|
|
| נשלח ב-4/6/2008 18:49 |
|
| |
קול תשב"ר
עס איז אנגעקומען צו יעדען איינעם א ביכל פון קול תשב"ר.
איך וואלט מיך אינגאנצן נישט באפאסט מיט יעדענס הבלים. זאל יעדער טון וואס ער וויל.
אבער אזוי וויא דאס ביכל האלט אין איין פוסל זיין אחריני. אז נאר ער און נאר ער. בה"א הידועה. ער פירט זיך אויפן דרך הקודש הסלולה לנו מאבינו רועינו רבינו הק' מסאטמאר זי"ע בלי שום שינוי ח"ו
יעדע מוסד איז משנה. נאר ער וואס זיין וועג ווייזער איז היינט קיינער נישט . קיין איין רב קיין איין תורה אוטאריטעט. אמאל איז חאטשיג געווען דער מאטעווידעאר זצ"ל. (וואס דאס איז אויסדריקליך נישט דער וועג פון רבה"ק זי"ע בלי שום שינוי כידוע ליודעים) נאר היינט ווען ער האט קיינעם נישט דאך האט ער ארויס די נקודה של אמת דעם דרך פון רבה"ק. עטץ הערט און זעהט ווערטער?
אויף פעידזש 4 און אויף פעידזש 6 . איז דא די וויכטיגע מודעה אז דער מנהל רוחני ר' יואל יצחק אילאוויטש הידוע לשימצה. טרעט אויף מיט א דרשה קעגן יעדען וואס איז אריינגעכאפט אין צינות.
עס קאסט מיר א געזונטן לאך. קוק ווער עס האקט אויף ציונים. א יונגערמאן וואס האט געהאלטן פון רבה"ק בעל דברי יואל זי"ע א גרויסע מכה בדופן. ער האט געשטעלט צעטלעך אין קאשוי ישיבה אז קיין איין בחור זאל נישט דערוואגן אריינצופארן פון קאשוי צו די הייליגע מסיבת כ"א כסלו יום הצלת כלל ישראל וקדושת רבה"ק זי"ע אחר השואה האיומה. ווען עס פלעגען זיך צוזאמענקומען רבבות יודן ומלכם בראשם אפצוגעבן א שבח והודיה למלך א-ל חי וקים שהותיר לנו שריד משרידי הדור הישן.
ער האט זיך אפילו פוער פיו געווען פאר די בחורים ברבים. אז צו וואס איז אינטעסאנט אריינצופארן צו די מסיבה און צו זעהן? וויא מען ברענגט אריין א אלטן .... אזוי וויא א בער צו טאנצן סתם מען זאל קוקן. (מען וואלט באדארפט זאגן עפ"ל) (דאס איז געווען אין די נישט געונטע יארן וואס מפני חטאינו האט מען געמוזט דעם רבין זי"ע אריינברענגן און ער האט שוין נישט געהאט קיין כח אליינס) . עס איז נאך דא דאס צעטל. איך קען דאס נישט ארויפסקענען.
אזוי איינער ער איז מסביר פאר קינדער . וואס מיינט קנאות און וואס מיינט סאטמאר.
און ווען רבינו מקאשוי זי"ע האט געשריבן אין די הקדמה פון ברכת שמים אז הערצל איז געווען נאר א תינוק שנשבה. און סאטמאר האט מרעיש עולמות געווען . האט ער י י אילאוויטש געגאסן פעך און שוועבל אויף סאטמאר ומלכם בראשם.
און ווען עס איז געווען די אסיפה גדולה פון התאחדות הרבנים און דער רבי זי"ע האט געהייסן מען זאל דער עיקר רעדן קעגן ציונות . און רבינו מקאשוי זי"ע האט געשריגן אז עס איז דא על הפרק נאך וויכטיגע זאכן חוץ ציונות וויא למשל מיידלעך אדער ווייבלעך ארבעטין אין אפיסעס מיט יונגעלייט. . און סאטמאר איז ברוגז געווען. האט ער י י אילאוויטש געשריגן וואס איז דא א דיקטאטארישע ווערטשאפט?
יעצט ונהפוך הוא. פארשפרייט ער וואס איז אמתדיג סאטמאר בלי שום שינוי
אז וואס אז יעדעס יונגל וואס לערנט אין מוסד תשב"ר דארף יעדן שבת נאכמיטאג נאכשרייען אלע פרויען אויף די גאסן. דאס איז נוסח סאטמאר נוסח י י אילאוויטש.
און אויף פעידזש 6 שטייט אז מען האט אינסטאלירט א מעכטיגע "סוער פלענט" . מען דארף דאס ממילא נישט שרייבן. ווייל יעדער זעהט דאך אליינס אז מען האט אין תשב"ר אינסטאלירט א מעכטיגע סוער פלענט פיסק "יצחק יעקב אילאוויטש" מיט זיין סוער פלענט פיסק. . די נייעס שטייט דאך דאפעלט.
עד כאן . יעדער טאטע זאל זיך באצייטענס בארעכענן אז מען געבט זיינע זיסע קינדערלעך א חינוך פון עזות און חציפות און פרעכהייט. בעפאר עס וועט ח"ו זיין א צועק לשעבר.
והשי"ת יחונן אותנו בדעה בינה והשכל לעבודתו יתברך שמו.
 |
|
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|