אחים לדעה פארמאכט
יעצט אז די unstable פורומס ווי אחים לדעה און א קליינע וועלט זענען א פארגאנגענהייט וועט דער עולם דא ווייטער שרייבען?
דא איז די לינק פון די נייעס
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2417687&forum_id=19780
פארום פארמאכט עפ"י הוראת הרבנים שליט"א
ווי געמאלדן איז נעכטן נאכט געווען א לאנגע מיטונג ביי איינע פון די גאר חשובע רבנים אין בארא פארק, מיר האבן אויפגעברענגט דעם ציל פונעם פארום אז ווען מען באשמוצט מענטשן אין כל העולם כולו זאל מען וויסן אז עס איז א טו-ועי סטריט, און דא אינעם פארום האבן מיר געלאזט שרייבן פון אלע זייטן, כדי אז זאל זיין געלעוועלט.
דער חשובער רב -וועלכע איז שטארק אקטיוו אין די אינטערנעט מערכה, און ער ווייסט וואס אינטערנעט איז - האט ערקלערט אז ער האלט אינמיטן פראבירן דארט אויך אבער אן ערפאלג. ער האט אונז מסביר געווען ווי גרויס דאס אחריות איז פון האלטן אפען אזא פארום, און געבעטן נישט צו קוקען אויף יענע פארום און אויף יענעמס פעקל וואס יענער גייט באקומען אויף יענע וועלט פאר די לשון הרע רכילות והלבנת פנים וביזוי תלמידי חכמים. נאר טון למעשה און צומאכן דעם פארום.
מיט גרויס פרייד נעמען מיר אן דעם באפעל, און דער פארום איז פארמאכט!
דער רב האט געבעטן ארויסצולייגן א בקשה, אז מען זאל נישט יעצט גיין צו יענע פארום שרייבן, נאר אדרבה ווייזן אז אונז זענען מיר ערליכער און קלוגער פון דעם, און נישט מחזק זיין דעם באגריף פון לשון הרע אויפן אינטערנעט.
מיט גרויס אנטשולדיגונג פאר די אומאנגענעמליכקייטן.
קלייןוועלט
 |
|
|