בערך א 17 יאר צוריק האט מאיר הירש געמאכט א קידוש איז ער געגאנגען צים ברך משה ע"ה זאגן אז ער גייט מאכן דעם קידוש אין פאליש כדאי דער ברך משה זאל קענען קומען האט אים דער ברך משה געזאגט ניין, די מאך עס אינדעהיים אין איך וועל גיין צי דיר אינדעהיים פאר קידוש וכך הוה
פארשטייט זיך אליינס אז צי זיינע שווענץ ווי טרעגער,קארצאג,עהרנפעלד איז ער ניטאמאל צי געגאנגען צי זייער קידוש ניטאמאל אין פאליש אויף זיי האט ער זיך אנגעפיפן
אין אוודאי אויף די פרימע תלמידים פין רבי'ן זי"ע אויף זיי האט ער געהעצט ווי ר' ישעי' בינימן האלצער ,ר' בעריש לויפער ,ר' יודא לייביש ענגעל זיי מיט זייערע קינדער זענען ווערמיג ,מילביג אויף זיי דארף מען שרייען שגץ ארויס
ווער געדענקט דאס ביליגע ליצנות ווען ער האט געזאגט אז ביז ר"ח אלול תשמ"ט קענען די בני יואל תשובה טוען אין ארויס נעמען די קידער פין בני יואל וואס פארשטייט זיך אליינס יעדער האט אים אנגעפיפן ,ווער איז ער צי געבן דאטומס
התחת אלקים אנכי איז ער גאט ער געט ארויס זמיני תשובה
אין יעדע ערליכע יוד וואס איז נישט געגאנגען מיט אים שפאן איז אויטמאטיש געווארן א שגץ ווער געדענקט נישט ווען ער האט נישט געהאט קיין גרעסערע דאגות ערב יום הקדוש נאר צי שוקן א שליח צי הרה"ק ר' משה ארי' פריינד זי"ע אז ער זאל ארויס ווארפן ר' מענדל טארים פין שול אין א פאר שעה דעראויף האט ער געוויינעט אין פארענפערט דעם רמב"ם ועל אל פי שיתמהמה ווי פאטשי וויינבערגער מיט משה פאלקאוויטש האבן געקייכט פאר געוויין
קאשוי רב איז אין די נ' שערי טומאה , א מין חוצפה אין גאות אזוי צי רעדן אויף א גאון הגאונים סתם ווייל ער גייט נישט מיט אים אין שפאן
ר' אברהם לייטנער איז א פגום מען וואלט זיך געדארפט רייסן די קליידער צי הערן אזעלכע דברי בלה
סקולנער רבי אפגעלאכט
אין דעם סיסטעם האט ער אריין געלייגט אין זיינע קינדער אין זיינע חסידים
איך וויל דא מאכן אן הבהרה איך באלאנג נישט צי קיינעם איך וויל נאר איין זאך
סאטמאר אין דער ברך משה'ס לעגעסי זאל ציריסן אין ציפליקט ווערן
אין מאנסי זאל יעדער מאכן קרית
אין ירושלים אין בני ברק זאל יעדער מאכן קרית
אין קרית יואל זאל יעדער קענען מאכן חתונה זאלן
אין וויליאמסבורג זאל יעדער האבן מוסדות
אין אנטווערפען זאל יעדער קענען גיין באזוכן די מוסדות
אין אזוי אין בארא פארק אין לאנדאן
דעס וואס דער ברך משה האט געטרייט צי פארכאפן די מאכט מבזה זיין יעדן איינעם ווער סאיז אים געשטאנען אין וועג זאל נישט בלייבן קיין שרוד אין פלוט
זאל פעדער מיט האלצער זיין ביי די מאכט די אהרונים פרעגן ווער איז פעדער א גראסרי מענטש ווער איז האלצער א שנארער פאר יטב לב
פרעג איך זיי ווער איז יענקעל פריינד זאל ער צוריק גיין אין חדר אין פארציילן זיינע פאנטאזיעס פאר די קינדער אין מאכן ראפעלעך
נשלח ב-4/6/2008 05:33
געווארט האט געשריבן אויפן רבין דעם ברך משה זי"ע
ווען ער האט געזאגט אז ביז ר"ח אלול תשמ"ט קענען די בני יואל תשובה טוען אין ארויס נעמען די קידער פין בני יואל וואס פארשטייט זיך אליינס יעדער האט אים אנגעפיפן ,ווער איז ער צי געבן דאטומס התחת אלקים אנכי איז ער גאט ער געט ארויס זמיני תשובה
איך וויל דיך פרעגן א קשיא?
וואס הייסט ווער איז ער?
ער כשלעצמו איז געווען א רב א זקן וואס האט איבערגעלעבט די ביטערע מלחמה. דער איינציגער זון וואס איז איבערגעבליבן פון מרן דער הייליגער בעל עצי חיים זי"ע. . וואס יודען בראשם רבנים גדולי הדור האבען עהם מכתיר געווען אלץ ממלא מקום דודו מרן רבה"ק מסאטמאר זי"ע
די גדולי הרבנים וואס האבען מסכים געווען אדער געווען ביי די הכתרה. דער ביד"צ מעיה"ק ירושלים תובב"א ובתוכם רמ"א ובראשם מרן הגאון בעל מנחת יצחק זי"ע
אדמו"ר הק' מתולדות אהרן . אדמו"ר הק' מפשווארסק. אדמו"ר הק' מפאפא. אדמו"ר ה' מטאש. אדמו"ר הק' מסקולען . אדמו"ר הק' מרימניץ.
הצדיקים הגאונים הקדושים. מוואידיסלאוו. מקאשוי. מצעלעם. מווין. מטענקא. ועוד
די הלכה אין שולחן ערוך איז און אזוי פאסקענט דער הייליגער רמ"א ואחריו רוב האחרונים עד המהרשד"ם וגדולי הפוסקים אז א מרא דאתרא האט א כח ביי זיך אין שטעטל. אזוי שרייבט אויך דער רבי זי"ע א תשובה קיין פעטראווסעלא און ביי די מחלוקה אין קראלי.
משא"כ יעצט פרעג איך דיך ווער איז דער רז"ל ט"ב וואס האט געוואינט אלע זיינע יארן אין בארא פארק און זיך געקומען באזעצען קיין וויליאמסורג. העכסטענס איז ער געווארן רב אין סאטמאר אבער ווער האט עהם געמאכט רב אין וויליאמסבורג אז ער צווינגט ארויף זיין מיינונג אויף יודען וואס באלאנגען נישט צו עהם און צו זיין פארטיי און זיי זענען נישט זיינע קנעכט.
יודען וואס באלאנגען צו פאפא . ווין. וויזניץ ב"ב. בעלזא. סקווירא.. מאכנובקא. באיאן. בראשוב. צעלעם. קראלי. בית שמואל צבי דספינקא. אודווארי. באבוב. ווער איז ער צי געבן א היתר פאר בחורים פון זיין ישיבה צו גיין נאכשרייען פרעמדע מענטשען ובפרט פרויען . דאס זעלבע טעם פארוואס ער שיקט אויס חתונה בריוולעך פאר די גאנצע שטאט צו ווייזן אז ער איז בעה"ב ד'א אויף די שטאט מענטשען. .
ווערט אויטאמאטיש א שגץ) עד כדי כך אז עס הותר דמו זיין בלוט איז הפקר פאר יעדען ראציגען בחור. עס איז נישטא קיין איסור פון דערשרעקן יענעם (המבעית את חבירו חייב בדיני שמים) עס איז נישטא קיין איסור פון המלבין פני חבירו ברבים וואס דאס איז רציחה ממש (ב"מ נ"ט) און עס איז טאקע ביהרג ואל יעבור מדינא דגמרא(עיין שם דף נ"ט)
א מענטש וואס די שטאט וויליאמסבורג האט עהם נישט אויפגענומען אלס מרא דאתרא און ער פאסקענט בכלל נישט קיין שאלות פאר תושבי וויליאמסבורג. . מיט וואס פאר א כח און מיט וואס פארא רעכט האט ער יא רשות צו צווינגן זיין מיינונג אויף אנדערע יודען און אויף אנדערע רבנים וואס פארפאקן עהם אין זייער אויסגעטונע שיך פאדעשוועס.
נו! אז טאמער דו האלטס אז ער מעג דאס טון . דעמאלס מכ"ש א רב וואס מען האט עהם יא אויפגענומען אלץ מרא דאתרא אין קרית יואל מיט א קאנסוס כנהוג בכל תפוצות ישראל מזמן הראשונים
האט א וודאי א רעכט לויטן פסק פון רמ"א און מהרשד"ם ארויפצוווינגן זיין דעה אויף די אנשי העיר וויא מען האט עהם אויפגענומען. און דאס איז לויט א סאך פוסקים א דאורייתא ממש . און עכ"פ א דרבנן.
רעדט נישט וואס דו ווייסט נישט. דער עולם דא אויפן היידפארק זענען נישט דיינע קעלבלעך וואס דו קענסט זיי איינרעדן הודו מיט כוש. ווייל עס איז ד'א אויפן היידפארק הונדעטער קוקערס נישט שרייבערס . וואס אלע שרייען אויס זייער וויי געשריי בלחש בינם לבין קונם. און א סאך פון זיי רעגירן און שרייבן צו מיר באישי. אז די דיבורים זענען אמתדיגע דיבורים שאין להשיב עליהם. נאר מיט טעראר און נאכאמאל טעראר כדרך הטעראריסטן מאז ומקדם מימים ימימה. און נצח ישראל לא ישקר. טעראר וועט נישט געווינען און נישט אויספירן. כי לא לעולם חוסן. קושטא קאי.
דו רעדסט זיך איין אז דאס וועט דיר אפשר ברענגען אפאר וואויטס? איך בין זיכער אז נישט!
נעמסט זיך אין פאר'ן כבוד פון ר' משה ארי' פריינד, קאשויער רב, ר' אברהם לייטנער?
איך גאראנטיר דיר אז יעדער עקסטער פון זיי וואלט דיך ארויסגעווארפן פון שטוב אלס מבזה תלמיד חכם
נשלח ב-4/6/2008 01:24
געווארט, דער קיתון של שופכים וואס איז דא אויף דיינע מילביגע ידידים זענען שמוציגער ווי דו מיינסט, איך וויל מיר נאר נישט פארשמוצן דאס מויל ווי דיר.
ביסט נישט דער ערשטער מיט אזעלכע זיסע חלומות, אבער זיי וויסן אז נצח ישראל לא ישקר
די סיבה פארוואס ער האט מקרב געווען די הירש'ס גליק'ס מיטעלמאנ'ס גאלבערגער'ס יאקאבוויטש'ס, ווייל זיי האבן זיך אויפגעפירט ווי חסידים און אים נישט אייינגעטיילט, זיי האבן זיך מכניע געווען פאר אים (איך רעד יעצט פון די ראשי המשפחות, ר' אבא הירש, ר' אברהם שלמה מיטלמאן, ר' יצחק ר מרדכי ר' מענדל ג"ב, איך נעם נישט קיין אחריות פון זייערע קינדער)
ווידער די לויפערס טירנויערס ענגלס האבן זיך געהאלטן קלוגער פון יעדן, און האבן געליטן פון "רבי ז"ל סינדראם" סאו האט מען מיט די קראנקע אידן נישט געקענט גיין צום טיש.
און פארוואס דער רבי איז געגאנגען צו ר' מאיר הירש אהיים, איז די זעלבע סיבה ווי דער דברי יואל וואלט ווען געגאנגען צו ר' ליפא פר"מ אהיים און נישט צו סענדר ענגל אדער שלום לויפער וכו'