בית פורומים כל העולם כולו

אנטשולדיגט, איך וויל נישט זיין קיין קעלבל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/6/2008 16:11 לינק ישיר 
אנטשולדיגט, איך וויל נישט זיין קיין קעלבל

אל מע"כ ידידי הרבני הנגיד רודף צדקה וחסד כמוהר"ר .............. ני"ו

עטליכע שעה צוריק האב איך געהאט מיט דיר א לענגערן שמועס אין וועלכן דו האסט מיר מסביר געווען בטוב טעם ודעת די געוואלדיגע רשעות מיט וואס מ'באנעמט זיך אין קרית יואל כלפי דעם ציבור. וויאזוי ר' דוד עקשטיין פייפט אויפן ציבור טאג איין טאג אויס, בפרט מיט די לעצטע איבערקערעניש וויאזוי ער האט אויסגעשפילט הונדערטער אידן דורך פסל'ן ליסטע ד' ביי די וואלן. האסט געטענה'ט אז די איינציגע עצה איז געבליבן צו שיקן א מעסעדזש דורך די וואלן דעם מיטוואך מיטן בלייבן זיצן אינדערהיים און נישט ארויסגיין שטימען פאר די קהל אינדארסירטע קאנדידאטן, מיר דארפן ווייזן אז מיר זענען נישט קיין קעלבלעך וואס לאזן זיך שפייען אין די קאשע און מיר נעמען זיך אן פאר אונזערע רעכטן. "גענוג געשפיגן אויפן ציבור, יעצט דארף דער ציבור שפייען אויף זיי". דאס זענען בערך דיינע ווערטער אין קאנטעקסט.

אלס גוטער פריינט זעענדיג ווי עס גייט דיר בנפש האב איך דיר נישט געענטפערט אויפן פלאץ די צוויי סיבות פארוואס איך האלט ביזט נישט גערעכט: 1) ווייל קודם כל גייט דער 'מעסעדזש' ארויס מיט די נישט ריכטיגע פאסט. פאר ר' דוד עקשטיין גייט זייער ווייניג אן אויב ר' מאיר הירש כאפט א זעץ אין די וואלן, און אפילו מ'זאל פארלירן אינגאנצן דעם ווילעדזש וועט ר' דוד עקשטיין נאך אלץ בלייבן פרעזידענט אין קהל יטב לב ד'סאטמאר. ס'איז אומגלויבליך צו טראכטן אז עפעס וועט זיך טוישן אין דעם הינזיכט דורך 'שיקן א מעסעדזש'. 2) ווייל גראדע קוקט אויס אז דער 'מעסעדזש' איז שוין יא אנגעקומען. סיי דורך דעם וואס דער רבי שליט"א האט צוריק אריינגעלייגט ר' אליעזר ווייס און ר' מאיר ווערטהיימער אין קהל על אפו ועל חמתו פון ר' דוד עקשטיין; סיי דורכ'ן גרינדן פון די נייע ווירטשאפט קאמיטע, וואס ס'איז נישטא קיין שום סיבה אין דער וועלט זיי נישט צו געבן קיין טשענס צו ווייזן אויב זיי גייען עפעס אויפטון. די און נאך עטליכע זאכן האב איך דיר נישט געזאגט ווייל איך וויל נאך אנהאלטן אונזער פריינטשאפט.

אבער גייענדיג אוועק פון דארט האב איך זיך דערמאנט אן עפיזאד פון די נישט ווייטע פארגאנגענהייט. ביי די פריערדיגע ווילעדזש וואלן טאקע פאר די דאזיגע צוויי בענקלעך, ווען דער מצב איז געווען פונקט פארקערט: איך בין געווען דער וואס האט געטענה'ט מיט דיר אז די פירער באגייען פארשידענע עוולות כלפי דעם ציבור און במילא האב איך דאן געוואלט שיקן דעם מעסעדזש, און דאן ביסטו געווען דער וואס האט מיר מסביר געווען, מיט רעכט, אז לא זו הדרך. פאקטיש לייגן די ווילעדזש ארבעטער אריין קאפ און מח און טוען אלעס וואס אין זייער מעגליכקייט צופרידנצושטעלן דעם ציבור, און ס'קומט זיי נישט אזא כפיות טובה. ווי אויך האסטו דאן היציג מסביר געווען אז די בושה פאר סאטמארע חסידים איבער די וועלט וועט זיין אומגעהויער אויב ס'וועט ארויסגיין א קלאנג איבער די וועלט אז מיר סאטמארע חסידים האבן אזוי מיאוס אפגעפאטשט אונזער אייגענע קהילה אין סאמע צענטער פון די סאטמארע חסידות. די ווערטער זענען מיר דאן אריין אין קאפ און געפועל'ט אז איך זאל פארקוקן אויף מיינע פערזענליכע טענות און טוען דאס וואס איז אין די בעסטע אינטערעסן פון סאטמאר, די קהילה, און עווענטועל מיר אליין.

אויב אזוי האב איך זיך געוואונדערט, וואס האט דא פאסירט? וואו זענען די אלע שיינע הסברים אהינגעקומען פלוצלונג?

דאן האב איך מיטאמאל זיך געכאפט אז נישט לאנג צוריק האסטו מיר זיך זייער אויסגערעדט קעגן אן עולה וואס עמיצער פון די קהילה פירער איז קעגן דיר באגאנגען אין דיין פריוואטן לעבן. מיט לכאורה גערעכטע טענות האסטו דאן געשוימט קעגן די פעלערן וואס ווערן באגאנגען דורך יחידים המשתלטים על הציבור קעגן אומשולדיגע מעמבערס און דו האסט געשוואוירן נקמה. ווי עס שיינט האסטו גענומען דיין מיסיע גאר ערנסט און יעצט נוצטו אויס די געלעגנהייט צו נוצן די ווילעדזש וואלן אלס שטעקן קעגן די ראשי הקהלה דערפאר וואס מ'האט דיר פערזענליך באעוולט.

וואס איך פארשטיי אבער נישט איז, פארוואס ווען די עוולה איז געטון געווארן קעגן מיר האסטו אזוי גוט פארשטאנען אז איך טאר דיר נישט טשעפען דורך נוצן די ווילעדזש וואלן וויבאלד יעדער סאטמארער חסיד איבער די גאנצע וועלט וועט באטראפן ווערן דערפון, דערקעגן יעצט ווען עס קומט צו דיינע פריוואטע אינטערעסן, און די פריוואטע אינטערעסן פון נאך עטליכע גרויסע מויל מאכער, טאר מען שוין נישט פארשווייגן קיין שום עוולה וואס ווערט געטון אינערהאלב די קהילה, אפגעזען פון די ווייטאגליכע קאנסעקווענצן וואס וועט ארויסקומען דערפון פאר מיר זעלבסט - דיין גוטער פריינט, און פאר אלע אנדערע צענדליגער טויזנטער סאטמארע חסידים איבער די וועלט?

אזויווי איך האב אבער נישט דעם קוראזש דיר עס צו זאגן אין פנים אריין, וויל איך דורך די דאזיגע שורות דיר מעלדן אז איך האב איינגעזען דו ביזט גערעכט! איך וועל מיך נישט לאזן זיין קיין קעלבל, איך וועל נישט פאלן א קרבן צו די העצערייען און מויל מאכעריי פון אפאר געציילטע מענטשן וואס יעדער האט אינזין זיין פריוואטע ביזנעס און זיין פריוואטן לעבן. איך וועל נישט זיין קיין קעלבל און זיך אונטערגעבן צו מיינע געפילן וועלכע פאדערן נקמה – שוין פאר די לעצטע פינף יאר – ליבערשט וועל איך זיך צוהערן צו דיינע אייגענע לאגישע ווערטער אז די אינטערעסן פון גאנץ סאטמאר קומען פריער ווי מיינע ענגע און אייגננוציגע אינטערעסן.

איך האף דו וועסט נישט ברוגז זיין אויף מיר פארן ענדערש מקבל זיין דיין ערשטן מהלך המחשבה, נאך אלעם האסטו באוויזן מיר נעכטן צו באאיינפלוסן: איך וויל נישט זיין קיין קעלבל!

ידידך הדורש שלומך וטובתך כל הימים

הק' מבקש האמת




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2008 20:28 לינק ישיר 

יא גוט געזאגט, און דער וואס וועט בלייבן אינדערהיים זיי וויסן, א קעלבל ביסטו סיי וויי נאר אז דו בלייבסט אינדערהיים שעכסטו דיך אליין וועסטו טאקע ווערן אויס קעלבל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2008 16:33 לינק ישיר 

זייער אמת'ע ווערטער.

די אידן וואס זאגן אז זיי גייען נישט שטימען מיינען אז זיי זענען אויפגעקלערט.

אינגאנצן נישט, זיי זענען קעלבער, וועלכע גייען בלינד אין וואנט אריין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנטשולדיגט, איך וויל נישט זיין קיין קעלבל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext