בית פורומים כל העולם כולו

אנאליז נאך די וואלן - איבער די געוועזענע וואלן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/6/2008 19:36 לינק ישיר 
אנאליז נאך די וואלן - איבער די געוועזענע וואלן

 

יעצט אז מען האלט שוין נאך די וואלן אין קר"י איז אינטערסאנט צי געבן א טראכט

1}האבן נאך די זאליס/בני יואל א טשאנס צי געווינען אמאל די וואלען אין קר"י??
איך מיין אז זיי האבן יעצט געהאט די בעסטע אין שטערקסטע מעגליכקייט, אין אויב זיי האבן עס פארשפילט, איז לכאורה קלאר אז זיי וועלן מער קיינמאל נישט האבן קיין טשאנס צי קענענן צוקימען צי עפעס א פירשאפט דארט, עס בלייבט נאר איבער זיך צי וואנדערן אויב א נערמאלער מענטש פין זייער זייט וועט נאך אמאל זיין גרייט  צי לויפען אויף א פאזציע דארט, וויבאל עס וועט זיין פאר אים א זיכערע פארלוסט,
בכלל איז די שאלה אויב זיי גייען נאך בכלל אנפירען וואלען דארט, אדער אפשר האבן זיי יעצט איינגעזן אז עס איז ארויסגעווארפען די מי אין געלט, אין זיי קענענן סיי ווי נישט געווינען, אפשר וועלן זיי פראבירען בדרכי נועם

2}עס איז בלי שום ספק אז די וואלען אין קר"י גייט לויט פארטיי לינעס, א ארוני האט געוואט פאר די פירשאפט, אין א זאלי פאר די אליינס
מיט דעם אלעם האבן זיי נאר געהאט 40% פראצענט, איז די שאלה, שפיגעלט קר"י אפ גאנץ סאטמער??

אז אויב אלמלא עס וואלט געווען די זעלבע יושר'דיגע וואלן אין וומסב"ג {ווי נאר סאטמערע קענענן וואטען, מ'קען וואטען נאר איינמאל, וכדו'} וואלט די {פראצענט} רוזעלטאטען געווען די זעלבע ווי אין קר"י?? אדער קען זיין אז אין קר"י איז משום איזה סיבה דא מער ארוניס ווי זאליס אדער פארקערט?!
נאך מער, פין די 40% פראצענט וואס די זאליס האבן געהאט איז דאך בני יואל זיכער געווען צום ווייניגסטענס 15% פראצענט,
איז טייטש אז די זאליס זענענן נישט מער ווי 25% פין קר"י אין דאס איז שוין איבערגעשאצט, איז דאס א שפיגעל פין גאנץ סאטמער?? אז אויב הגז"ל מיט הגר"א וועלן מסכים זיין צי מאכען אמת'ע וואלן אין סאטמער אין וומסב"ג ווי נאר חסידים פין ברך משה קענענן וואטען, אין בני יואל נישט, וועלן די רוזלטאטען זיין די זעלבע ווי אין קר"י אז  הגרז"ל וועט נישט מער פין 25% פראצענט פין די וואטס??!! אדער קען זיין אז אין קר"י איז מחמת איזה סיבה שיהא דא ווייניגער זאליס ווי אין גאנץ סאטמער?!



תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 05/06/2008 20:10:45




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2008 00:02 לינק ישיר 

פראסקעס כתב:

קום נאר אהער דארט, וואס ברויכסט ואנאליז?
       איז דיר נשט גענוג די געווינס?



כ'וועל דיר מסביר זיין
אין סאטמער טענה'ט יעדער כולי שלי, אין ווי באוויסט האט רז"ל גענימען אלע בנינים פאר זיך מיט די טענה אז ער האט רוב פין סאטמער
די ארונים טענה'ן אז זיי זענענן רוב, די פשוט'סע וועג דאס קלאר צי מאכען, איז דורוך וואלען, מען קען אבער נישט מאכען קיין וואלן, ווייל עס ווערט קאנטרעלירט דורוך די יחידים, יעצט אין קר"י איז די ערשטע מאל זייט די פטירה פין ברך משה זי"ע געווען אין סאטמער וואלען, וואס מען קען אנריפען אמת'ע יושר'דיגע וואלען, ווי קיינער האט גארנישט געקענט פעלשן, אין ביי די וואלען האט רז"ל באקימען { אן די בני יואל! } א דריטעל  פין וואס זיין עלטערע ברידער האט באקימען, קאפשו?!

יעצט אויב ביי די אמת'ע אין יושר'דיגע וואלען האבן נישט די זאליס מער ווי 25% פראצענט אן די בני יואל, איז טייטש אז ער האט נישט מער פין דעם, חוץ אויב מען וועט זאגען, אז קר"י איז א שטאט פין ארונים, אין פערצופאל זענענן דארט דא ווייניג זאליס, אבער אין וומסב"ג האט ער יא גאר גאר אסאך חסידים




תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 06/06/2008 0:10:33




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2008 22:27 לינק ישיר 

טאקע א שאד פארדעם אז מיר זענען 7 שעה געריקט, דאס מיינט אז ווען זיי זענען אויפגעשטאנען אין דעמאאלט'ס געהערט זייער געווינס האבן זייערע קאלעגעס איבערן גארער וועלט שוין לאנג נישט גערוהט......

אבער נאך ווי גוט געווען!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2008 22:25 לינק ישיר 

KJ2008
פארוואס באקומסט יא נאך באצאלט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2008 22:22 לינק ישיר 

יצחק ווייס וואס איז פון די גבאים ביי חיים העשרלע אין ירושלים, און איז פון די הויפט איד שרייבערס, האט נעכטן א גאנצן טאג געדרשנט אויף קול החרדי אין ארץ ישרא', אז די מצב איז זייער אנגעצויגען אין קרית יואל, און עס קוקט אויס ווי די זאליס גייען זייער שטארק געווינען, און פעדער און האלץ קלאץ גרייטן זיך שוין פלייסיג איבער צו נעמען די ווילידטש, און ער האט געזאגט אז תיכף נאך די וואלן וועט ער איבער געבען די באריכטען, און היינט א גאנצען טאג וועט ער איבער געבען פרידע נייעס כסדר.

אבער ער איז נעכטן נאכט פלוצלינג געשטארבן, פון נאך די וואלן רעדט ער מער נישט דארט, און היינט א גאנצן טאג ווארט מען אויף אים דארט אבער ואנני.

ווער עס קען זאל אריינרופען דעם קול החרדי און אראפ כאפן פון די נעכטיגע באריכן וואס ווייס דרשנט דארט, און עס ארויף לייגן דא פארן עולם, דער עולם וועט זיך מחי' זיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2008 22:19 לינק ישיר 

שולחן ערוך געווארט וכו' זענען געווען "געט אוט דעי וואוט" שרייבערס נאך די וואלן באקומען זיי שוין נישט באצאלט...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2008 22:05 לינק ישיר 

קום נאר אהער דארט, וואס ברויכסטו אנאליז?

איז דיר נשט גענוג די געווינס?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2008 22:02 לינק ישיר 

די לעצטע פאר טעג זענן געווען דא אפאר שרייבערס, שולחן ערוך, געווארט וכו' וואס האבן זיך געשווירען א זיג, היינט זענן זיי אלע פארשוואנדען, מ' הערט נישט פון זיי, פארשוואנדען ווי אין וואסער.

א זוך אקציע איז אןנטערגענומען געווארן, מיר זוכן וואלאנטירן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2008 21:44 לינק ישיר 

ביי די זאליס איז קיינער נישט אנגעווייטאגט אויף האלצער און פעדער

זיי האבן נאך קיינמאל נישט קיינעם גוטס געטיען אדער שלעכטס געטיען

משא"כ ביי אונז איז דא
1) המספיק אנגעווייטאגטע
2) רעים אנגעוויטאגטע
3) דוד עקשטיין אנגעווייטאגטע (אריינגערעכט צענדליגע מעשיות וואס ביי יעדע עקסטער איז דא צענדליגע מענטשן אריינגעמישט)
4) סתם נייטראלע אידן וואס מ'האט אמאל נישט 100 פארצענט צופרידן געשטעלט

ממילא פארשטייט יעדער אז זיי האבן ארויסגעברענגט די מאקסימום משא"כ ביי  אונז נישט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2008 21:13 לינק ישיר 


לגבי וואס די שרייבסט וועגן די שולן אין קרית יואל

ס'איז דא בערך 55 בתי מדרשים רוב דערפון האבן קוים מנין

לאמיר זאגן אז אין 30 פון די (קוים מנין) שולן  (וואס איז ווייניגער פון 20 פארצענט) קען רבינו שליט"א נישט אריינגיין
אבער זאלי קען ניטאמאל אריינגיין אין רוב פון די "אלע" בני יואל שולן


תוקן על ידי איציק_מיכל ב- 05/06/2008 21:47:12




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2008 20:58 לינק ישיר 

איך האלט אז ווען עס איז דא וואלן אין ווילי, וואלטן די אהרונים נאך אסאך שטארקער רוב געווינען צוליב אפאר טעמים.

1) פערצענטיאל רוב עולם פון די בני יואל און שונאים פון רבינו שליט"א וואוינען אין קרית יואל, דארט איז זייער בעיס.

2) אין די קרית יואל שטאטישע וואלן קענען שטימען אלע חסידים פון טאהש, תולדות אהרן, ברעסלאו, וכו' וואס אין ווילי טאמער עס קענען שטימען נאר סאטמאר חסידים קענען זיי נישט שטימען.

3) אין קרית יואל איז דא אסאך אהרונים וואס האבן געשטימט מיט די בני המן, אדער נישט געגאנגען שטימען ווייל זיי זענען אנגעווייטאגט אויף די וויליטש, וואס אין ווילי איז עס נישט שייך.

4) דאס זעלביגע איז דא אסאך אהרונים וואס זענען געווען גפערליך גערעגט אויף די קהלה און זיי האבן געשטימט מיט די צד שכנגד, וואס אין ווילי איז דאס נישט שייך, ווייל אין ווילי איז ב"ה דא געטרייע קהלה פירער, און נישט אזאלעכע שלכעטע בהמות ווי די קרית יואל ראשי קהילות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2008 20:24 לינק ישיר 

ס'נישטא קיין שום סברא המתקבל פארוואס אין קרית יואל זאלן זיין פערצענטועל מער ארונים ווי אין וומ"ס,

קיינער איז נישט קיין זאלי אדער אהרוני ווייל ער וואוינט אין וומ"ס אדער קר"י.

ס'נישטא קיין איין סאטמארע איד וואס מ'קען זאגן אויף איהם אז אלמלא ער וואלטן געוואוינט אין קר"י/וומ"ס וואלט ער זיך אנגעהערט צום פארקערטן צד, ס'נישטא!!

קרית יואל איז א פערפעקט מוסטער פאר שאר העולם, עס האט אלע סארט סאטמארע אידן, חסידים, מתנגדים, בני יואל, זאליס, ארונים, רביצין, און פילע שאר ירקות וואס זענען אנטי ארונים, ווי טאהש, תולדות אהרן, ברסלב, ספינקא, וכהנה.

דער ס"ה איז: דער גרויסער רוב חסידי סאטמאר זענען חסידים פון ר' אהרן און טיען איהם אנערקענען אז דער יורש וממלא מקום פון מהר"י ומהר"ם ט"ב זכרונם לברכה.

אזוילאנג ווי ס'נישט דא קיין ריינע פנימי וואלן אין וומ"ס צווישן בלויז חסידי סאטמאר איז נישטא קיין שום סברא צו נישט אנעמען אז וומ"ס איז די זעלבע ווי אין קרית יואל

דאס וועל איך יא נאכגעבן פאר די זאליס, אז אין וומ"ס אלמלא ס'זאל זיין וואלן אין וומ"ס צווישן בנינים, דהיינו א בנין א וואוט, דאן וואלטן די זאליס געווינען 80-20 %, קלאר.

אזוי ווי א זאלי אין מאנרא זאגט מיר אז "אהרן האט נישט קיין דריסת הרגל אין 250 שולן אין מאנרא" זאג איך איהם גערעכט, ווען די וואלן וואלט געווען צווישן "שולן" זענט עטס געווינערס אבער כל זמן ס'זענען צווישן "מענטשן" זענען מיר געווינערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנאליז נאך די וואלן - איבער די געוועזענע וואלן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext