איצט מאנטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען אן אסיפת הרבנים בראשות רבינו שליט"א אין בארא פארק, איבער די פרישע כשרות פראבלעם פון אויל.
ווייסט איינער וואס די פראבלעם איז?
ווער איז אלס דארט געווען?
נשלח ב-4/6/2008 01:52
שלחן שרייבט:
אלע אנערקענטע רבנים האבן זיך שוין צונויפגעעצט אין דער קאנצעליי פון התאחדות הרבנים
און מ'האט שוין באשלאסן
איך וויל נישט דא אריין אין די סאטמארע פאליטיק, ווייל איך קער נישט צו קיינע פון די צדדים. אבער במחילת כבודך הרמה, מיין איך אז דער אויבנדערמאנטער זאץ איז נישט אמת.
צום סוף געפינט זיך א ליסטע פון רבנים וואס האבן אנטייל גענומען אין די אסיפה.
1) וואס האט הר' יצחק גליק (התאחדות הרבנים) געזוכט ביי דער אסיפה אויב האט מען שוין באשלאסן איבער די טעמע אין דער קאנצעליי פון התאחדות הרבנים.
2) איך האב געזען דארט אויסגערעכנט גאר חשוב'ע און "אנערקענטע" רבנים (אין די וועלט עכ"פ). צו זענען זיי נישט געווען ביי די אסיפה אין התאחדות הרבנים ווי מען האט שוין באשלאסן, אזש זיי האבן געברויכט גיין צו נאך אן אסיפה אין ב"פ.
חוץ אויב מיר וועלן איינזעצן אז יענער שרייבער אין דעם לינק האט נישט געשריבן דעם אמת.