בית פורומים כל העולם כולו

דער איד - רציחה על טהרת הקודש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/6/2008 22:04 לינק ישיר 
דער איד - רציחה על טהרת הקודש

א גוטן מחרת הוואלן.

אביסל אוועק פון די וואלן נייעס, לאמיר אייך מיטטיילן אביסל רציחה על טהרת הקודש.

גלייבט יא אדער נישט, אין היינטיגן איד אנגעהויבן אויף זייט 11 און פארגעזעצט אויף זייט 72 איז דא א בריוו וואו מ'גיסט א קיתון של שופכין אויף די ישיבה הק' אין קרית יואל, זיך באציענדיג צום פאריגע וואכ'דיגן גאסט עדיטאריעל אין בלאט איבער די רוסישע קעץ, וואו ס'ווערט ארויסגעברענגט בגנות פון די בחור'לעך וועלכע פארפלייצן חוצות וומסב"ג מדי שבת בשבתו און שרייען נאך נשים ובתולות.

אויף דעם קומט דער בריוו אין איד מלא שנאה והסתה אויף די ישיבה הק' אין קרית יואל, און לייענט די ווערטער וואס די אויגן קענען נאך יעצט נישט פארדייען:

זה לשונו המתועב:
"איז דען א וואונדער אז די בחורים וועלכע מ'נוצט ליידער אויס אפצוטאן כל דבר אסור, דורכצופירן אכזריות אן קיין פחד און אן קיין זעלבסט-שולד, וואקסן שפעטער אויס יונגאטשעס וועלכע ציען אריין אנדערע אומוויסנדע אין קרימינאלע אקטיוויטעטן וועלכע פאראומגליקליכן די צעירי הצאן און זייערע משפחות? מען שיקט זיי טאקע נישט ארויס שבת נאכמיטאג, נאר מען שיקט זיי קיין יאפאן און מען פארוויקלט זיי אין אונטערוועלט אקטיוויטעטן, וואס דאס אלעס איז נעבעך די פירות פון דעם ביטערן חינוך". עכ"ל.

רציחה עליך דער איד.
וויפיל בלוט און טרערן איז שוין פארגאסן געווארן די לעצטע חדשים דורך די נאענטע משפחה פון די דריי בחורים וועלכע שמאכטן אין יאפאנישן געפענגעניש מיט יסורים ועינויים קשים, און דאס אלעס שטעלט נישט אפ די רציחה ושנאה געפילן פון הייליגן איד.
זה חטאת וזה פריה.


פארגעסט נישט, "לאמיר ראטעווען די נקודה הפנימית פון רעבען זעכרוינוילעווראכע"!!!!!!!!!!!!
 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2008 01:16 לינק ישיר 

איך האב מיך נישט גוט אויסגעדרוקט. ס'איז יא דא טויט שטראף אין יאפאן, אבער נישט פאר דראגס. דאס האב איך געמיינט צו זאגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2008 23:20 לינק ישיר 

לעבעדיגער, טעות.

אין יאפאן איז נישטא קיין טויט שטראף.

און די סיין פון וואס דו רעדסט הענגט אין אנדערע לענדער אין אזיע, ווי למשל טשיינע, טיילאנד, און טאיוואן.

אבער פארט באקומען מען אין יאפאן פאר'ן שמוגלען דראגס א שטראף וואס איז ערגער ווי דעם טויט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2008 07:23 לינק ישיר 

הרב גאסט

זיכער לייגט עס ארויף אויף א פי די עף, און ווער עס וויל זאלן עס דאונלאודן

א דאנק אייך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2008 06:52 לינק ישיר 


איינער האט מיר אריינגעשיקט דעם גאנצן שטירמער (דער איד) פון די וואך. זאל איך עס פאוסטן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2008 05:14 לינק ישיר 

עפעס א עושר האט געזאגט אז ער גייט אריינשטעלן נעקסטע וואך א אדוועטייזמענט אין ניו יארק טיימס

אז עס ווער עס וויל זעהן א פאני זאו פון צוויי פיסיגע מענטשן חיות זאל קומען שבת נאכמיטאג קיין וויליאמסבורג ברוקלין. אויף ליע עווע. קארנער יוס סטריט עס ווערט אנגעפירט דורך מענעדזשער גרינבוים . אדמיסאן פרי.

אזוי וויא עס איז היינט אנגעקומען בחורים פון ארץ ישראל וואס קהל האט זיי באצאלט צו קומען צו די חתונה פון די טאכטער פון רז"ל ט"ב סאטמאר. . און זיי שטייען איין אין העיווארד האט מען זיי גלייך היינט ביים מקבל פנים זיין מעורר געווען . אז זיי זאלען וויסן אז טאמער איינער טראגט שבת אפילו א פרוי זאל מען איר נאכשרייען. 
די  אומשולדיגע בחורים פון ארץ ישראל האבן דאס נישט געקענט באגרייפן זיי קענען דאס אינגאנצן נישט משיג זיין . ווייל זיי פארשטייען נישט וואס דא טוט זיך. ווייל זיי זענען צוגעוואינט אז אין ירושלים און אין בני ברק טראגט יעדער איינער יעדן שבת. .

און ביז יעצט האבן זיי געמיינט אז דאס נאכשרייען איז סתם א בלבול וואס די אהרונים האבן אויסגעטראכט אויף רז"ל מענטשען. דערווייל איז דאס געווען זייער ערשטער פאטש און דיספוינטמענט.

האט מען זיי מסביר געווען. אז אזוי וויא דער יו"ט און די שבתים זענען דא זייער טרוקן און קאלט וויא אייז. דער וואס זוכט א ביסל ווארעמקייט . אדער פארט ער ארויס קיין קרית יואל. און טאמער ער וויל נישט דעמאלס גייט ער עכ"פ צו רבי משה מנחם טירנויער שליט"א אדער צו רבי טודרוס שליט"א וואס אין די פלעצער שפירט מען חאטשיג עפעס רוחניות .

ממילא כדי זיי זאלן נישט אהיימפארן מיט גארנישט כאשר באו כן ילכו בגפו יבא בגפו יצא. האט מען זיי עכ"פ צוגעשטעלט א אטרעקשאן א שיינע ווילדע בחורים זאו (גן החיות) זיי זאלען חאטשיג עפעס האבען .

א סאך בחורים האבן געטראכט ביי זיך. מוחל ענקערע טובות. אבער זיי האבן געציטערט צו זאגען א ווארט פון די טעראר פון די נועמי המידות.

תוקן על ידי עבדעברי43 ב- 06/06/2008 5:26:58




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2008 01:08 לינק ישיר 

ידידיי!!

איך  בין זיכער.    אז  עטץ האטס א טעות. די נאצישע העצערישע ווערטער קעגן בחורי ישראל וואס שמאכטן נעבעך  ל"ע  אין א פינסטערע תפיסה אין מרחקים רח"ל.
  די רשעות ווערטער שרייבט נישט דער איד . עס קען נישט זיין.  עס איז נישט מעגליך.   דאס שרייבט עפעס א אנטיסעמיטישע פינסטערע יאפאניזישע צייטונג וואס האט פיינט דעם כלל ישראל בשורשו אזוי וויא דער שטירמער ימ"ש. .
(דער איד קען נישט זיין אזוי געמיין . מען קען דאך ח"ו איבערטייטשן די ווערטער און ווייזן פאר די גויים. אז יא!! יודען האבן געשיקט די בחורים צו זיין אונטערוועלט רוצחים!   געוואלד!! וויא קומט אריין זייער פינסטערע שנאה  צו גייסטיגן מנהיג פון קריח יואל עד כדי כך צו מאכען א מישמאש און צו צאפן דאס בלוט פון אומשולדיגע עלטערן וואס גיסן טייכן טרערן מיט בלוט?)

נישט די קאץ איז ארויס פון זאק נאר דער גיפטיגער שלאנג איז ארויס פון זיין גלייכגעוויכט.

זיכער תלמיד טועה כתבו. פשוט עס קען נישט זיין     . והא ראיה אז דער איד ענטפערט דאך גארנישט אויף די וויליאמסבורגער זאו . און וויאזוי מען מעג אין ספירה טעג מאכן א זאו.
 און אז וואס איז געשען אז מען בלאזט אויף א מעשה להגדיל הטראס כאילו מען וויל רז"ל זאל אויך חאטש אביסעל שפירן דעם טעם וואס זיין  צוויי פיסיגע זאו מאכט פאר אנדערע מענטשען    מאי חזית ? נאר זיין בלוט טאר מען נישט מבזה  אבער  אנדערע יודענס בלוט מעג מען יא מבזה זיין.?

בו בשעת מעשה ווען רבבות יודען איבער די גאנצע וועלט ובראשם די עדה החרדית אין י-ם מאכן א יום תפילה. און עס גיסט זיך טייכן טרערן און די יודישע הערצער כאיש אחד בלב אחד זענען פארקלעמט וועגן די פארשמאכטע בחורים וואס האבען נישט קיין יו"ט און קיין שבת.  

גייט דער שטירמער ימ"ש מיט יודישע אותיות און איז מזייף און פעלטשט דער איד און צאפט דאס בלוט פאר אומשולדיגע משפחות און האט א חוצפה צו שרייבן אז מען האט געשיקט די בחורים צו זיין אונטערוועלט . בשעת ווען טויזענטער יודען זעהן וויא דער ראש הטעראריסטן בוויליאמסבורג שיקט זיינע סטודענטן צו פארבלוטיגן  דאס הארץ פאר יודן און פאר די אייגענע בחורים'ס עלטערן  מידי שבת בשבתו אהנע שום בושה און איידעלקייט און מענטשליכקייט.   אבער ווען מען רירט אהן זיין קרוין ווערט עק וועלט עד כדי כך אז מען ווייזט ארויס די מדה פון עשו הרשע ועברתם שמרה נצח. מען פילט נישט דעם צער פון צובליטיגטע בחורים אין די יאפאנעזישע טורמע.

נאכאמאל ליידער

דער גיפטיגער שלאנג איז ארויס פון זיין זאק און פון זיין גלייכגעוויכט. 
די וואלן און די התחלת המפלה האט עהם געברענגט ארויסצו ווייזן  זיין אמתן פרצוף.


 .  אויפן דער איד (שטירמער)  איז געזאגט געווארן  לא אמר כלום.    גארנישט פארענטפערט. נאר געגאסן עמערס בלוט שנאה אויף אנדערע אומשולדיגע יודישע קינדער הנתונים בצרה ובשביה.

די וועלטס ווערטל איז ליידער אמת ויציב

אז דער הונט בילט איז א סימן אז דאס שטיינדל האט עהם געטראפן.

די ווערטער פון בלאט פאריגע וואך וועגן די חובבי קעץ זאו האט עהם געטראפן  והא ראיה אז ער בילט ל"ע ערגער וויא א הונט.

לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי .



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2008 00:59 לינק ישיר 

איטערעסאנט אויב תולדות אברהם יצחק און וויזשניץ מאנסי באקומען אויך די "ביטערע חינוך" פון "מען שיקט זיי טאקע נישט ארויס שבת נאכמיטאג, נאר מען שיקט זיי קיין יאפאן און מען פארוויקלט זיי אין אונטערוועלט אקטיוויטעטן" כלשונם הטמא, ווייל אויב נישט וואלט נאר איין בחור געדארפט שמאכטן אין יאפאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2008 23:26 לינק ישיר 

תמימים ! עטץ האט נאך געמיינט אז דאס וואס זיי שרייבן נישט לגנותםפון די בחורים וואס זענען אריין געפאלן שלא ביודעין איז וועגן זייער מיטלייד וואס זיי האבן מיט די עלטערן צו ווייזן זייער כשר חזיר פיסל דערווייל זעט מען אז זיי האבן זיך פשוט איינגעהאלטן וועגן זייער פאליטיק און מער האבן זיי זיך נישט געקענט איינהאלטן און זיי גייען שוין טאנצן אויף יענעמס בלוט אבער הרי זה דרכם כסל למו .  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2008 22:40 לינק ישיר 

זייטס מזכה את הרבים
אידן זאלן נכשל ווערן אין קויפן דעם שונד בלאט דער איד
ס'איז דא א געוואלדיגע רייץ נאכן הערן וואס דארט טוט זיך אפ
ווער עס קען זאל ביטע ארויפסקענען

יישר כח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2008 22:20 לינק ישיר 


אזא ארטיקעל דארף יעדער צו לייענען

"דער איד" וואס האט זיך איינגעהאלטן צו שרייבן פאליטיק די לעצטע פאר וואכן

מיטן ציל אז די ארוינים זאלן בלייבן צוטיילט צווישן זיך (דברי בנו של משתמש בקודש)

(ויש אומרים אז דאס צושפארן זייער שמוציגער אחים לצרה איז אויך געווען צוליב דעם, ימים ידבירו)


יעצט נאך זייער גרויסן דורכפאל האט עס געפלאצט און ער שפייט דארט אויס זיין גאנצע האס אין שנאה

ווער ס'האט עס זאל עס ביטע ארויפסקענען


תוקן על ידי איציק_מיכל ב- 05/06/2008 22:20:01




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער איד - רציחה על טהרת הקודש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext