בית פורומים כל העולם כולו

מעמד "יובל העשור" בעיר אנטווערפען.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/5/2008 01:06 לינק ישיר 
מעמד "יובל העשור" בעיר אנטווערפען.

אצינד קומט פאר אין שטאט אנטווערפען די פייערליכע מעמד העשור צום צענטן יאר זינטן גרינדונג פונען "כולל ויואל משה ד'סאטמאר" אין אנטווערפן. בהתייסדות הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א (דאן אב"ד אנטווערפן)

די גרויסארטיגע מסיבה ווערט אפגעהאלטן אין די זאלן פון בית רחל ד'סאטמאר בהשתתפות די גרויסע גאסט הגה"צ אב"ד ווויליאמסבורג שליט"א.

די זאל איז איבערגפולט עד אפס מקום, ביידע זאלן זענען אפען צם באניץ, פרישע בענקלעך ווערן אריינגעברענגט די גאנצע צייט און די מענשטן הערן נישט אויף צו שטראמען.

יושב ראש המסיבה איז ר' ישראל יצחק היימאן הי"ו.

הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד (חיד"א) ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן האט אויפגעטרעטן מיט א פייערליכע דרשה ארויסברענגענדיג וואס די רב שליט"א האט אלס אויפגעטוען זייענדיג רב אין דער שטאט ווי איינע פון די זאכן האט ער געבויט דער כולל וואס דאס האלט אן דער גאנצער שטאט און אלעס איז נאר בזכיתם.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי בעריש קאהן שליט"א די ראש הכולל.
 
דערנאך איז באעהרט געווארן העסקן הנמרץ ר' יואל פויגעל נ"י וואס ער איז פון די סאמע גרענסטע עסקנים למען קהלתינו אין שטאט אנטווערפן און שטייט א גאנץ יאר צו הילךף פאר די כולל.

"אורח הכבוד" איז געווען הרבני הנגיד ר' משה ארי' פריינד גבאי דביהמ"ד סאטמאר-לאנדאן.

"דבר הכולל" האט געזאגט הרה"ג רבי ליפא טייטעלבוים, א איידעם ביי הגה"צ חיד"א ווייס שליט"א.

מיט א עקסטערע דרשה האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רב פאללאק שליט"א, דיין עיר אנטווערפען.

פאר עטליכע מינוט צוריק איז אריינגעקומען אין זאל כ"ק אדמ"ר מ'פשסווארסק שליט"א.

אצינד קען מען מיטהאלטן די דרשה פון הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א אויפן נומער 718-487-9469 דערנאך לייגט אריין די דאזיגער פין נומער 470059771#




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/5/2008 00:10 לינק ישיר 

גאב"ד סאטמאר שליט"א איז געווען אויף א באזיך ביי אדמו"ר מ'פעשסווארק שליט"א ווי עס איז אנטוויקלט געווארן א שיינער שמועס צווישן די צוויי פאר בערך צוואנציג מינוט.

דערנאך האט מען ארויסגעשיקט אלע באגלייטער ווי זיי זענען געבליבן פריוואט פאר צען מינוט בחדרו הפרטי און פשעווארסק רבי האט אום דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די קאר.

נאכמיטאג איז פארגעקומען א דרשה אין ביהמ"ד פאר אלע תושבי איירופה וואס זענען געקומען צו פארן קיין אנטווערפען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2008 03:17 לינק ישיר 

דער גאנצער אשכול איז פארדרייט קען ארויף לייגן בילדער פין די מסיבה




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2008 02:00 לינק ישיר 

יעדעס מאל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2008 01:52 לינק ישיר 

ווען איז ער געווען דאס לעצטע מאל ביי אים אין וומס"ב?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2008 01:49 לינק ישיר 

מה ענין שמיטה אצל הר סיני ער קומט צים רבי'ן אין וויליאמסבורג



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2008 01:46 לינק ישיר 

א שאלה?


ער פארפאסט נישט קיין באזוך אין ק"י ביי דיין רבי'ן ווען ער איז אין ניו יארק....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2008 01:44 לינק ישיר 

וואס רעדסטו דוד'ל ר' לייביש איז דאך אינזער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2008 01:43 לינק ישיר 

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?


פשעווארסקער רבי שליט"א גייט איבעראל

דו מעגסט דאס וויסן אלס אהרוני וואס ליינט יעדע וואך דעם כל העולם כולו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2008 01:39 לינק ישיר 

ר' לייביש איז געקומען איך פארשטיי נישט ווי זעמיר
ר' מעכעלעלעלע שלעזינגער האט ציגעזאט פארן הייליגען רבי'ן דער נועם המדות אז ר' לייביש קומט נישט  וואס טוט זיך דא ווי זענען אינזערע מענטשן
פאריאר האבן מיר די זעלבע געהאט מיט סקלענער רבי ווען ער איז געווען ביים וויזניצער ארון
ווי איז ברוך מרדכי אקערמאן מיט מאיר ראטה אינזער גרעסע חסידים ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2008 01:35 לינק ישיר 

דוד'ל מה ענין שמיטה אצל הר סיני ?
איך מיין נישט דעם הייליגען רבי'ן דער ת"ח שאלה פין כולל שומרי החומות



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2008 01:32 לינק ישיר 

האט ער כאטש איבערגעלאזט עפעס "טאשן געלט" פאר זיינע געוועזענע אונטערטאנען מיטן זאגן ווילדע סטעיטמענטס ביי זיין דרשה ווי ער האט געטאן אלס רב דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2008 01:27 לינק ישיר 

איז די סיקרעט סערוויס געווען אזוי ווי ביים הייליגען רבי'ן ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/5/2008 01:25 לינק ישיר 

אלס (געוועזענער) רב פון די דארטיגע סאטמארער קהילה האט ער כאטש באזוכט די מוסדות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2008 01:18 לינק ישיר 

מורא'דיג





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעמד "יובל העשור" בעיר אנטווערפען.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext