בית פורומים כל העולם כולו

אסיפה דחופה מאנטיג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/5/2008 18:22 לינק ישיר 
אסיפה דחופה מאנטיג

מען האט מיך געבעטן מודיע צו זיין דעם חשובן ציבור תושבי וויליאמסבורג היקרים חסידים ואנשי מעשה און סתם בעלי בתים. הי"ו

אז אזוי וויא א פאר יחידים תמימי לב רעדן זיך איין אז די אסיפה דחופה מאנטיג גייט עפעס זיין פאר די תועלת פונעם ציבור להורות לעם השם דרכי השם.

ליגט א חוב מודיע צו זיין. אז א פאר עסקנים וואס מיינען געלט און כבוד ובראשם ק . מאכען די גאנצע איבערקערעניש כאילו זיי מיינען די אינטערעסע פון ציבור אדער עפעס כבוד שמים. .  לא מיניה ולא מקצתיה. סתם צו ווייזן אז מען טוט און מען רידערט.

עפעס קנאות וועט מען יא רעדן. נישט פון די טרייפענע פליישן וואס מען שטאפט אהן דעם ערליכן חסידישן עולם. ניין פון דעם וועט מען נישט רעדן.   אויך  נישט וועגן די מחלוקת וואס גייט פאר אין די חסידישע גאסן. פון דעם וועט מען אויכעט נישט רעדן. ווייל מען האט דאך מורא אז עס וועט ווערן כאיש אחד בלב אחד אזוי וויא דעמאלס ביי מתן תורה.ויחן שם ישראל . וועט מען ח"ו באקומען די תורה. דאס ווילן זיי דאך נישט. ווייל די תורה מיינען זיי דאך זיכער נישט.

א ביסעל וועט מען רעדן פון די גרעסטע פירצה בדורינו. ליידער דער טמנאר עירוב. וואס די פאפא חברה מיט די די אנדערע חסידותער דא אין וויליאמסבורג באנוצען זיך ליידער דערמיט.

און דערווייל אפילו אמאל ווען מען האט יא גענוצט  א עירוב אויף ראדני וכדומה איז דאס נאר געמאכט געווארן פאר גויים כידוע. ווייל די אמאליגע יודען וואס האבען זיך משתמש געווען דערמיט בימים ההם וויא למשל רבי שלום לויפער ז"ל זענען געווען ח"ו גויים .  (קען זיין אז אמאל יארן שפעטער וועט מען זאגן אז די דרשה(םון די אסיפה דחופה)  איז אויך געמאכט געווארן פאר גויים)

און דער רב הלל וועט זיין ראש המדברים צו פארדעקן דעם ענין פון מאכלות אסורות . (מאכען א קאווער אפ)  און ער וועט גוט אויסלערנען אונזערע קינדער. א שיעור בהלכות עזות וחוצפה. און ער וועט עס אריינלייגן אין קנאות און שייגעץ שטיק.

און נאך די דרשות וועט מען טאקע קענען האבען די זכיה און תענוג צו זעהן וויא די בחורי חמד און פארשטעלטע פרומע
(פול רשעות ווייניג מצוות) יונגעליטלעך. וועלן שבת נאכלויפן מיט תאוה אלע פרויען(מילך קעסטלעך)  און מיידלעך אויף די גאסען כמנהג וויליאמסבורג.(להוציא מליבם פון דעם קרית יואלער וואס האט געזאגכט אז עס האט נישט קיין פשט מוחה צו זיין)  

אזוי וויא די גלחים פלעגען העצן די יוגענט אמאל אין די שטעטאלעך קעגן די די יודישע קינדער מענער און פרויען. און נאך די העצערישע רעדעס האבען זיך די סטודענטן ארויסגעלאזט מיט אימפעט צו רצחענען און פלינדערן פאר זייער לשם שמים (לשונו של הגה"צ אב"ד קארלסבורג של"ס פרשת קדושים)
נאכדעם וועט טאקע רבי בערל כ"ץ שליט"א רעדן וועגען די געפערליכע רשעות וואס מען נעמט פאר א דירה אזויפיל געלט אז די יטונגעלייט קענען עס נישט דערשטרייטן און מען ברעכט ממש אונטער רח"ל

און כדאי אז עס זאל נישט אויסזעהן סתם וויא א פארטייאישע אסיפה. און כדי די אהרונים זאלן אויך קומען עס זאל אויסזעהן וויא עס איז פול. דער ויואל משה זאל  וועט מען אויך צושטעלען הרה"ג רבי משה גרין שליט"א רעדן וועגן וויאזוי מען מעג ארויסווארפן בחורי חמד פון די ישיבות נאכדעם וואס מען זיי אויסגעלערנט עזות און מחלוקת און פאליטיק. און פארענטפערן פארוואס מען האט ארויסגעווארפן די בחורים פון די ישיבות

אויך וועט ער רעדן וועגן די וויכטיגע תקנות פוון די חתונות צו שפארען געלט ווייל עס הויבט זיך שוין יעצט אהן די חתונה סיזען.

פארן סוף וועט אויפטרעטן הרה"ח רבי מלך שטערן מסביר זיין אז מען דארף און מען מעג גיין צום ציוניסטישן ערכאות ווייל פאר די פארטיי מעג מען אלעס

און צום שלוס וועט אויפטרעטן הרב נ בלומענפעלד. בעטן אז וועגן די נקודה פנימית פון רבין בהיכלא דמלכא בעט מען יעדן זאל קומען דאווענען אין ראדני שבועות אז עס זאל אויסזעהן וויא א גרויסער עולם. און אויך אז צו די גרויסע חתונה פון רבין זאל די גאנצע שטאט קומען אפילו דער וואס וויל נישט קומען וועגן רבין. זאל ער עכ"פ קומען וועגן כבוד הבי"ד וואס רבי ז"ל פילאפף שליט"א איז דאך חבר הבי"ד .

רעזאלאציעס פון די אסיפה. קען מען שוין באקומען אין די בתי מדרשים.

1  ק מיט נאך עטליכע עסקנים דארפן האבען געלט

2 די חתונה תקנות טאר מען נישט האלטן בשום אופן נאר אויסרייסען און אויסברענגן וואס מער געלט אבי מען זאל עובר זיין די תקנות

3  אזוי וויא יעצט הויבט זיך אהן די חתונה סיזען. דארפן די בחורים דירעקט גיין יעדע נאכט צו חתונות להוציא פון דעם וואס האט אויסגעטראכט אז בחורים טארן נישט גיין צו קיין חתונה.

4  מען דארף לאכען פון יעדען רבין ווייל אלעס איז נאר א ליצנות נאר כדי אנצוהאלטן די נקודה פנימית פון רבין דארף מען מחזק זיין די זאך דא אין ראדני

5 פלייש טאר מען קויפן מיט א השגחה. נאר אזא פלייש מעג מען קויפן. וואס די השגחה איז נאר ממליחה ואילך.

6 מען מעג זיין א שייגעץ ווייל נאכדעם קען מען דאך האבען א זכיה צו האבען א קינד א רבין א נועם המידות

7 אזוי וויא די גאס איז לעצטענס פול געווארן מיט גויים פון די שכנתדיגע געגענטען. מעג קיינער נישט פארקויפן דירות פאר גויים אדער ארטיסטן. נאר ווער עס שטיצט די מוסדות פון רז"ל.

8 און די גרויסע טיפלא פון מארסי קארנער הופער. טאמער עס וועט איינקומען געלט פאר די עסקנים דעמאלס זאל מעג מען עס לאזן אוועקגעבען פאר די שמוציגע גויים

9  מען טאר נישט לייענען דעם בלאט אדער די היידפארק אדער הערן די האט ליינס ווייל מען קען ח"ו הערן א ווארט אמת. און עס וועט אריינווארפן ספיקות אין די עסקנים און אין די פארטיי.

10 די גרעסטע עבירה בדורנו. איז דער עירוב סיי אין בארא פארק און סיי אין וויליאמסבורג מען זעהט דאך קלאר. אז סיי דער ביד"צ פון די עדה החרדית און סיי אלע רבנים פון די וועלט הערן נישט אויף צו רעדן נאר פון די שרעקליכע פירצה . און וועגן דעם עירוב דארף מען און מען מעג מפקיר זיין אונזערע קינדער און אפילו אראפנעמען פון זיי דאס ביסל מענטשליכקייט וואס קומט נאך פאר תורה ווייל דרך ארץ קדמה לתורה.


למה נקרא שמה אסיפה דחופה.  שדוחפין רגלי השכינה רח"ל

ווער עס האט עפעס מוסיף צו זיין אויף די זאכען פון וואס מען וועט יא רעדן ביי די אסיפה אדער נישט רעדן דער זאל מוחל זיין דא ארויפצולייגן ותבא עליו ברכה.






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2008 23:35 לינק ישיר 

מענטשען פארפירן צו מיר באישי.  (אינעם תיבה פרטית)   אפשר גאר פון די געלט מאכערס און אנפירערס פון די אסיפה.  אז איך בין גאר גורם אז מער מענטשן זאלן דוקא קומן צו די אסיפה. וואס לשיטתי איז דאס א הירוס הדת ח"ו


דער תירוץ איז.  וויל איך  דען אז עס זאל נישט זיין קיין אסיפות לחיזוק הדת ?   איך וויל נאר אז מען זאל רעדן  פון דברים העומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלין בהם. אז די טאטעס זאלן זיך פירן ערליך און דאווענען ערליך און לערנען יעדען טאג. און נוהג כבוד זיין בין אדם לחבירו וכדומה. וועט זיין אזוי וויא דער הייליגער בעלזער רב זי"ע טייטשט "יוסף השם עליכם עליכם ועל בניכם" וואס איז דאפעלט עליכם . נאר אז דער באשעפער וועט ענק געבען א סאך יראת שמים אז עס וועט זיך איבערגיסן און עס וועט בלייבן יראת שמים אויך פאר די קינדער בבחינת אור המקיף אזוי וויא א בעכער וואס גיסט זיך איבער.

און פארשטייט זיך אז טאמער דער מוקצה שבעם ר' הלל וועט זיך וועלן אויפמאכן דאס מויל אפילו ער וועט שוין מער נישט העצן אונזערע קינדער און אפילו ער וועט שוין נישט מער מזלזל זיין אין אמהות ישראל (עיין ראשית חכמה שער הקדושה פרק ט"ו גודל עונשו רח"ל השם ישמרנו)  ליגט א חיוב אויף יעדן איינעם כל מי שרגלי אבותיו עמדו על הר סיני . מקדש זיין שם שמים און הייליגן דעם הייליגען באשעפערס נאמען בתוך בני ישראל ברבים. און שרייען בכל כוחם ביחד " שווייג דו רוצח!!     
צא טמא !! . אשרי וואיל איז דעם איד וואס וועט דאס טון אבער נאר בתנאי יחד כולם הודו א גאנצער ציבור צוזאמען זאל שרייען. "געוואלד" תאמר למלאך המשחית הרף ידיך . גענוג פארסאמט די בחורים און יונגעלייט. גענוג מאכיל טריפות ונבילות געווען. . האב שוין רחמנות. זעסט נישט אז די שפיטאלען זענען ליידער פול השם ישמרנו. הער שוין אויף!!! . זעסט נישט וויפיל בחורים זענען ליידער דא וואס זענען קאלט לכל דבר שבקדושה אויסער מיט עזות זענען זיי פול.

ובזכות זה נזכה  לקבל התורה הקדושה בנערינו ובזקננו באנפין נהירין. וביומא דעצרתא יפקון מן גלותא ע"י משיח בן דוד צדקנו במהרה בימינו אמן.

עס האט נישט דירעקט א שייכות מיט דעם וואס ר' נחום זאגט היינט אויף זיין האט ליין וד"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2008 19:50 לינק ישיר 

די ארונים זענען נעבעך בקצה המחנה, אין עק שטאט
און שפירן זיך נעבעך באקריוודעט, ווי ריכטיגע מאנגאלן.

איי פיל יור פעין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2008 19:47 לינק ישיר 

לשם יחוד לקיים מצות ענה כסיל כאוולתו

"ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות"

די דרשה וואס גייט פארקומען אי"ה מאנטיג אין די געדינגענע קעיטערינג האל ויואל משה, איז א טאטאל אומפארטייאישע זאך פאררופען דורך די עסקנים אין וויליאמסבורג פון "אלע" שיכטען און קרייזען, דאס איז שוין די דריטע אדער פערטע אזא דרשה אין שטאט, אויפצוקלערען די עלטערען אויף די סכנה וואס לאקערט אין די גאסען פון משחיתים און מחבלים, וואס זענען גרייט אפצושעכטען יודישע קינדערלעך אן רחמנות, דא ווייס יעדער אז מ'גייט נישט רעדען פון קיין עירוב מיט קיין אנדערע זאכען, ס'איז ליידער א באקאנטע זאך וואס איז נוגע יעדעם, בפרט ווען ס'קומען די זומער טעג

יעדער שוטה פארשטייט אפילו אז דאס איז אומפארטייאיש און נוגע פאר יעדען איינעם גלייך, און דאס ווערט צוזאמענגעשטעלט פאר יעדעם, און איינער וואס האט א פראבלעם מיט דעם אסיפה, איז א גרויסע צריך בדיקה אחריו, איינער וואס איז נערוועז און ציטערט פאר די תוצאות פון דעם דרשה ליגט אין א ביטער פעקעל, און דארף גיין זוכען הילף בעפאר די משמרת הצניעות טראגט אים עס אהיים...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2008 18:32 לינק ישיר 



האט רבי בערל כ"ץ גערעדט
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2335106&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2008 18:27 לינק ישיר 

מאכסט מיך דיזי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אסיפה דחופה מאנטיג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext