בית פורומים כל העולם כולו

געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/6/2008 04:05 לינק ישיר 

איך ווייס פון א פאל פון א היימישן טייערען איד, וואס האט שוין חתונה געמאכט רוב פון זיינע קינדער.

עטליכע יאר צוריק קפצה עליו רוגזו של ועד הצניעות און מ'האט אנגעהויבן מרנן זיין אויף זיין טאכטער, וואס איך ווייס קלאר אז ס'איז געווען א רינון אן קיין שום אמת דערין.

די משפחה איז חדשים נישט געשלאפן, געוויינט, געשריגן און פארפירט. בערך 30 משפחה מיטגלידער זענען היינט טויטע שונאים פאר די פירער פון ועד הצניעות וועמען זיי באשולדיגן אין איינפאכע רשעות מיט קיין שום געפיל אויסצוהערן א צווייטן.

דאס מיידל האט שוין ב"ה חתונה געהאט און איז ב"ה א פיינע פרומע אידישע טאכטער. נאך אסאך עגמת נפש וואס האט דעם טאטן גורם געווען ערנסטע געזונט פראבלעמען רח"ל.

אין קהל קען מען בסך הכל רעדן איבער האנטיכער, און איבער לאנגע אדער קורצע צעטלעך.
אין ועד הצניעות קען מען רואנירן מענטש'ס לעבנס, עד סוף כל הדורות.

פארוועמען דער אנאליז איז צו קאמפליצירט צו באגרייפן, זאל ביטע פארלאזן דעם פורום און ביטע גיין אין זאמד באקס שפילן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 04:30 לינק ישיר 

ס'איז גארנישט קאמפליצירט, אבער ווער זאגט דיר אז ביי קהל'ס מיטינג רעדט מען נאר פון האנטוכער, "וועד הצניעות" איז אן אפטיילונג פון "קהל יטב לב", יעצט זיי מיר מסביר וואס דו ביזסט אזוי צופרידן פון די רעזיגנאציע, וואס גייט טעכניש פאסירן ביי אזא פאל וואס דו האסט יעצט דערמאנט, גייט ער אלס "פרעזידענט" נישט האבן די רעכט אריינצורעדן, אדער מחליט זיין.
אדרבא לאמיר הערן וואס דיין מיינונג איז, איך בין חושש צו מען מאכט נישט נאכמאל פורים פון אונז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 04:43 לינק ישיר 

איך האב דיך געפרעגט א קשיא:

ווער איז געווען פרעזידענט אין קהל יטב לב קרית יואל, ביז היינט?
האסט אמאל געהערט פון אזא נאמען ר' משה שעהר?

ס'איז א שיינער טיטל. נישט מער.

אויב דאס ווארט פורים קומט דא אריין, איז עס ווי פאראנאויד דו ביסט.

ועד הצניעות האט מורא'דיגע פאוער, אן אמט אין קהל יטב לב האט נישט.

קענסט מיר אפשר זאגן וועמען קהל יטב לב האט געטשעפעט אדער ארויסגעווארפען אדער עפעס געטאן (וואס איז נישט געווען רילעיטעד צו ועד הצניעות?)
חוץ שטותים פון רעדן ביים ליינען אדער מאכן קידוש אויף זשאני וואקער.

איך רעד דא פון דיני נפשות, און דו רעדסט פון צעטליך אויף די וואנט. רח"ל מיט וועלכע ילדים מ'רעדט דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 04:47 לינק ישיר 

פאינט 2:

וועד הצניעות האט דעם קאנטראל פון צעשטערן א מענטש'ס שלום בית.
דעם פאוער פון דיסטרויען א בחור אדער מיידל אויף לאנגע יארן.
א גרויס ווארט אויף אלע מוסדות אין קרית יואל, אינקלודינג בני יואל און סאסמאן.

דאס ווארט ועד הצניעות זאגט אז מ'רעדט פון גאר "הייקעלע ענינים" און אזא שליסל דארף ליגן ביי א מענטש וואס האט א הארץ, און א פיפטע שלחן ערוך, אויסער די פיר חלקים.

א פאזיציע אין קהל יטב לב, איז א פריוויליגיע וואס עטליכע 30 טובים האבן, און 10 פארשטאנד מיט א נאך שטויס מיט סתם מענטשן. און זייערע באשלוסן רירן אן יאנאש מיט דעם פישקע גייער.

שרעק האט שיעור - אילוזיעס האט נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/6/2008 20:13 לינק ישיר 

לאמיר זאגן ער איז יא אויס... מארגן וועסטו מיר שרייען עניוועי א אנדערע נאמען א זינעער איז שולדיג, אין מען ברויך יענעם באזייטיגן...

יעצט ווער עס ועט אים ריפלעיסען? מען וועט מאכן א באורד פון פופצן מענטשן, אין ווען איינער וועט האבן א פראבלעם, אין ער וועט גיין צו ראובן וועט ראובן זאגן פרעג אן ביי לוי ווייל שמעון מיינעך ווייסט נישט אלעס, אין ער וועט זאגן גיי צו יהודה ווייל ער לוי איז נישט געווען ביי די מיטינג פונקט. אין אזוי וועט עטס קענען ארום לויפן פון יששכר ביז בנימין...

ווען עס איזנישט דא נאר אייןנאמען איז עס סך ארגער.. פארוואס? ווייל מען וועט נישט האבן וועםפ צו בלעמען.

אבער צו אלעם, דאס האט גארנישקס מיט די וואלן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געספוילטע קרית יואלער אידן האבן ליב צו קאמפלעינען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.