עס רעגנט שוין ווידער אין אריזאנע
אין "דער איד" די וואך פ' נשא איז דא א בריוו, איך שרייב עס נאך,
און אז ס'רעגנט יא?...
לכבוד מערכת דער איד
איך האלט פאר וויכטיג אריינצולייגן מיין בריוול.
עס איז כדאי איבערצוגעבן פאר די לייענער אינטרסאטע נייעס פון אריזאנע. ווי באקאנט גייט לעצטענס ארוסם קלאנגען אז אין אריזאנע רעגנט קיינמאל נישט אפילו קיין טוי קומט נישט דארט אראפ קיינמאל. [הערות יודלע, אגב דאס א שקר, ווייל דאס וואס מען זאגט אז עס איז נישט דא קיין טוי דארט, איז נאר אין די זומער ווען באנאכט ווערט נישט אסאך קעלטער ווי באטאג.]
היי-יאר שבת פ' בחוקותי איז אראפגעקומען א שלאקס רעגן און א מורא'דיגער שטורעם מיט זאמד וואס האט געשדיגט די ווייץ אין די פעלדער ווי די מויסטשור איז געווען נידעריגער פון 2.
"ס'איז א זעלטענע זאך" וועט איינער זאגן, גוט, לאז זיין אזוי, אבער א פאקט איז אז עס רעגנט דארט, און דוקא אין פרילינג-זומער, נישט נאר ווינטער.
יע"וו
עד כאן ווארט ביי ווארט פין דער איד זייט 72.
וואס ער וויל ווייס איך נישט אבער איך האב ארויסגענומען דער איד פון פרשת טהרה תשס"ח, שרייב דער "פוסק ומסלף הדור" מנשה פילאפף, אז איינע פין די פאבלעמען פין אריזאנע ווייץ איז אז עס רעגנט נישט דארט וכו'. אויך טאר מען נישט פארגעסן אין בכיסו בכוסו ובכעסו ארטיקעל אין תשס"ז שרייבט ער אז עס האט גערעגנט בשעתן שניידן. זייט נישט באזארגט ס'איז נאך דא גענוג איסורים, אין אויב נישט וועט מען נעקסטע יאר פאר פסח אויפקומען מיט נייע.
עס איז ממש מן השמים זייט מען האט אנגעהויבן שניידן ווייץ אין אריזאנע האט דארט אנגעהויבן רעגנען אין נישט פארגעסן פין די גרויסע ווינטען וואס איז דא דארט וואס בייגט אראפ די ווייץ, די סטעיט דארט פראבירט אויס צוגעפונען וואס עס גייט פאר דארט אין די לעצטע פאר יאר, זיי קענען נישט אויספיגערן וואס איז געשען.
 |
|
|