בית פורומים כל העולם כולו

מיוחד: פארוואס יא וואטן פאר קאנדידאטן פון קיט"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/5/2008 00:47 לינק ישיר 
מיוחד: פארוואס יא וואטן פאר קאנדידאטן פון קיט"ל

 

פארווארט

היות עס טוט זיך א איבערקערעניש ביי אונזער היימישן עולם, און ווי איך זע דא האבן שוין אסאך געשריבן, און גאר גוטע פוינטס, נאר ס'איז צוזייט און צושפרייט, האב איך געעפנט דעם אשכול ס'זאל זיין אויף איין פלאץ אלע פוינטס, די געוואלדיגע וויכטיקייט פון גיין שטימען, און די שרעקליכע שאדן וואס קען ארויסקומען אויב בלייבט מען אינדערהיים.

איך וואלט זייער געוואלט בעטן אלע זאלונים וואס דרייען זיך (בפקודת שמרה רוחי) און ווי אויך אלע מאנ"ש וואס האבן עפעס טענות אויסצוזעצן קעגן די וואלן, מען זאל ביטע נישט אריינהאקן, ענטס זענטס וועלקאם צו עפענען א צווייטן אשכול ארויסצוברענגן ווי וויכטיג ס'איז "נישט" צו גיין שטימען, אבער ביטע נישט אריינהאקן סתם אזוי.

 

איך טו נאכאמאל קלאר שטעלן, רוב פון די זאכן האב איך נישט געשריבן, ס'איז שווער איבערצוקוקן יעדן פאר וועם ס'קומט זיך קרעדיט, צו איז רבי יונה, האקובו, פראסקעס, לעבעדיגער, ועוד.

איך האב נאר צוגעלייגט ביי געוויסע נקודות נאך עטליכע פונקטן

 

מען קאמפלעינט שטענדיג

אפשר ווייסט איינער פארוואס די קרית יואל'ער אידן האלטן אז עס קומט זיך פאר זיי די וועלט?

לאמיר זיי דערציילן וויאזוי דער מצב איז ביי אונז אין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי און זיי דערציילן אז זיי לעבן אין א חלום, אין א גן עדן, וואס זיי קענען זיך נאך איין טאג פארלירן.

לאמיר זיי דערציילן אז ביי אונז אין די אנדערע אידישע געגנטער וואוינט מען אין פיצעלע לעכער, מען צאלט אוועק די הויזן פאר יעדע איינציגסטע זאך, א ריזיגער פראצענט עולם אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק קען זיך ניטאמאל עפארדן א קאר, בשעת דארט אין קרית יואל האט כמעט יעדער איינציגסטער יונגערמאן א קאר. זיי האבן נישט די אלע ריזיגע הוצאות וואס אונז האב מיר. זיי באקומען קיינמאל נישט קיין פארקינג טיקעט, אפילו אויב זיי פארקן אומלעגאל, און אויב קומט א פאליסמאן אמאל אריין אין שטעטל און טיילט טיקעטס (וואס ביי אונז אידן אין אנדערע געגנטער איז עס א טעגליכע ערשיינונג) שרייט מען אז דער פאליסמאן איז אן אנטיסעמיט אדער די ווילידזש איז שולדיג.

די מינדעסטע פראבלעם א קרית יואלער איד האט לויפט ער תיכף ארויף אין ווילידזש אפיס און ער מאכט קולות (אין אידיש) צי דער ווילידזש איז יא אדער נישט מחויב אים צו העלפן, און זיינע וואונטשן ווערן תיכף נאכגעגעבן.

איבער'ן גאנצן שטעטל טוט זיך מעכטיגע פראיעקטן, מען בויט אלעמאל איבער די ראודס און די סיידוואקס, און די ווילידזש מוטשעט זיך ביטער ארום מיט יעדן איינעם וואס איז נישט צופרידן מיט די נייע סיידוואק וואס לויפט אריבער זיין פראפערטי, און די ווילידזש שטעלט צו בחנם פאר די אלע מענטשן וואס זיי ווילן, ביימער, געיטס, גארבידזש הייזער, פארקינג לאטס. אלעס באצאלט דורכ'ן רייכן פעטער (אין אן אנדערע געגנט זאל זיך איינער וואגן צו בעטן די אלע זאכן אלס קאמפענסעישאן פאר'ן לאזן בויען א סיידוואק אדער ראוד אין פראנט פון זיין הויז, ער וועט כאפן אזא קאפע ארויס). די קרית יואלער אידן האבן א ווילידזש וואס זארגט זיך כסדר וויאזוי צו צופרידנשטעלן דעם עולם.

און די קרית יואלער אידן ווען זיי האבן באקומען עפעס פון די ווילידזש ווייסן אפילו נישט אז זיי האבן עפעס באקומען. זיי מיינען אז עס קומט זיך זיי. well, ברענגטס זיי קיין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי. לאמיר זיי ווייזן אז אונז באקום מיר ניטאמאל דאס וואס ס'קומט זיך אונז באמת.

די ריעל עסטעיט פרייזן אין קרית יואל זענען ביליגער ווי ערגעץ אנדערש, די רענט פרייזן זענען ביליגער ווי ערגעץ אנדערש, מען בויט הייזער אין יעדן לעכל וואס לאזט זיך נאר (סאך א גרעסערע סופליי ווי דער דימענד וואס איז דא) און די קרית יואלער אידן קאמפלעינען נאך אלץ. דערצו לעבן זיי זיך אלע אין פאלאצן מיט ריזיגע צימערן, דיינינג רומס, טוי רומס, פארטשעס א.א.וו.

יעצט קומען די וואלן אין קרית יואל, און מיר אלע סאטמארע חסידים ארום די וועלט זענען שרעקליך נערוועז איבער דעם אויסגאנג, אונז ציטער מיר צו פארלירן דעם ביה"ח און אונז זארג מיר זיך איבער פארלירן די וואלן אינעם ארט וואו דער רבי שליט"א וואוינט, אלעס צוליב אפאר געספוילטע אידן וועלכע זענען אומצופרידן און פלאנען צו בלייבן אינדערהיים

מיט אפאר חדשים צוריק איז פארגעקומען וואלן אין מאנסי און טויזנטער אידן זענען ארויסגעקומען שטימען פאר'ן זעלבן קאנדידאט, קיינער האט נישט געשטימט קעגן, כאטש מאנסיער אידן האבן שמאלע צעבראכענע סיידוואקס, צעשפאלטענע ראודס, שווערע טרעפיק, העכסטע שטייערן אינעם געגנט, די פרייזן פון דירות זענען משוגע הויך, סיי צו קויפן און סיי צו רענטן, די פאליס טיילט טיקעטס. אויב האט איינער א פראבלעם קען ער גיין רעדן צום לאמפ. אויב איינער וועט אים שוין יא העלפן וועט ער נאר באקומען דעם מינימום.

וואלט דאך געווען זייער פשוט צו ערווארטן אז די קרית יואלער אידן זאלן אלע ארויסקומען און שטימען אין די מאסן, ווען זיי לעקן האניג און עס פעלט זיי גארנישט, נאכדערצו איינער וואס איז אן אהרוני, וואס דאן באקומט ער בעסערע באהאנדלונג פון די ווילידזש באאמטע. אבער ניין, מען דארף זיי ארויסברענגען מיט צוואנגען, און דערצו זענען דא די פיינע אידן אזוי ווי ע. כ. וועלכער האט דאס לעצטע מאל געהייסן פאר זיינע קינדער נישט ארויסצוגיין שטימען, ווייל ער האט געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר איינעם אין קהל. פאר די אידן לאמיר אלע זאגן, טאנצן חסדי ה' אין ראדני איז טאקע זייער א חשוב'ע זאך, אבער געווינען די וואלן אין קרית יואל איז סאך וויכטיגער.

נישט די ווילידזש איז אויפ'ן וואגשאל נאר סאטמאר, מיט'ן בלייבן אינדערהיים טוט איר אפ גאנץ סאטמאר, און ווי אויך זיך אליין.

 

 

וואס טוט זיך ערגעץ אנדערש

זאל איינער ברענגען די קרית יואלער אידן קיין וויליאמסבורג און זיי ווייזן וואס אונז מאך מיר מיט.

די סיטי טוט מיט אונז וואס זיי ווילן. יעדן טאג לייגן זיי צו פרישע נאו פארקינג סיינס און מען נעמט אוועק נאך און נאך פארקינג פלעצער, גאנצעטע גאסן ווערן פארוואנדלט אין בייק לעינס, אויב פארשמעקט זיך פאר די שטאט אדער א פריוואטע קאמפאני אויפצוגראבן א גאנצע גאס פרעגן זיי ניטאמאל די שכנים און נעמען זיך גרובן, שטערנדיג דעם טרעפיק און אוועקנעמענדיג נאך צענדליגער פארקינגס, און דערצו שטייט די פאליס און טיילט טיקעטס א גאנצן טאג.

מען ווארפט ארויס מענטשן פון זייערע הייזער אין בעדפארד גארדענס און אין די פראדזשעקט און איינער וואס האט טענות קען גיין רעדן צום דופן עקומה.

אויב משה דוד נידערמאן באקומט סעקשאן 8 סלאטס מעלדט ער עס ניטאמאל אין דער איד נאר טיילט עס אויס פאר זיינע נאנטע מענטשן. דאס זעלבע איז מיט אנדערע פראגראמען און עסן וואס ער באקומט פון די גאווערמענט.

ס'איז נישטא קיין שום סערוויס, נישט פון די לאקאלע פאליטישע באאמטע און נישט פון די אידן וואס דארפן אפיציעל פארטרעטן די אידישע איינוואוינער. (ב"ה אז ס'איז שוין דא יו דזשעי קעיר וואס וועט אי"ה אויפטאן גדולות ונצורות. איך רעד וויאזוי ס'איז געווען ביז יעצט)

איך האף אז די קרית יואלער אידן וועלן ארויסוואטן דעם גאנצן ווילידזש ווייל נאכדעם ווען זיי וועלן זיין די מינאריטי און גארנישט באקומען פון די אלייענס וועלן זיי איינמאל פאר אלעמאל שפירן "אביסל" פון דאס וואס אונז שפיר מיר, און אויפהערן צו ברעטשען און וויינען ווי קליינע קינדער. דעמאלט וועלן זיי וויינען אז מען דארף צוריקברענגען אייגענע חברה, אבער דעמאלט וועלן זיי קענען רעדן צום וואנט, ווייל קיינער פון אונז וועט זיי נישט אויסהערן.

נישט די ווילידזש איז אויפ'ן וואגשאל נאר סאטמאר, מיט'ן בלייבן אינדערהיים טוט איר אפ גאנץ סאטמאר, און ווי אויך זיך אליין.

 

 

וואס זענען די אישוס

עס טוט זיך א גאנצע מאטשקע בעראטשקע, יעדער האט חשבונות אויף חשבונות ווען ער גייט שטימען פאר די ווילידזש פירער, ער גייט יא אדער נישט וואוטן פאר דעם און יענעם, ווייל ער האלט אז דורך דעם גייט ער שיקן אזא אדער אזי מעסעדזש פאר יענעם און דעם.

איינעם דאכט זיך אז דורך שטימען בעד אדער נגד, אדער בלייבן אינדערהיים, וועט ער שיקן א מעסעדזש פאר יענעם ראש הקהל, וועלכער איז גראדע צעקריגט מיט דעם קאנדידאט וואס ער לויפט, און א צווייטן דאכט זיך אז דורך בלייבן אינדערהיים וועט ער גוט צופיקסן איינעם פון די ווילידזש פירער און זעהן א נקמה אים אים אויף דעם וואס יענער איז קעגן א געוויסן ראש הקהל

פארוואס קענען נישט די קרית יואל'ער אידן שטימען פאר ווילידזש פירער מיט די זעלבע סיבות פארוואס מען וואוט פאר ווילידזש פירער אין אנדערע טויזנטער ווילידזשעס לענגאויס אמעריקע?

פארוואס זאלן שוין נישט איינמאל פאר אלעמאל זיין די קאמפיין טעמעס די זעלבע קאמפיין טעמעס וואס גייען אן ביי צענדליגער טויזנטער וואל קאמפיינען איבער גאנץ אמעריקע?

1) נידעריגע טעקסעס

2) ריינע גאסן

3) סאשעל סערוויסעס

4) האוזינג

5) קריים

6) עדיקעישאן

7) מוניציפאלע סערוויסעס

8)און נאך אזעלכע טעמעס וואס קומט מיר נישט יעצט אויפן זכרון

 

וואס פעלט פאר די קרית יואלער אידן?

1) די טעקסעס זענען די נידעריגסטע פון אלע געגענטער ארום, שוין לאנגע לאנגע יארן, ואין פוצה פה ומצפצף, מינינג, אין בעל הנס מכיר בניסו, די קרית יואלער אידן ווייסן גארנישט צו שעצן דעם פאקט

2) די גאסן זענען קלין, שיינע ביימער און גראז איבעראל

די שניי ווערט געשארט ווינטער שנעל און פונקטליך, קומטסט נאר אויף וומסב"ג אמאל ביי א גרויסן שניי וועט מען זיך איבערצייגן אז ווען די שטאט האט היינט באשלאסן אז עטליכע גאסן אין קווינס קומען פריער, קען פען סטריט ווארטן ביז 3 טעג נאך א שניי

אפשר ווייסט איינער אין וומסב"ג וואו מען דארף זיך ווענדן ווען מען זעט א טויטע פייגל אדער ראט? יא, מען וווייסט גוט, מען נעמט א שאוועל און מען שליידערט עס אריין אין גארבעדזש, אויב נישט, ליגט עס דארט עד שיבא אליהו.

אין קרית יואל ווייס איך דארף מען רופן דעם ווילידזש און מען קומט עס באלד אוועקנעמען

3) עס בויען זיך הייזער וואו דאס אויג קוקט נאר.

4) דער עולם באדט זיך אין רעגירונגס פראגראמען. ווען איך עפן נאר א צייטונג הער איך פון פרישע מיליאנען וואס די ווילידזש האט פארשאפט פאר דעם פראדזשדעקט אדער פאר א צווייטע. דער רעקארד שעלט, די גוים אין אראנדזש קאונטי שעלטן, די זאליס שעלטן, און ---- געס וואט... די ארונים באקלאגן זיך אויך.... וואט עי געלעכטער. ממש אנבעליוועבעל. סארי אויב איך זאג אזא אויסדרוק, איך ווייס נישט אויב עס איז געווען נאך אזעלכע גוטע שנארערס ווי די ווילידזש חברה זייט דער סוכנות

5) א שטיל רואיג שטעטל, ב"ה קיין קריים, קיין דראגס, קיין שיסעריי, מען דארף נישט קיין חברה שומרים. און וויפיל עס פעלט זיך אויס איז דא פאבליק סעיפטי

6) דער טמא'נער טריפה'נער ימח שמוניקע אפיקורסישע פוי פוי פוי פוי סקול דיסטריקט בויט א ריזיגע געביידע. אפילו מאיר ווערטהיימער וואס איז ציקריגט מיט מאיר הירש בויט א ריזיגע געביידע פאר המספיק. מען בויט שוהל'ן אין אלע עקן שטעטל. ווער עס רעדט א ווארט זאל כאפן א בליק אויף רעמפא אדער די אלע שטעטלעך ארום מאנסי וואו מען שטייט אויס ציפקע צרות ביים בויען יעדע שוהל, אדער ביים בעטן א טראפעלע געלט פאר ספעשל עד. אין קרית יואל גיסט זיך די זאכן ווי זאמד

7) די ווילידזש לייגט אריין כוחות עצומות צו פארשאפן וואסער סארסעס, עס זענען דא אלע ערליי רעגירונג סערוויסעס וואס מען קען זיך נאר חלומ'ען, פייערלעשער, הצלה, און יעדע שטיק צייט הערט מען אז די ווילידזש האט פארשאפט נאך רעגירונג געלט פאר די זאכן. מען סטאפט נישט צו בויען סיידוואקס און בויען ראודס

הקיצור, די ווילידזש איז א מונציפאלע רעגירונג ווירטשאפט וואס פונקציאנירט 100% און נאך בעסער. און די קרית יואלער אידן קאמפלעינען

עס איז שוין צייט די ווילידזש חברה דארפן זיך אויפשטעלן אייינמאל פאר אלעמאל און זאגן פאר די אומצופרידענע תושבים דארט, קאמאן, איך לויף נישט ווייל דער אדער יענער זאל זיין ראש הקהל, איך לויף נישט צוליב דעם אדער יענעם שטות אדער לאקש, איך לויף פאר די זעלבע סיבות און טעמעס פארוואס בלומבערג לויפט אין די סיטי. האסט עפעס טענות?

נישט די ווילידזש איז אויפ'ן וואגשאל נאר סאטמאר, מיט'ן בלייבן אינדערהיים טוט איר אפ גאנץ סאטמאר, און ווי אויך זיך אליין.

 

 

איז דאס דער איינציגער וועג

צו מיינע געשמאקע ברידער, מיט וועמען איך רעד כמעט טעגליך, און יעדן איינציגן שבת אין קרית יואל.

עטס ווילטס יעצט ביי די וואלן שיקן א מעסעדזש פאר ר' דוד עקשטיין און נאך - דורך די ווילידזש עלעקשאנס.

פארוואס, ווייל עקשטיין און די אנדערע פארשטייען נישט אנדערש.

זאג נאר, האסטו פראבירט צו שיקן דיין מעסעדזש אן אנדערע וועג און ס'איז נישט געגאנגען:

האסט פראבירט צו מאכן א דרייוו, נישט צו צאלן קיין מעמבערשיפ און אזוי שיקן דיין פראטעסט.

האסט פראבירט צו מאכן א קאמפיין נישט צו צאלן די זיצן געלט, און אזוי מעלדן אז ס'איז נישט הפקר וועלט.

ניין. האסט נישט פראבירט, ווייל דו ווילסט האבן די EASY WAY. אן דארפן טאן גארנישט. בלויז שיקן א מעסעדזש מיט א PUSH OF A BUTTON

אבער, מיט דעם PUSH OF A BUTTON, אבער מיט'ן בלייבן אינדערהיים, שיקסטו א שלעכטן מעסעדזש פאר די מענטשן וואס ארבעטן פאר דיר - דאהי, און אין וויליאמסבורג און בארא פארק.

איך רעד צו דיר.--- און נאך אסאך יונגעלייט.

DON'T SHOOT US, מיט א שלעכטן מעסעדזש צום נישט ריכטיגן רעסיפיענט.

ווען מיר וועלן האבן פראבלעמס מיט'ן בית החיים... צו וועמען וועט מען האבן טענות?

צו גדלי' סעגעדין אדער צו דיר...

DON'T LOOSE YOUR BRAIN ביטע

נישט די ווילידזש איז אויפ'ן וואגשאל נאר סאטמאר, מיט'ן בלייבן אינדערהיים טוט איר אפ גאנץ סאטמאר, און ווי אויך זיך אליין.

 

 

וואס וועט פאסירן

אז מען גייט איינמאל א גוטן שטויס

"ביז אהער" שרייבט

ס'איז אמת אז קרית יואל'ער אידן פארלאנגען מער דערפאר וואס דער ווילעדזש שטייט איין אין היימישע הענט, אבער דער פאקט איז אז איר קענט נישט פארלאנגען אריינצורעדן פונדרויסן אן מיטהאלטן וואס דא גייט פאר.

פאקטיש איז דער עולם זייער אנגעווייטאגט נאך וואס דוד עקשטיין און מאיר הירש האבן געמאכט פורים פונעם עולם ביי די קהל'ישע וואלן, און די איינציגסטע פלאץ וואו מ'קען זיך אויסגעבן איז ביי די ווילעדזש וואלן, גערעכט צי נישט.

היי יאר איז די וואלן נאר פאר 2 טראסטי'ס, און די ווילעדזש בלייבט נאך אלץ געהעריג אין היימישע הענט, אזוי אז די איינציגע זאך וואס וועט געשען איז א "מעסעדזש" פאר קהל פונעם ציבור אז מ'דארף זיך רעכענען מיטן עולם ווייל ס'איז פאראיבער די צייטן ווען סאטמאר איז באשטאנען 'פון פופצן טויזנט זיצערס וואס וועלן זיצן וואו מ'וועט זיי הייסן'. במילא איז דאס בכלל נישט נוגע פאר די סאטמארע חסידים פונדרויסן וועלכע זארגן זיך איבער'ן ווילעדזש, בית החיים, וכו'.

 

ביז אהער;

מיטאיינמאל פארשטייסטו שוין נישט וואס צוייי פרעמדע פאררעטער וואס קומען אריין אין דיין אפיס קענען אפטוען?

די פארשטייסט טאקע נישט וואספארא חורבן די צוויי טראסטי'ס וועלן אנמאכן אויב קומען זיי אריין אין אפיס אפילו די פארבלייסט די רוב מיט א מערהייט פון איינס????

וואספארא אויסרייד איז דאס?

די ביזט מסכים אז יעדע זאך ווואס זיי האבן זיך געשלאגן ביז היינט פינדרויסן מיט די ווילידזש איבער סיי וועלעכער אנגעלעגענהייט זאלן זיי יעצט טוען מיט 5 לויער'ס פון אינווייניג אלעס ווייל די ווילסט שיקן א מעסעדזש???

די ביסט מסכים אז די ווילידזש זאל נישט קענען ארויסהעלפן מיט די מערכה אין אינזער חסידות אין אנדערע פלעצער נישט דייקא אין די גרעניצן פון קרית יואל, וואס ווי די וויייסט אלייין דארף מען כסדר אנקומען צו זיי וד"ל, אלעס ווייל די ווילסט שיקן א מעסעדזש????

די פארשטייסט נישט אליין אז ווען די ווילידזש איז א פאראייניגטע כח קען מען ברענגען אומצאליגע פראגראמען פון וואס אלע תושבי קרת יואל האבן היינט צוטאגס הנאה, און מיטן אריינברענגען פרעמדע מענטשן דארט וועלן זיי פראבירן צו שטעלן פיסלעך אויף טריט און שריט. צו לוינט זיך דאס אלעס פאר די איינע סיבה פון נקמה, ווייל איר ווילט שיקן א מעסעדזש????

די אלע אינגעלייט זענען "סעלפיש" זיי ווילן נאר זעהן א נקמה. און זיי האבן געטראפן איין פלאץ ווי זיי קנען דאס טוען אפגעזעהן וואספארא פרייז דאס ברענגט מיט זיך. זיי גייען שפאצירן מיט ביידע פיס אין וואנט אריין אבי ווייזן אז אינז קענען טוען וואס מיר ווילן.

ווי איז ענקער שכל? זייטס נישט קיין צועקים לשעבר!

מען קען זיך נישט ערלויבן אפילו איינמאל צו טרייען, ס'איז נישט קין דזשאוק, ס'איז א געוואלדיגע סכנה

נישט די ווילידזש איז אויפ'ן וואגשאל נאר סאטמאר, מיט'ן בלייבן אינדערהיים טוט איר אפ גאנץ סאטמאר, און ווי אויך זיך אליין.

 

 

קענען מיר זיך דאס ערלויבן

ס'איז דא געוויסע אינגעלייט אין ק"י וואס זענען נישט צופרידען פון די ווירטשאפט אין ק"י, אבער עפ"י רוב איז דאס פון די קהל'ישע ווירטשאפט נישט פון די ווילעדזש ווירטשאפט,

און יעצט טענה'ן די אידען אז ס'איז דא א טשענס צו שיקען א מעסעדזש וועל איך עס אויסנוצען, איי... וואס האט די ווילעדזש מיט קהל???

נאר אזוי ווי ר' מאיר הירש האט אונז גוט צוגעפיקסט מיט זיין "מעולם לא חתמתי" זאל ער זיין די כפרה הינדעל.

איז אזוי..

אמת טאקע אז ר' מ. ה. האט אונז גוט צוגעפיקסט ביי די קהל'ישע וואלען במישרים או בעקופין, אבער מיינט דעיס אז וועגן דעים קומט זיך אים טויט שטראף???

אם תמצא לומר אז יא, ס'איז גענוג א גרויסע עבירה אז ער זאל פארדעם באקומען 2 דערנער אין אויג, וואס האט ר' אברהם ווידער , ר' יעקב פריינד, ר' משה גאלדשטיין, ר' גדלי' סעגעדין געטון אז זיי זאלען ליידען.

אם תמצא לומר אז יא, זיי האבען אלע געקענט אפשטעלען ר' דוד עקשטיין'ען פון מאכען אזוי פורים פונעם עולם, וואס האבען די אלע אנדערע ראשי קהלה פון איבער גרעיטער נ.י. און פון בכל קצבי תבל חוטא געווען אז מ'זאל זיי אריינשטעכען א מעסער און רוקען???

אם תמצא לומר אז ס'דארף זיי נישט אנגיין וואס דא טוט זיך, פארוואס קומט זיך דאס פאר כ"ק אדמו"ר שליט"א אז אלע זיינע שונאים זאלען טאנצען אין די גאסען???

הצד השוה שבהן...

מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען שיקט מען זייער א שלעכטן מעסעדזש פאר אלע איבערגעגעבענע עסקנים.

מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען בלייבט ר' דוד עקשטיין נאך אלס ראש הקהל נאך מיט א גרעסערע פאוער וד"ל. (הערת המעתיק: אוי ווי גוט געזאגט...)

מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען איז מען מצער דעם רבי'ן שליט"א וואס ער געט זיך אוועק זיין לעבן פאר אונז חסידים.

מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען וועסטו... די אליין... זיך שעמען ארויסגיין אויפ'ן גאס פאר א שטיק צייט.

מיט'ן נישט ארויסקומען וואוטען און די אנדערע 2 וועלן ח"ו געוואונען, האט מען א חלק אין די אלע מעשי רשע וואס זיי טוען און וועלן אפטוען.

אלזא טייערע פריינד...

לאמיר לייגען אונזערע דיפערענצען, מיינונגס פארשידענהייטען, שנאה, קנאה, האס, אין א זייט און יא ארויסקומען שטימען פאר

הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד ני"ו

הרה"ח ר' משה גאלדשטיין ני"ו

פאר ווילידזש טראסטי, קומענדיגען מיטוואך אין זאל פון קרן ויואל משה.

נישט די ווילידזש איז אויפ'ן וואגשאל נאר סאטמאר, מיט'ן בלייבן אינדערהיים טוט איר אפ גאנץ סאטמאר, און ווי אויך זיך אליין.

 

 

 

 

 

דו שלאגסט דעם בער ווען דער הינט בייסט דיר

צו די אלע "נעבעכדיגע" קרית יואלער נשמות.

איינער האט עס שוין דא געשריבן און איך טו צולייגן מיין וואוט דערצו.

א גאנץ יאר הרג'ענען מיר תושבי גרעיטער ניו יארק זיך אוועק פאר קרית יואל. אויב קענט עטס נישט פאר אונז צוריקגעבן די פאר מינוט מיט'ן ארויסגיין שטימען פאר די ווילידזש דאן לאזן מיר אייך וויסן, די העק מיט ענק, וד"ל (און די נעקסטע שבועות איז אינקלודעט.)

מיר האבן צופיל גרעסערע פראבלעמען פון ענקערע קינדערישע שטותים, אז אונז זאל מיר פארשטיין  אז ווייל דוד עקשטיין לאזט נישט הענגען קיין גרויסע צעטלעך אויף די ווענט פון בית המדרש מוז מען שטימען קעגן די ווילידזש.

די זאליס שטייען און שארפן זיך די ציין, אלע שונאים פון סאטמאר רייבן זיך די בייכער אז צום ערשטן מאל אין די היסטארי האבן זיי א טשענס צו געבן א גוטן דזשאך פאר (מרן ר') אהרנ'ען, און אלע אהרונים איבער די גאנצע וועלט, פון אמעריקע ביז אויסטראליע, פון ברוקלין ביז בני ברק שטייען און בלוטיגן אוועק, און שלאפן נישט רואיג ביינאכט אויס זארג אז מען וועט כאפן א געזונטן פראסק ביי די וואלן, וואס מיר סאטמארער אידן איבער די וועלט וועלן נישט קענען דורכטראגן. און דו קומסט מיט דיינע פערדישע ברידער און דו ווילסט אונז זאל מיר ענק פארשטיין פאר'ן בלייבן אינדערהיים.

בהמה איינער, לאמיר שוין זאגן אז איך וועל ענק פארשטיין, וועלן די זאליס עס פארשטיין? וועט משה לייב דייטש זיך איינהאלטן פון שרייבן א מעכטיגן זיג ארטיקל אינעם איד ווייל ער וועט אנערקענען אז ס'איז נישט עכט געווען קיין פאטש פאר'ן רבי'ן שליט"א, וויבאלד אזויפיל אהרונים זענען געבליבן אינדערהיים?

זאגט מיר, איז עפעס ראנג מיט די קרית יואלע ענווייראמענט אז אזויפיל אידן דארט זענען קראנק אויפ'ן מוח?

איך האב געפרעגט א קרית יואלער איד נעכטן, איך פארשטיי באמת נישט, ווי אזוי פאר א גוט יאר, גייסטו שיקן א מעסעדזש פאר דוד עקשטיין אדער מ.ל. גליק דורך וואוטן קעגן די ווילידזש קאנדידאטן וועלכע זענען גאר אן אנדערע גרופע, און אפילו שטילע שונאים פאר דוד און מ.ל.?

זאגט ער מיר, פארפאלן, עס איז נישט דא קיין ברירה, קעגן זיי קען איך נישט וואוטן, מוז איך וואוטן קעגן די ווילידזש קאנדידאטן.

האט ער מיך דערמאנט א מעשה,

א פרוי האט פארלוירן איר רינגל און דער מאן זעהט ווי זי זוכט עס אין דיינונג רום, זי שוויצט און בייגט זיך אראפ און קען זיך קוים כאפן דעם אטעם, זוכט מיט אלע כוחות

פרעגט איר דער מאן, איך פארשטיי נישט די האסט דאך פארלוירן דעם רינגל אין בעדרום, וואס האסטו פון זוכן אין דיינונג רום?

ענטפערט זי, וואס זאל איך טון, אין בעדרום איז נישט דא קיין לעקטער, מוז איך זוכן דא..

 

וועסט פרעגן א קרית יואל'ער אינגערמאן, די ווילידזש האט דיר עפעס שלעכט געטוען? ער האט דיר עפעס נישט צוגעשטעלט? וועט ער דיר ענטפערען, ניין, אלעס איז זייער פיין און וואויל, אבער דוד עקשטיין איז נישט גוט.

דוד עקשטיין איז א אנגעשטעלטער אין די ווילידזש? ניין. אבער ער האט גע'פסל'ט ליסטע ד' ביי קהל'ס וואלן וועל איך שטימען דא קעגן משה גאלדשטיין אין יענקל פריינד.

יא, אבער די חכם, וועסטאך גארנישט אויפטוען, דוד עקשטיין פארבלייבט דאך ווייטער ראש הקהל. יא, אבער איך וויל שיקן א מעסעדזש.

דאס איז דער הויפט תירוץ, איך וויל שיקן א מעסעדזש פאר קהל דורך די ווילידזש וואלן.

איז לאמיר שטייטלעך מאכן א סך הכל וואס דער אינגערמאן וויל און וואס ער טוט.

ער וויל זיך אפרעכענען מיט דוד עקשטיין פארן פסל'ן ליסטע ד' ביי די קהלישע וואלן נעמט ער די ווילידזש וואלן פאר א ציל ברעט און גייט נישט גיין שטימען פאר קיינעם און דאדורך דעם אריינברענגען צוויי זאלי'ס, די גרעסטע שונאים פאר אינזער קהלה און מוסדות זיי זאלן שטיין אויף די העכסטע ערטער אין אינזער ווילידזש, אבער אין די זעלבע צייט גייט דוד עקשטיין ווייטער זיין בעה"ב אויף קהל, ער גייט ווייטער פירן וועד הצניעות פונקט ווי ביז היינט, נישט קיין חילוק ווער דער טראסטי איז.

דער וואס דארף כאפן די מעסעדזש - זאג איך ענק קלאר - וועט נישט כאפן די מעסעדזש, ער פארבלייבט ווייטער אויף זיין פאזיציע נישט קיין חילוק צו איר גייט שטימען צו נישט.

די מעסעדזש וועלן כאפן בלויז ענק, די איינוואוינער פון שטעטל וואס וועלן זעהן וואספארא ציפקע צרות די צוויי וועלן ענק אויסטיילן.

די מעסעדזש וועלן כאפן די זאלי'ס אז ביי די קומענדיגע מעיאר וואלן זיי זיי אויך א ברייטער מחותן און קענען דארט אויך געווינען.

די מעסעדזש וועלן כאפן די געטרייע ווילידזש פירער וואס על אף זיי האבן זיך אוועקגעגבן פאר די איינוואוינער ווילן אבער דא געציילטע אינגעלייט דורך זיי שיקן א מעסעדזש פאר קהל און א כפרה די אלטע געטרייע ארבייטער.

די מעסעדזש וועלן כאפן די קהלה פירער פון איבער די וועלט אז עס זענען דא צווישן אינז עטליכע הונדערט פאררעטער וואס וויפיל מ'טוט פאר זיי גיבן זיי דאס צוריק.

די מעסעדזש וועלן כאפן טויזענטער חסידים, אנשי שלומינו פון איבער די גארער וועלט אז די קרית יואל'ע אידן האבן זיי אריינגעשטאכן א מעסער אין רוקן. היל"ת.

טראכט אריין פאר איר טוט עפעס!

 

נישט די ווילידזש איז אויפ'ן וואגשאל נאר סאטמאר, מיט'ן בלייבן אינדערהיים טוט איר אפ גאנץ סאטמאר, און ווי אויך זיך אליין.

 

 

דער בית החיים אין געפאר

רענדיג צי געוויסע מענטשן  זעמיר געקומען צי די מסקנא אז אויב פאלירט מען די וואלן וועט דאס האבן אן אפעקט לית מאן דפליג אויף יעדן היימישן בפרט וועט עס יעדער שפירן ווען עס קומט צים  בית החיים

סאיז א הארץ ווי ארויס צי ברענגן אבער פארט וועט מען עס מיזן ארויס ברענגען ס'געדענקט יעדער די לעצטע אכט יאר וואס עזריאל גליק מיט שאול פערלשטיין ווען זיי האבן אנגעפירט דעם בית החיים מיט וויפיל רשעות אין רציחה זיי האבן זיך באנימען צי די היימישע מענטשן אויב די צרה פין א נפטר איז נישט געווען געניג איז צי געקומען די צוויי פיסיגע חיות

אשת דעם ראה"ק ר' בערל פריעדמאן וויפיל עזות מען האט דערט אפגעטוען ווער געדנקעט נישט ווען זיי האבן ארויף געשיקט  ב"ר דוד אהרן לאנדא  אראפ צי ווארפן איר מציבה

וואס זיי האבן אפגעטען ביי הרב החשוב ר' עזריאל קאסירור ז"ל ווייל ער איז נישט קיין פרעינד מיט זרילע האט מען אים געלייגט פין אינטן אין די זעלבע צייט האבן זיי געלייגט אביגדור יאקאבוויטש אויבן אן

מרת. ח. האפפמאן פין ב"פ וואס די באנדיטין האבן אפגעטוען

ביי די ביטערע צרה פין די משפחה פין ר' ס. מאטיש נ,י ה"י וואס זיי האבן דעמלאס געטוען

ביי ר' אשר לעמיל בערגער ע"ה האבן זיי פורבירט נישט צי לאזן לייגן קיין מציבה

ביי ר' משה יושע פליישמאנ'ס נ"י טאטע ע"ה האבן זיי נישט געלאזט לייגן קיין מציבה

אזוי כהנה וכהנה זייטס נישט קיין חכמים די רשעים זענען עלול אויף אלעס זיי וועלן מצער זיין וועם זיי קענען

ווי זיי האבן געטוען אין דער פארגאנגהייט

 

איר קענט זיין זיכער און קלאר, ווען די חברה וואלטן חלילה געהאט זייערע לאפעס אויפן ווילידזש וואלט רביה"ק בעל ברך משה נישט געליגן אין איין אהל מיט רביה"ק בעל דברי יואל, און ווער ווייסט צו וואס די חברה זענען נאך עלול, ווי האט זלמן לייב געזאגט פאר אבברהם לייטנער ווען ער האט אים  געבעטן צו מאכן א וואנט "איך בין נישט בעה"ב דארט" וד"ל

 

נישט די ווילידזש איז אויפ'ן וואגשאל נאר סאטמאר, מיט'ן בלייבן אינדערהיים טוט איר אפ גאנץ סאטמאר, און ווי אויך זיך אליין.

 

 

קרישקעלעך

מאנרא 06 שרייבט

כ'האב געטראפען היינט איינעם וואס מ'האט געזאגט אויף אים אז ער וועט נישט שטימען, פרעג איך אים, "איך הער אז די גייסט נישט שטימען, פארוואס נישט?"

זאגט ער מיר, "אוודאי גיי איך שטימען!!! אז איינער וויל מיר אראפרייסען א פינגער זאל איך מיר פארדעם אליינס אראפרייסען מיין האנט???..."

 

שקל שלם שרייבט

א סאטמארע חסיד וואס נוצט די ווילעדזש וואלן אלס א שטעקן איז א פלעינער פאררעטער!!! ווילסט שיקן א מעסעדזש איז דא גענוג וועגן וויאזוי צו מסדר זיין דוד עקשטיין אן אונז אלע פארראטן. אויב האסט א פראבלעם מיט דוד עקשטיין ווארף אים ארויס פון שול, הער אויף צו צאלן מעמבערשיפ, רעד צו אלע אנדערע קהלס לייט, אבער די ווילעדזש איז צו האקעל צו נוצן אלס געווער. דאס דארף זיין א לעצטע רעזארט אין פאל גארנישט אנדערש האט נישט געארבעט

 

 

סך הכל נאכן קוקן די תגובות פון די זאלונים דא זע איך וואס זייערע אישוס זענען

באגראבן דעם רבין ח"ו ווייל.... וויזניץ, סקול דיסטריקט, ערכאות, אריזאנא ווייץ, חתונה תקנות, שחיטה

צומאכן דעם כפירה'דיגן סקול דיסטריקט

 

יעצט טראכטס אריין, איז דאס אויך אונזער אישו???????????????????????????????



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מיוחד: פארוואס יא וואטן פאר קאנדידאטן פון קיט"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext