בית פורומים כל העולם כולו

הרב יעקב פעקעטע גיט קידוש לכבוד באפרייאונג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/5/2008 19:18 לינק ישיר 
הרב יעקב פעקעטע גיט קידוש לכבוד באפרייאונג

הרב יעקב פעקעטע האט ווי באקאנט אפגעהאלטן א שטוינענדען נס דעם פארלאפענעם פרייטאג פ' בחקותי (ל"ג בעומר)
און איז ב"ה ארויס גענצליך לחירות אן קיין הויז ארעסט (ווי שמילזאדע) ב"ה.
ב"ה און קיין איין טאג פון זיצן אין טורמע (ווי די יאקאבאוויטש ברידער, אדער יצחק ברוך ברוין).

ממש אפענע נסים וויאזוי דער פראקורער און דער ריכטער האבן אים געלאזט גיין אינגאנצן פריי, בחסדי ה'.

אויך האט ער ב"ה נישט געדארפט צאלן קיין איין פרוטה קנס פאר די רעגירונג, וואס איז עקסטער א גרויסער נס.

דעם שבת קודש האט הרב ר' יעקב שליט"א געמאכט א ריזיגן גרויסארטיגן קידוש אין העלמעצער ביהמ"ד ווי הונדערטער גוטע פריינד און ידידים פון הרב ר' יעקב'ן זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט זיין אומגלויבליכע שמחה.

הודו לה' כי טוב.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2008 06:31 לינק ישיר 

מנהלים טאמיר האב איך געשריבן איין ליגנעט מעקטעס  אויס וואס איך האב געשריבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2008 06:17 לינק ישיר 

געווארט - איך בין א קנאפע חסיד געווען פינעם ברך משה אבער מען טאר אזוי נישט רעדן מנהלים ביטע אויסמעקן 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2008 06:03 לינק ישיר 

דעס אלעס וואס מען זאגט בראך איז מסור פעקעטע איז א מסור אין דעס וואס די אהרונים מיט די זאלונים זענען קארט איז איינער צי פארדאנקען
דער ברך משה ע"ה

ער האט געריפען די רעבעצין אין געריכט
ער האט געזאגט פאר א.ל. א סירוב בייסט נישט
ער האט ציריסן ר' יחזקאל ראטה שליט"א פסק דען ביי די בעדפארד הייזער
ער האט געגעבן פאר  שלום בערגער אן עליה ווען ער איז געגאנגען אין קארט

היינט עסט מען זיינע פירות רעכטס אין לינקס גאנץ סאטמאר איז אין ערכאות

זכיתו יגן עלינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2008 02:34 לינק ישיר 

על ראשון ראשון סא יעצט זאגסטו קלאר אז יעקב פעקעטע האט יא גע'מסר'ט די יאקאבאוויטש ברודער פאר די רעגירונג ה"י.

נאר די זאגסט אז די מונקאטשער רבי האט אים געצהט וואס צו זאגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2008 02:14 לינק ישיר 

יענקל פעקעטע האט געזאגט וואס דער מונקאטשער האט אים געצהט צו זאגען ווען ער זאגט ווען פאר די גאווערמענט איך האב זיך פארגענומען צו מאכן א תענית הדיבור גייט ער ווען אריין אין תפיסה פאר מינימום 15 יאר פאר די עבירה פין געבן שוחד! דערמאן דיך אפאר חדשים צוריק ביי די מונקאטשער חתונה וואס איז געווען עטליכע חדשים נאכדעם וואס די יאקאבאוויטש זענען שוין געזעצן האט כ"ק מרן אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אויפגענומען יענקל פעקעטע ווי זיינס א קינד אין געטאנצען מיט אים.. ווען דער מונקאטשער זאל האלטן אז ער איז א מסור וואלט דער מונקאטשער "וואס איז זיך מוסר נפש ממש פאר אידען אין תפיסה" געקוקט אויף אים בכלל ?  אין אוודאי נישט אויפגענומען מיט אזא חבה יתירה אין געטאנצען מיט אים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2008 02:05 לינק ישיר 

י פעקעטע האט נישט געמסרט דער ספינקא רבי שליט"א האט פורים ביי זיין טיש ברבים אראפגעשריבן די נאמען פין די JUDGE אין עס צוריסען אין דערנאך זיך אנגערופען ב"ה די זאך איז מסודר אין די ביסט באפרייט
 איך האב עס געהערט פין איינעם וואס איז געווען דערביי,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2008 23:47 לינק ישיר 

1) ר' מנחם גרשון לעבאוויטש זאגט אז מונקאטשער רב שליט"א האט נישט געלאזט ח"ו מסר'ן רח"ל על האי דעתא, פארקערט די מונקאטשער רבי האטל אז פעקעטע איז א מסור.

אז יעקב פעקטע האט געמסרט ווישט דיך נישט אריין אינעם מונקאטשער רבי, לאז אים במנוחה.

גיי פרעג יעדער איינער פון די יאקאבאוויטש משפחה יעדער שטייט און וויינט אויף די שרעקליכע מסירה נוראה וואס פעקעטע האט אפגעטאן ה' ישמרינו.

2) בנוגע צו רז"ל האט אים מתיר געווען צו מסר'ן איז בכלל נשיט אינטערסאנט, פונקט ווי עס אזי נישט אינטערסאנט אז זיין פריינד יאשקע וואלדמאן וואס טאנצט מיט אים, איז מתיר צו מסר'ן, ביי רז"ל איז אלעס מותר גיין צום ציוניסטישען בג"ץ, ארעסטירען בחורים און אינגעלייט, וכו'.

3) אז די וועסט מיר ברענגן א פוסק ווי הרב וואזנער, בדי"ת עדה החרדית, טארטיקאוב, ר 'מענדל זילבער, ר' חיים לייב כ"ץ, ר' יצחק מאשקאוויטש, ר' מיכל שטיינמענץ וכו' וכו', דיינים רבנים וואס קענען און טוען אין חושן משפט, דעמאלס וועל איך הייבן די הענט, אבער סתם ברענגען פון שאדעלע באדעלע רבנים איז גארנישט ווערט.

4) און נאך דעם ביסט דיך אליין סותר יעדער מינוט, א מינוט האט ער יא גערעדט און געמסרט ברשות הרבנים, און א מינוט האט ער גארנשיט געזאגט, מאך אפ וועלעכע פון די צוויי ליגענטס די ווילסט דיך האלטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2008 23:30 לינק ישיר 

 מענטשל זיי אזוי גיט אין רוף אהן דעם מונקאטשער רבי אדער פרעג דיך נאך ביי זיינע שטוב מענטשן אין ר' מנחם גרשון לעבאוויטש איז עדות דערויף , לגבי רז"ל ער האט אפי' אנגערופען יענקל פעקעטע פרייטאג לכבוד די שמחה! אין דער ספינקא רבי ר' אייזיק איז גענוג א חשובע אין ארויפגעזענע רב - סא אפי' לשוטתך אז נאר ער געט דעם היתר איז 100 פראצענט אז פעקעטע האט געמעגט טוהן וואס מען האט אים געהייסן -

סיי ארי יאקאבאוויטש אין סיי יענקל פעקעטע זענען יודען אין טאטעס פין שטיבער מיט קינדער ב"ה אז פעקעטע האט נישט געדארפט אריינגיין דער אייבישטער זאל העלפן אז דער אלעמען באקאנטער בעל חסד ארי יאקאבאוויטש זאל אויך ארויסגיין בקרוב ,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2008 21:38 לינק ישיר 

" איחדמעמבר" זאגט אז פעקעטע האט זיך דורכגערעדט מיט'ן מונקאטשער רבי'ן, רבי זלמן לייב, און רבי אייזיק ספינקער.

איך האב אביסל מיטגעהאלטן דעם קעיס, און הגם כ'קען נישט זאגן אז איך ווייס קלאר אז מונקאטשער רבי שליט"א האט פעקעטע'ן נישט מתיר געווען צו רעדן, איז עס אבער זיכער זייער נישט מסתבר.

איך גלייב אויך נישט אז רבי זלמן לייב האב אים מתיר געווען. רז"ל זוכט זיך נישט קיין קאפ ווייטאגן. אויב פעקעטע וואלט אים געפרעגט וואלט רז"ל אים גאנץ זיכער געשיקט צו די דיינים.

רבי אייזיק ספינקער ווייס איך טאקע נישט. אבער נניח אז דער ספינקער רבי האט מתיר געווען פאר פעקעטע'ן צו רעדן - וואס פראוועט ער הוליאנקעס? דריי טייערע אידן זיצן אין תפיסה (עכ"פ טיילווייז) צוליב אים. האסט געמאכט א געשעפט מיט דער "די-עי", זאל דער זכות דיר אוודאי ביישטיין. וואס אבער ביסטו אזוי ניסימ'דיג געשטימט?

זאגט איר עולם: וועמען וואלט איר ענדערש געוואלט זען אויף דער פריי: ארי יאקאבאוויטש אדער יאנקל פעקעטע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2008 21:16 לינק ישיר 

קיינער האט דערווייל נישט געברענגט קיין שום דאקומענט אדער סיי וועלכע באווייז אז ר' יעקב פעקעטע האט עמיצן גע'מסר'ט, דאס איז פשוט מקוה נייעס וואס די אהרונים האבן ארויסגעלאזט אויפן חשבון פון די אנגעווייטאגטע משפחה. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2008 09:43 לינק ישיר 

קיינער האט אים נישט מתיר געווען די שרעקליכע מסירה וואס פעקעטע האט געטאן קעגן די אחים יאקאבאוויטש.

נאר אפשר איינער רז"ל טייטלבוים וואס ער איז מתיר א יעדע מסירה, ביי אים איז מסירה א מצוה.

עס אזי גאר פארקערט ער איז געגאנגען פרעגן רבנים און יעדער איינער האט אים געזאגט אז ער טאר נישט מסר'ן ח"ו.

הרב החסיד רבי יצחק ברוך ברוין ני"ו האט קיין איין ווארט נישט גערעדט, די רעגירונג האט אים פארשפראכן אז טאמער ער רעדט קעגן די אחים יאקאבאוויטש ווערט ער פריי, אבער ער האט נישט גערעדט קיין איין ווארט, און וועגן דעם גייט ער ליידער זיצן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2008 06:37 לינק ישיר 

וואס הייבט מען יעצט אן סתם באשמוצן א ערליכן יונגערמאן, וואס האט חזקת כשרות, על לא דבר.

ער האט ב"ה געהאט גרויסע חסדים און איז ארויסגעקומען מצרה לרווחה ומאפילה לאור גדול

און דערפאר מעג ער געבן א קידוש. מ'מוז נישט איבעראל זוכן צו טרייבן שקרים כדי צו באשמוצן עמיצן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/5/2008 06:41 לינק ישיר 

וואס יענקל פעקעטע האט געטוהן אין געזאגט איז געווען באגלייט דורך כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אין כ"ק מתולדות צבי דספינקא שליט"א אין רז"ל מסאטמאר שליט"א - פינקט ווי יעדער נערמאלער מענטש פארשטייט אז דער וואס זיין רב הייסט ער מעג טראגען מיטן עירוב מעג ער טראגען - פונקט אזוי מעג אין דארף ער טוהן וואס זיינע רבנים הייסן אים טוהן ,

איך האלט ער האט נישט גערעדט ווייל ער איז נישט ווי ב. .... ער איז נישט קיין לאולייף אין זיין טאטע העלמעצער רב איז אויך נישט קיין חדר יונגעל ,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הרב יעקב פעקעטע גיט קידוש לכבוד באפרייאונג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext