בית פורומים כל העולם כולו

געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/5/2008 15:56 לינק ישיר 
געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען

אין דעם אשכול לאמיר אנאליזירן די געספוילטע קרית יואלער אידן וועלכע זענען קיינמאל נישט צופרידן און האבן נאר ליב צו קאמפלעינען. די אידן דארט האבן כל טוב וטוב, עס פעלט זיי נישט גארנישט, עכ"פ קעגן וואס אנדערע אידן אין ניו יארק האבן, אבער אלעמאל שעלטן זיי און פארפירן אז דער מצב ביי זיי איז געפערליך.

אפשר ווייסט איינער פארוואס די קרית יואל'ער אידן האלטן אז עס קומט זיך פאר זיי די וועלט?

לאמיר זיי דערציילן וויאזוי דער מצב איז ביי אונז אין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי און זיי דערציילן אז זיי לעבן אין א חלום, אין א גן עדן, וואס זיי קענען זיך נאך איין טאג פארלירן.

לאמיר זיי דערציילן אז ביי אונז אין די אנדערע אידישע געגנטער וואוינט מען אין פיצעלע לעכער, מען צאלט אוועק די הויזן פאר יעדע איינציגסטע זאך, א ריזיגער פראצענט עולם אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק קען זיך ניטאמאל עפארדן א קאר, בשעת דארט אין קרית יואל האט כמעט יעדער איינציגסטער יונגערמאן א קאר. זיי האבן נישט די אלע ריזיגע הוצאות וואס אונז האב מיר. זיי באקומען קיינמאל נישט קיין פארקינג טיקעט, אפילו אויב זיי פארקן איליגעל, און אויב קומט א פאליסמאן אמאל אריין אין שטעטל און טיילט טיקעטס (וואס ביי אונז אידן אין אנדערע געגנטער איז עס א טעגליכע ערשיינונג) שרייט מען אז דער פאליסמאן איז אן אנטיסעמיט אדער די ווילידזש איז שולדיג.

די מינדעסטע פראבלעם א קרית יואלער איד האט לויפט ער תיכף ארויף אין ווילידזש אפיס און ער מאכט קולות (אין אידיש) צי דער ווילידזש איז יא אדער נישט מחויב אים צו העלפן, און זיינע וואונטשן ווערן תיכף נאכגעגעבן.

איבער'ן גאנצן שטעטל טוט זיך מעכטיגע פראיעקטן, מען בויט אלעמאל איבער די ראודס און די סיידוואקס, און די ווילידזש מוטשעט זיך ביטער ארום מיט יעדן איינעם וואס איז נישט צופרידן מיט די נייע סיידוואק וואס לויפט אריבער זיין פראפערטי, און די ווילידזש שטעלט צו בחנם פאר די אלע מענטשן וואס זיי ווילן, ביימער, געיטס, גארבידזש הייזער, פארקינג לאטס. אלעס באצאלט דורכ'ן רייכן פעטער (אין אן אנדערע געגנט זאל זיך איינער וואגן צו בעטן די אלע זאכן אלס קאמפענסעישאן פאר'ן לאזן בויען א סיידוואק אדער ראוד אין פראנט פון זיין הויז, ער וועט כאפן אזא קאפע ארויס). די קרית יואלער אידן האבן א ווילידזש וואס זארגט זיך כסדר וויאזוי צו צופרידנשטעלן דעם עולם.

און די קרית יואלער אידן ווען זיי האבן באקומען עפעס פון די ווילידזש ווייסן אפילו נישט אז זיי האבן עפעס באקומען. זיי מיינען אז עס קומט זיך זיי. well, ברענגטס זיי קיין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי. לאמיר זיי ווייזן אז אונז באקום מיר ניטאמאל דאס וואס ס'קומט זיך אונז באמת.

די ריעל עסטעיט פרייזן אין קרית יואל זענען ביליגער ווי ערגעץ אנדערש, די רענט פרייזן זענען שפאט ביליג, מען בויט הייזער אין יעדן לעכל וואס לאזט זיך נאר (סאך א גרעסערע סופליי ווי דער דימענד וואס איז דא) און די קרית יואלער אידן קאמפלעינען נאך אלץ. דערצו לעבן זיי זיך אלע אין פאלאצן מיט ריזיגע צימערן, דיינינג רומס, טוי רומס, פארטשעס א.א.וו.

יעצט קומען די וואלן אין קרית יואל, און מיר אלע סאטמארע חסידים ארום די וועלט זענען שרעקליך נערוועז איבער דעם אויסגאנג, אונז ציטער מיר צו פארלירן דעם ביה"ח און אונז זארג מיר זיך איבער פארלירן די וואלן אינעם ארט וואו דער רבי שליט"א וואוינט, אלעס צוליב אפאר געספוילטע אידן וועלכע זענען אומצופרידן און פלאנען צו בלייבן אינדערהיים

מיט אפאר חדשים צוריק איז פארגעקומען וואלן אין מאנסי און טויזנטער אידן זענען ארויסגעקומען שטימען פאר'ן זעלבן קאנדידאט, קיינער האט נישט געשטימט קעגן, כאטש מאנסיער אידן האבן שמאלע צעבראכענע סיידוואקס, צעשפאלטענע ראודס, שווערע טרעפיק, העכסטע שטייערן אינעם געגנט, די פרייזן פון דירות זענען משוגע הויך, סיי צו קויפן און סיי צו רענטן, די פאליס טיילט טיקעטס. אויב האט איינער א פראבלעם קען ער גיין רעדן צום לאמפ. אויב איינער וועט אים שוין יא העלפן וועט ער נאר באקומען דעם מינימום.

וואלט דאך געווען זייער פשוט צו ערווארטן אז די קרית יואלער אידן זאלן אלע ארויסקומען און שטימען אין די מאסן, ווען זיי לעקן האניג און עס פעלט זיי גארנישט, נאכדערצו איינער וואס איז אן אהרוני, וואס דאן באקומט ער בעסערע באהאנדלונג פון די ווילידזש באאמטע. אבער ניין, מען דארף זיי ארויסברענגען מיט צוואנגען, און דערצו זענען דא די פיינע אידן אזוי ווי יענעם - א גרויסן חסיד - וועלכער האט דאס לעצטע מאל געהייסן פאר זיינע קינדער נישט ארויסצוגיין שטימען, ווייל ער האט געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר איינעם אין קהל. פאר די אידן לאמיר אלע זאגן, טאנצן חסדי ה' אין ראדני איז טאקע זייער א חשוב'ע זאך, אבער געווינען די וואלן אין קרית יואל איז סאך וויכטיגער.

נישט די ווילידזש איז אויפ'ן וואגשאל נאר סאטמאר. מיט'ן בלייבן אינדערהיים טוט איר אפ גאנץ סאטמאר.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 20:13 לינק ישיר 

לאמיר זאגן ער איז יא אויס... מארגן וועסטו מיר שרייען עניוועי א אנדערע נאמען א זינעער איז שולדיג, אין מען ברויך יענעם באזייטיגן...

יעצט ווער עס ועט אים ריפלעיסען? מען וועט מאכן א באורד פון פופצן מענטשן, אין ווען איינער וועט האבן א פראבלעם, אין ער וועט גיין צו ראובן וועט ראובן זאגן פרעג אן ביי לוי ווייל שמעון מיינעך ווייסט נישט אלעס, אין ער וועט זאגן גיי צו יהודה ווייל ער לוי איז נישט געווען ביי די מיטינג פונקט. אין אזוי וועט עטס קענען ארום לויפן פון יששכר ביז בנימין...

ווען עס איזנישט דא נאר אייןנאמען איז עס סך ארגער.. פארוואס? ווייל מען וועט נישט האבן וועםפ צו בלעמען.

אבער צו אלעם, דאס האט גארנישקס מיט די וואלן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2008 04:47 לינק ישיר 

פאינט 2:

וועד הצניעות האט דעם קאנטראל פון צעשטערן א מענטש'ס שלום בית.
דעם פאוער פון דיסטרויען א בחור אדער מיידל אויף לאנגע יארן.
א גרויס ווארט אויף אלע מוסדות אין קרית יואל, אינקלודינג בני יואל און סאסמאן.

דאס ווארט ועד הצניעות זאגט אז מ'רעדט פון גאר "הייקעלע ענינים" און אזא שליסל דארף ליגן ביי א מענטש וואס האט א הארץ, און א פיפטע שלחן ערוך, אויסער די פיר חלקים.

א פאזיציע אין קהל יטב לב, איז א פריוויליגיע וואס עטליכע 30 טובים האבן, און 10 פארשטאנד מיט א נאך שטויס מיט סתם מענטשן. און זייערע באשלוסן רירן אן יאנאש מיט דעם פישקע גייער.

שרעק האט שיעור - אילוזיעס האט נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 04:43 לינק ישיר 

איך האב דיך געפרעגט א קשיא:

ווער איז געווען פרעזידענט אין קהל יטב לב קרית יואל, ביז היינט?
האסט אמאל געהערט פון אזא נאמען ר' משה שעהר?

ס'איז א שיינער טיטל. נישט מער.

אויב דאס ווארט פורים קומט דא אריין, איז עס ווי פאראנאויד דו ביסט.

ועד הצניעות האט מורא'דיגע פאוער, אן אמט אין קהל יטב לב האט נישט.

קענסט מיר אפשר זאגן וועמען קהל יטב לב האט געטשעפעט אדער ארויסגעווארפען אדער עפעס געטאן (וואס איז נישט געווען רילעיטעד צו ועד הצניעות?)
חוץ שטותים פון רעדן ביים ליינען אדער מאכן קידוש אויף זשאני וואקער.

איך רעד דא פון דיני נפשות, און דו רעדסט פון צעטליך אויף די וואנט. רח"ל מיט וועלכע ילדים מ'רעדט דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 04:30 לינק ישיר 

ס'איז גארנישט קאמפליצירט, אבער ווער זאגט דיר אז ביי קהל'ס מיטינג רעדט מען נאר פון האנטוכער, "וועד הצניעות" איז אן אפטיילונג פון "קהל יטב לב", יעצט זיי מיר מסביר וואס דו ביזסט אזוי צופרידן פון די רעזיגנאציע, וואס גייט טעכניש פאסירן ביי אזא פאל וואס דו האסט יעצט דערמאנט, גייט ער אלס "פרעזידענט" נישט האבן די רעכט אריינצורעדן, אדער מחליט זיין.
אדרבא לאמיר הערן וואס דיין מיינונג איז, איך בין חושש צו מען מאכט נישט נאכמאל פורים פון אונז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 04:05 לינק ישיר 

איך ווייס פון א פאל פון א היימישן טייערען איד, וואס האט שוין חתונה געמאכט רוב פון זיינע קינדער.

עטליכע יאר צוריק קפצה עליו רוגזו של ועד הצניעות און מ'האט אנגעהויבן מרנן זיין אויף זיין טאכטער, וואס איך ווייס קלאר אז ס'איז געווען א רינון אן קיין שום אמת דערין.

די משפחה איז חדשים נישט געשלאפן, געוויינט, געשריגן און פארפירט. בערך 30 משפחה מיטגלידער זענען היינט טויטע שונאים פאר די פירער פון ועד הצניעות וועמען זיי באשולדיגן אין איינפאכע רשעות מיט קיין שום געפיל אויסצוהערן א צווייטן.

דאס מיידל האט שוין ב"ה חתונה געהאט און איז ב"ה א פיינע פרומע אידישע טאכטער. נאך אסאך עגמת נפש וואס האט דעם טאטן גורם געווען ערנסטע געזונט פראבלעמען רח"ל.

אין קהל קען מען בסך הכל רעדן איבער האנטיכער, און איבער לאנגע אדער קורצע צעטלעך.
אין ועד הצניעות קען מען רואנירן מענטש'ס לעבנס, עד סוף כל הדורות.

פארוועמען דער אנאליז איז צו קאמפליצירט צו באגרייפן, זאל ביטע פארלאזן דעם פורום און ביטע גיין אין זאמד באקס שפילן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 03:50 לינק ישיר 

געוואלד און געשריגען!!!!

וועם הערט מען נישט אויס???




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 03:32 לינק ישיר 

בדרך צחות
ס'איז דא א באקאנטע קשיא, אויב דער שטן הערט יעדעס מאל ראש השנה אז מען בלאזט שופר פארוואס ווערט ער נאך אלץ צומישט? ס'איז דא אסאך תירוצים, איין תירוץ איז אז דער סגולת השופר איז, ווען מען בלאזט ווערט דער שטן צומישט.

די זעלבע זאך איז ביי אונז, טראצדעם וואס דער עולם איז גערעגט, און מען וויל שיקן א "מעסעדזש", און מען ווייסט פון פאראויס אז די פירערשאפט וועט שרייען "דער רבי איז אין סכנה", סאטמאר גייט אונטער, דאך וועט עס ווייטער ארבעטן, אזוי זענען מיר, די לעצטע מינוט וועט מען זיך אויסגלייכן די דיפערענצן, און נישט אריינוואויטן אונזערע שונאים.

ערנסט גערעדט,
עס איז אמת אז די ווילידזש קאנדידאטן גייען יעצט געווינען, אבער דאס מאכט נישט די פראבלעמען אויס, די פראבלעמען וואלטן שוין געדארפט זיין לאנג קער גענומען, איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט עס אפגעשטופט ביז יעצט. מען מוז אויפקומען מיט א לאנג טערם סאלושען און מאכן ארדענונג, און יעצט איז די פאסיגע צייט דערצו. ווייל אז נישט זענען מיר באמת א רחמנות, אפילו מען גייט בעזרת השי"ת דורכשטופן די יעצטיגע וואלן.
לאמיר נישט פארגעסן מיר האבן טאקע א "שמאלע באקוועמע" מערהייט, אבער אויב מיר פארלירן אפאר הונדערט וואויטס, מאיזה סיבה שהוא, פארלירן מיר די וואלן, דאס יאר לויפט מען נאר פאר צוויי טראסטיס, דאס קומענדיגע מאל ווען ס'איז צוויי פלאס דעם מעיאר, אויב מען פארלירט איז עכט געבראטענע צרות, ממילא טאר מען עס נישט נעמען פאר לייכט, מען טאר נישט אויפרעגן קיין מענטשן.
נאך אלעם האט מען זיך געשלאגן יארן לאנג אז מען זאל אויסהערן דעם ציבור, און נישט מען זאל פשוט טוישן די שפילערס און די שפיל בלייבט דאס אלטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 03:08 לינק ישיר 

          



     


 ווען דא וועט וואקסן גראז  וועט סעגעדין געווינען 

 



תוקן על ידי ארגינעלער ב- 03/06/2008 3:12:32




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/6/2008 02:58 לינק ישיר 

איך זע נישט פארוואס מען שלאגט זיך אזוי
מיר קוקט אויס אז די הירש סעגעדין גייען סיי ווי געווינען
אין וואס דע מעסידזש געשיקעכץ? פארוועם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 02:51 לינק ישיר 

זאג נאר, דו געדענקסט נאך אפשר ווען חיים הערש ליימזידער האט געבויעט?

געדענקסט אפשר וויפיל דין תורות ער האט געהאט, און וויפיל פעטש ס'איז געפלויגן?

2) געדענקסט נאך ווען יחזקאל אייזנבערג האט געבויעט, און ווי שטארק מ'איז צופרידן געווען פון אים?

 

מ. א. אינדיג איז נישט פערפעקט, אבער ער איז אין די ליין בערך 8 יאר. געווען איז ער א פשוט'ער מענטשן ווי איך און די. און האט פארלוירן זיין זשאב און געווארן א קאנטראקט. - גם אתה יכול!

עס איז נישט די דזשאב פונעם ווילידזש צו טיילן קאנטראקטן, נאר צו מאכן זיכער אז מ'בויט לויט די קאודס, סעיף און שטארק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 02:37 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צו ס'איז אמת צו נישט,
אבער איין זאך זעה איך אז די מעסעדזש איז אנגעקומען ווי ס'האט געדארפט, אנע דעם אז מ'זאל אריינברענגען 2 מתנגדים אין די ווילעדזש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 02:23 לינק ישיר 


טייערע אידן תלמידים פון רבינו שליט"א וחסידי סאטמאר

ווי אזוי קענטס עטס צוקוקן ווי אונזער הייליגע קהלה ווערט צוטיילט???
ווי אזוי קענט עטס צוקוקן ווי אונזערע שונאים טאנצן פאר שמחה???
ווי אזוי האטס עטס נישט מורא פון די הקפדה פון רבותינו הקדושים???


נעמטס ארויס דעם תהלים און רייסט איין
אז אונזער הייליגע שטעטל זאל ח"ו נישט אריבער גיין צו אונזערע שונאים

השתדלו והרבו תחנה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2008 01:34 לינק ישיר 

איך האב א פשוט'ע שאלה, וויאזוי קען מען וויסן אויב ער איז באמת געפלויגן פון וועד הצניעות?
קודם ווי וואלןסח פרעגט, ווער האט דאס קאנפערמט?
צווייטענס, ווען ס'איז שוין קאנפערמט, וועד הצניעות איז דאך א געהיימע ענטעטי, וויאזוי קען מען פעסטשטעלן אז ס'איז ריכטיג?
תוקן עקב שגיאה

תוקן על ידי kj2008 ב- 03/06/2008 1:35:59




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 01:33 לינק ישיר 

וואלןסח

מ'האט היינט געטיילט און ק"י א טעיפ פון ר' יעקב פריינד ער פארענטפערט דארט א טייל פון דיינע שאלה'ס זעה צו באקומען איינס און די וועסט הנאה האבן אויב איינער קען עס דא ארויף לייגן וואלט געווען א געוואלדיגע זאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2008 01:24 לינק ישיר 

זשוליאני

די ווילידזש דארף טאקע נישט קאנטראלירן די צעמענט קאמפאני, זי דארף אבער יא, און זי קען קאנטראלירן די בילדערס אז זיי זאלן זיך אויפפירן ווי מענטשן

 

פרעג דיך נאך אין קרית יואל וויפיל דין תורות מ. י. א. האט שוין געהאט צוליב זיין חזירישע געפירעכץ.

 

און בנוגע וועד הצניעות, להוי ידוע אז זי האט מער ווי צען מענטשן וואס פירן עס, דאס איז וואס איך ווייס, און איך גלייב ס'איז דא נאך.

 

און ווידער ווארט איך אויף א קאנפירמעישאן פון ווי קומט דאס אז ער איז געפלויגן און בנוגע וועד הצניעות, וויפיל איך ווייס איז דא מער ווי צען מענטשן וואס "טוען" למעשה, און איך גלייב אז ס'איז דא נאך וואס איך ווייס נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext