א מעשה פון סעלקא גלייבסטו נישט.

אבער א מעשה פון הייליגן ייט"ל זי"ע גלייבסטו אפשר יא . עס שטייט בפירוש. אמאל איז א פרוי געקומען צום ייטב לב און זי האט געזאגט אז דער מאן שלאגט איר מיט א שטעקן. (עיין שד"ח באריכות מדברים כגון אלו)    ווען די פרוי איז אהיימגעגאנגן  האט דער הייליגער ייטב לב געהייסן דעם גבאין זאל רופן דעם יוגערמאן. און אזוי וויא ער איז אנגעקומען האט עהם דער ייט"ל אריינגערופן צו זיך אין שטוב און פארמאכט די טיר. און האט א נעם געטון א שטעקן און האט עהם אנגעהויבן שמייסן און שלאגען. דער יונגערמאן האט זיך גענומען שרייען און געוואלדעווען אה!! עס טוט וויי!! פארוואס שלאגט מיך דער רבי?

האט עהם דער ייטב לב געפרעגט יא? עס טוט וויי? נו! פארוואס שלאגסטו דיין ווייב ווייל זי קען זיך נישט קיין עצה געבן זי האט נישט קיין ברירה מיט דיר.  עס טוט דאך וויי.
האט דער ייטב לב אויסגעפירט . איך האב געוואלט אז דו זאלסט שפירען אז מען שלאגט מיט א שטעקן טוט וויי ע"כ. זאלסט דיך אויסלערנען יענעם נישט וויי צוטון.

איך גיי נישט דא מפלפל זיין בהלכה. און איך געב דא נישט ארויס היתירים אויפן אונטערנעט בחששי איסורי דאורייתא בענין לא תקום. איך וויל נישט מענטשען זאלן זיך נעמען היתירים.
און אויך הייס איך קיינעם נישט מבזה זיין די שרייערס.
איך פארענטפער נאר יעצט איינמאל פארוואס מען מעג עס טון . ווייל אזא איינער וואס שטעלט זיך ארויס ברבים און הייסט מצער זיין אידישע קינדער . וואס פארלאזן זיך אויפן פסק פון זייערע רבנים שליט"א . מיט פוסטע עמי הארצישע שטותים פון מורה הלכה בפני רבו.(די וואך אין איד)   לאחר פטירתו
 ( וואס עס איז בפירוש קעגן אלע פוסקים אנגעהויבן פון רמב"ם און אויסגעלאזט ביי רבותינו בעלי הטור ושו"ע זי"ע )   (בפרט לויט רוב הראשונים וביניהם הלחם משנה ובעלי השו"ע וואס האלטן אז היינט ווען מען פאסקענט אינווייניג פונעם שו"ע און נישט איש מפי איש בע"פ איז בכלל נישט שייך דער איסור פון מורה הלכה בפני רבו )

און ער איז נאך מגלה פנים בתורה שלא כהלכה . און הייסט נאכשרייען נאך פרויען מילך קעסטלעך כעצת בלעם הרשע.

ממילא איז דא א פסק הלכה פון גאון הדור פון אונגארן דער מהרש"ג סעמיהאלי רב זי"ע אין שו"ת ח"ג אז טאמער מען איז יענעם מבזה אויף דעם וואס ער האט שוין געטון איז שייך לא תקום אבער אז מען איז עהם מבזה כדי ער זאל אויפהערן און כדי צונישט מאכען זיינע בזיונות וואס ער הייסט טון. דעמאלס  מעג מען. ער (דער מהרש"ג)  איז זיך סומך אויף די גמרא אז בצערא דגופא איז נישט שייך לא תקום . עיי"ש  ויש בזה ממילא אריכות גדול דלתועלת מותר. וכן בצערא דגופא ובבזיוני. לא שייך לא תקום  ועיין בהיכל הברכה לרבה"ק מקאמארנע זי"ע. ודוגמא לגואל הדם שמותר ואולי מצוה להרוג הרוצח על שהרג אפילו בשוגג את קרובו . מצוה ביד גואל ורשות ביד כל אדם.
געוואלד דער רוצח האט דאך נישט געטון נאר בשוגג.
אבער דא וואס איינער האט דאס געטון במזיד געהייסן  טון פוסטע שטותים אהן לאקשען מבזה זיין מדי שבוע יודען יראים ושלימים שומרי תורה ומצוות. בפרט נשים ובתולות להרוס יסוד קדושתן של ישראל עם הקודש
מעג איך און איך טו עפ"י הלכה עהם וכל המשלחים אותו וכל המחזיקים בידו אראפצורייסן און עהם צושטעלען אויף זיין ריכטיגען פלאץ וד"ל.


און להוי ידוע לך אז אין ספר יד כהן פונעם שווער פון הרה"ג רבי געציל דומ"צ קרית יואל שליט"א שטייט אז ער איז געווען מיטן פאפער רב זי"ע ביים רבין בעל דברי יואל זי"ע . און דער רבי זי"ע האט געזאגט אז די וואס ווארטן נישט מוצאי שבת אויף זמן ר"ת זענען נישט עובר אויף א ספק סקילה נאר א וודאי סקילה  הערסט דיבורים קדושים.   אבער דאך ח"ו ער האט קיינמאל נישט געהייסן אדער צוגעלאזט זיי נאכצושרייען רח"ל מהאי דעתא משבשתא.

און חוץ דעם מוז איך יעצט זאגען.  לא בחינם הלך זרזיר אצל עורב (ב"ק צ"ב)  אלא מפני שהוא מינו.
נישט בחינם חברט ער זיך מיטן מנהל פון די התאחה"ר נאר ווייל ער האט דאס זעלבע פנים וויא ער ע"כ
און איך בעט דיך . ברענג נישט צו!  אז איך זאל שרייבן נאך זאכען פון די עניינים . ווייל עס פעלט נישט אויס. והרבה נשאר בקולמוס. ודו"ק.
האב מיר מיט אלע שרייבערס און הונדעטער לייענערס א פרייליכען ל"ג בעומר וואס איז אזוי א בחינה וויא פורים פל"ג פורים ל"ג בעומר. און עס געפאלט אויך פרייטאג אזוי וויא פורים איז געפאלן. און פורים איז דאך כיום הכיפורים. אונדז אלע זאלן מיר געהאלפן ווערן מיט כל מיני ישועות.

און די רשעים מיט זייערע העצערס זאלן נישט האבען קיין שום שליטה און מיר זאלן אלע זוכה זיין בקרוב לעלות לציון ברינה בבנין בית המקדש אמן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2008 23:19 לינק ישיר 

אמאל האט מען געוויסט אז מ'טאר נישט מבזה זיין א יוד, פינטעל. אצינדער ווערען מיר געוואר אז נישט נאר מ'מעג מבזה זיין, נאר מ'מעג דערמיט אויכעט מקיים זיין דעם לאו פון לא תיקום!

טאקע א חידוש, אבער אזוי פסק'ענט בפירוש עבד עברי בשם א מעשה פון מר. סעלקא!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2008 23:16 לינק ישיר 

א נייע פוסק אין הלכות מבזה זיין... "עבד עברי" בשם א מעשה (וואס מסתמא לא הי' ולא נברא) פון א אלטען יוד "סעלקא".. גאר א שטארקע פסק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2008 22:28 לינק ישיר 

'דער ענטפער איז פאר "אלגאד1ס" נ"י

 

דו האסט געשריבן בזה"ל.  ערשטענס א מנובל קומט זיך נישט א ר'.
ווער זאגט דיר דאס.?    עס איז דאך א פלוגתא רבי יוחנן מיט ריש לקיש. ריש לקיש האלט אז יא!! אה"נ די הלכה בלייבט אייביג וויא רבי יוחנן אבער איך מיין אז רבי יונן איז אויך מודה אויף דעם.

איך וואלט נישט געשריבן די גאנצע הערה. נאר ווייל איך זעה אז דו ביסט א נארמאלער ארענטליכער שרייבער געווענליך. וועל איך דיר ענטפערן. און אינאיינוועגס וועט פארענטפערט ווערן דעם צווייטען שרייבערס קשיות אויך בדרך אגב.

אין מסכת בבא מציעא דף פד דערציילט די גמרא אז עס איז דאך ידוע אז ריש לקיש איז געווען דער ראש פון די רויבערס. נאכדעם האט עהם רבי יוחנן מקרב געווען תחת כנפי השכינה און האט עהם געגעבן זיין שוועסטער פאר א ווייב. . שפעטער ווען ריש לקיש איז שוין געווען איינער פון די גרעסטע אמוראים אז ווען ער האט גערעדט מיט איינעם אויף די גאס האט מען שוין יענעם געטראסט צו געבן געלט אהנע עדות . . האט ער געזאגט פאר רבי יוחנן אז דו האסט מיך גארנישט גרעסער געמאכט. ווייל דארטן ביי די רויבערס האט מען מיך אויך גערופן "רבי" און דא היינט רופט מען מיך אויך "רבי"

קומט אויס אז לויט ריש לקיש א ראש פון די רויבערס הייסט אויך רבי דעמאלס קומט אויס אז לויט ריש לקיש אפילו א ראש מנוולים הייסט רבי.

רבי יוחנן איז אויך נישט מחולק אויף דעם פרט. ער ענטפערט עהם נאר אז איך אויפגעטון אז איך האב דיך מקרב געווען תחת כנפי השכינה. עיי"ש.

(עס איז דא א תורה פון רבין זי"ע אין קונטרס חידו"ת אין מיין אין תשט"ז אויף דעם ענין )

אז דער בלאט שרייבט אז דער קידנעפער איז א צורודערטער פערשוין. איז א וודאי דער וואס הייסט נאכשרייען אויך א צורודערטער פערשוין.

און דו האסט א טענה אז איך בין מבזה רבנים.

 

עס איז געווען א באקאנטער איד דא אין וויליאמסבורג וואס האט געשטאמט פון חוסט ער האט געהייסן אורי סג"ל. מען האט עהם גערופן "סעלקא"  ער איז בימים ההם געווען די אייינציגע ביבער היט סטאר אין די גאנצע שטאט. (חוץ וואס רבי שלום לויפער ע"ה האט פארקויפט עטליכע היטן) אבער דער רבי זי"ע מיטן סקווערער רבין זי"ע האבען אלע געקויפט היטן נאר ביי "סעלקא"

אמאל איז אריינגעקומען צו עהם איינער פון די עסטרייכערס און געשריגען אויף עהם מיט בזיונות ..דו ביסט א היט פארקויפער? דו ביסט א היטלער רח"ל. !! האט אים סעלקא געזאגט אזוי.

יעדער איינער וואס איז מבזה א צוווייטן מאיזה סיבה שהיא קען ערווארטן אז מען זאל עהם צוריק מבזה זיין . למשל אז דער מנחת אלעזר האט מבזה געווען דער גערער רבין. איז ער געווען גרייט אז די גערער וועלן עהם צוריק מבזה זיין.

אבער איך סעלקא וואס האט קיינמאל קיינעם נישט געטשעפעט פארוואס קומסטו מיך מבזה צו זיין?

דאס זעלבע. לענייננו. סתם מבזה צו זיין רבנים וואס האלטן אנדערש וויא זיין פרייוועט אינטערעס. אזוי וויא רב הלל.  האט געטון (ער האט שוין געשריבן א מכתב חזרה) דאס איז א פארברעך און ער דארף זיין גרייט צוריקצוכאפן בזיונות ווייל עס איז נישט א וואן וועי סטריט .

ער האט סתם מבזה געווען רבנים גדולי ישראל וואס האבען עהם גארנישט געטשעפעט.
ממילא מעג מען עהם מבזה זיין.

אבער ער האט נישט געהאט קיין רעכט מבזה צו זיין רבנים וואס האבען עהם קיינמאל גארנישט געטון דו"ק והבן.

והא ראיה אז די וואך אינעם טמאנעם איד (דער איד) שטייט זיין ספיטש(דרשה) פון שנת תשס"ה חוה"מ . און העיקר חסר מן הספר  עס שטייט דארט בכלל נישט וועגן נאכשרייען מענטשן וואס טראגען מיטן עירוב. וואס דאס איז דאך געווען זיין עיקר דרשה. (  זעהט אויס אז זיי אליין שעמען זיך שוין מיט זיינע נארישע ווערטער און פסקים אויף יענעמס חשבון )
   עס שטייט נאר  דארט (אין דער איד) א פסק פון עהם אז  דער רב וואס איז מתיר דעם  עירוב איז א מורה הלכה בפני רבו. (וואס דאס ווייזט אויך וויפיל לערנען ער קען! ווייל לאחר הסתלקות פון א רבין איז נישט שייך מורה הלכה בפני רבו כמבואר בכל הפוסקים)

ואין רצוני עוד להרחיב  הדברים בענין זה כי הדברים פשוטים לכל בר דעת .

זיי מהרהר בתשובה!


הגאון החסיד ר' גבריאל ניישלאס שליט"א (לרפו"ש)  אחיו של הגה"צ ר"מ ניישלאס אב"ד שיכון סקווירא יצ"ו

איז געווען הויז בחור ביים הייליגן סקווערער רבין זי"ע ווען ער האט נאך געוואינט אין בארא פארק.

איינמאל ביינאכט ווען שאפראנער רב (דער עכטער) זי"ע איז דארטן אפגעזיצען שעות ארוכות
לפני ולפנים בקודש פנימה.  ווען ער איז ארויסגעקומען מן הקודש. האט רבי גבריאל געוואלט אריינגיין משמש זיין דעם רבין זי"ע. האט עהם שאפראנער רב זי"ע אנגעכאפט און געטרייסעלט און געזאגט בהאי לישנא מיט גרויס התרגשות.   " גבריאל!! גבריאל!! זיי מהרהר בתשובה בעפאר דו גייסט אריין צום הייליגן צדיק !! עמוק עמוק מי ימצאנה. ע"כ 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2008 20:42 לינק ישיר 

כבוד ידידי הרב עבד עברי שליט"א

איר שרייבט אזוי:
דעמאלס וויאזוי זעהט אויס דער חינוך ל"ע
נאר ווייל יענעמס רבנים זענען גארנישט. יענעמס פרייועסי איז ביי ענק גארנישט .יענעמס מנוחה איז גארנישט.   יענעם מבזה זיין איז גארנישט. יענעמס גוף און יענעמס ווייב און יענעמס טאכטער מבזה זיין איז גארנישט.
ממילא אז מען מעג יענעם מבזה זיין . דעמאלס מעג מען יענעמס געלט אויך גאנבענען. און רח"ל קידנעפען. אלעס איז מותר.

ע"כ
אינטרעסאנט, דו - עבד עברי אליין - האלטסט כסדר אין איין מבזה זיין און אראפרייסען רבנים און דיינים און סתם יודען ווייל זיי האלטען אנדערשט ווי דיר, מיט כל מיני בזיונות און חירופים וגידופים, און דאס ברענגט צו די אלע שרעקליכע זאכען, אפילו ביז קידנעפינק

כבוד הרב, אפשר האסטו גערעט צו זיך אליין? קוק נאכאמאל דורעך דיין תגובה, און ליין דו אפ וואס דו האסט געשריבען, פאר זיך אליין, און זעה וואס דיין שימפען אויף יעדעם (טאג און נאכט דא אין היידפארק) קען צוברענגען.. צו :
נאר ווייל יענעמס רבנים זענען גארנישט. יענעמס פרייועסי איז ביי דיר גארנישט .יענעמס מנוחה איז  ביי דיר גארנישט.   יענעם מבזה זיין איז ביי דיר גארנישט.
ממילא אז מען מעג יענעם מבזה זיין . דעמאלס מעג מען יענעמס געלט אויך גאנבענען. און רח"ל קידנעפען. אלעס איז מותר.

זיי מהרהר בתשובה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2008 16:48 לינק ישיר 

ערשטענס א מנובל קומט זיך נישט א ר', וואו זעט מען ''ער'' איז גערעכט? (דערמאנסט מיך נאכדעם וואס דער רבי האט געבעטען דער עולם זאל נישט מיטפארן אויף א''י, ''א וואך שפעטער'' האט נחום אויף זיין האטליין פארגעשלאגן אז דער רבי זאל דאס בעטן... נאכדעם קלעימט ער מהאט ''אים'' געפאלגט....)

צווייטענס איך בין שוין לאנג חושד אז נחום איז אומשטאנד דאס צוטהון וד''ל, אז מזעט אויס ווי א איד איז נישט זיכער אז ער איז טאקע,

דריטענס מה ענין שמיטה אצל הר סיני?, (דערמאנסט מיך פון אבישי יעדע זאך זעט ער עריות וד''ל) און יענע מעשה איז אדער יא אדער נישט געווען.

וואס ביסטו ביזי אז מ'איז מבזה ''יענעמס'' רבנים, ווען די מיט נחום זענען מבזה כסדר אפי' די ''אייגענע'' רבנים, אפשר איז דאס גאר איינער וואס טראגט מיט די עירוב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2008 08:34 לינק ישיר 

עטץ זעהט דאך קלאר וויא ר' נחום איז גערעכט ל"ע.
קודם כל מיט דעם וואס ער ווארענט אז מען לאזט די קינדער הפקר אין אזא פארדארבענע וועלט
צווייטענס. אז א יוד מיט פאות קען אזוינס טון דעמאלס . וויא האלט מען!!   געוואלד!!

דריטענס אז אין די געשעפט אויף ליע עווע. טאיס פאר יו. האט געקענט א יונגעל וואס לערנט אין סאטמארען חדר ארויסגאנבענען פון א פרעמדע פרוי'ס טאש א בערזל מיט 700 דאללער.

דעמאלס וויאזוי זעהט אויס דער חינוך ל"ע

נאר ווייל יענעמס רבנים זענען גארנישט. יענעמס פרייועסי איז ביי ענק גארנישט .יענעמס מנוחה איז גארנישט.   יענעם מבזה זיין איז גארנישט. יענעמס גוף און יענעמס ווייב און יענעמס טאכטער מבזה זיין איז גארנישט.

ממילא אז מען מעג יענעם מבזה זיין . דעמאלס מעג מען יענעמס געלט אויך גאנבענען. און רח"ל קידנעפען. אלעס איז מותר. און איך  נועם המידות מיט מיין חינוך זענען די בעסטע . איך בין א נועם המידות  אזוי וויא עשיו הרשע וואס דער ישמח משה האט געזאגט אז ער וועט גיין אין ווייסע זאקען אינדערוואכן
ועיין רש"י הקדוש פרשת תולדות(בראשית כ"ו פסוק ל"ד)  עשיו הרשע היה נמשל לחזיר כשהוא שוכב פושט טלפיו לומר ראו אני טהור . ער ווייזט זיינע כשרע חזיר פיס און שרייט איך בין א נועם המידות ביי מיר איז דא אהבה מסותרת (תרתי דסתרי)   זאגט די הייליגע רש"י ווייטער כך אלו   אזוי אויך זיין פארטיי גוזלים וחומסים ומראים עצמם כשרים . וגו' עשיו צד נשים מתחת יד בעליהן .ער שרייט נאך די פרויען (און פאפט זיי אויס אז זיי טוען א עבירה און זיי זאלען נישט פאלגען זייערע מענער ומענה אותן. און ער פייניגט די פרויען מיט דאס מענטשהייט
נאכדעם . ווען איינער (וויא ר' נחום)  שרייעט עס ברענט א פייער רח"ל. זאגט מען ער איז דאך א משוגענער . זאל ער שרייען.  מען טאר עהם נישט אויסהערן. ביז מען וועט זיך אויסדרייען און זעהן אז ליידער ביי די אייגענע משפחה ברענט אויך השם ישמרנו ויצילנו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2008 02:20 לינק ישיר 

Attempted Abduction in Williamsburg

May 21, 2008 *--
Filed under: General News — Y.W. Editor @ 7:10 pm
*

police_car.gif7:00PM EST: A young child was almost abducted in the heart of Williamsburg at approximately 5:45PM Wednesday afternoon.

Williamsburg Shomrim tell YWN that a Chasidish man approached a 4-year-old child waiting for his mother outside a store on the corner of Bedford Avenue and Penn Street. The man apparently asked the child a question or two, and then grabbed his hand and started forcing him to walk towards Williamsburg Street. The child started fighting the man, and a woman passerby who saw what was happening ran in the store and told the mother. She ran outside, and upon seeing the mother, the abductor let the child go and fled the location.

Dozens of Williamsburg Shomrim and NYPD were dispatched, and a manhunt is currently underway. The man is approximately 35-years-old, has long Peyos, had a plastic ''rain protector'' over his hat, a shopping bag in one hand, and a laptop-bag slung over his shoulder.

Additionally, YWN had learned that the incident was recorded on the stores video surveillance cameras, and detectives are currently analyzing it.

(YW-104 / YW-112)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א שוידערליכע קידנעפינג און וומ"ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext