אבי דער עולם לאכט פונעם איד. פארוואס טוט דער עולם נישט שעצן דעם איד פאר'ן אויפטאן אזעלכע גדולות ונצורות און שלום מאכן צווישן אידישע קינדער?
כלפי מה דברים אמורים.
שוין א שיינע פאר יאר וואס ס'קומט פאר א גרויסע מחלוקה צווישן ר' מאיר הירש און ר' מאיר ווערטהיימער. ביידע זענען חשוב'ע עסקנים און טוען אסאך אויף פאר סאטמאר'ס וועגן, אבער זיי האבן א סכסוך איבער דעם מוסד המספיק. איך וויל נישט דא אריינגיין אין קיין פרטים ווייל ס'איז בגדר לשה"ר.
למעשה, ביי די לעצטע פאר ווילידזש עלעקשאנס האט מען אלעמאל געציטערט וואס ר' מאיר ווערטהיימער און די המספיק ארבעטערס וועלן טאן, און צו זיי וועלן ארויסקומען שטימען פאר די ווילידזש, וויבאלד ר' מאיר הירש האט א שטארקע ווארט אויפ'ן ווילידזש.
היי-יאר נאך די וואלן ווערן סאטמארער חסידים געוואר נישט מער און נישט ווייניגער נאר אז ר' מאיר ווערטהיימער האט ארויסגעברענגט הונדערטער קראנקע קינדער צו שטימען פאר ר' מאיר הירש'ס ווילידזש, אזא שטארקע ידידות האט מיטאמאל אויסגעבראכן צווישן די צוויי בר פלוגתא'ס.
וועגן דעם געפין איך דא פאר וויכטיג צו גראטולירן דעם איד פאר'ן מאכן שלום צווישן די צוויי דם שונאים, אלעס כדי צו קענען מסביר זיין פאר די קעלבער פארוואס נאכ'ן מבטיח זיין אז "דאס מאל" גייט מען עס שוין "ענדליך" מאכן, האבן זיי עס נאך אלץ נישט געמאכט.
נשלח ב-8/6/2008 18:32
די אלע וואס האבן געוועלט פאר די רשעים (אלייענס) האבן טאקע נישט קיין אנדערע פלאץ נאר ביי המספיק זעהט אויס אז די זענען וועם ר' מאיר ווערטהיימער האט געברענגט צו וועלן .
נשלח ב-8/6/2008 17:30
איך הער אז דער איד שרייבט אז סאטמאר האט געווינען די וואלן די וואך צוליב די הונדערטער קראנקע המספיק קינדער און הונדערטער יאפאנעזער בחורים... 0
אבער עס בלייבט דאך א גרויסע קשיא. וויאזוי איז מעגליך אז די זאליס זענען גארנישט געוואקסן אין דריי יאר? וויאזוי איז מעגליך אז זיי האבן נישט געהאט כמעט קיין איין שטימע מער ווי אין 05'?
אין 05' האט קרית יואל פארמאגט 5,800 רעגיסטרירטע וואוטערס.
יעצט אין 08' האט קרית יואל 7,000 רעגיסטרירטע וואוטערס.
ס'איז צוגעקומען 1,200 וואוטס, און די אלייענס האבן נישט צובאקומען קיין וואוטס.
געוואלד, וואו זענען די זאלי בני יואל וואוטס פארשוואונדן געווארן?
נשלח ב-8/6/2008 06:36
ליצים זאגן אז וועגן דעם האט דער איד נישט געשריבען אז די אהרונים האבן געשטימט מיט די טויטע מענטשן, ווייל זיי האבן נישט געוואלט מודה זיין אז די בית החיים באלאנגט פאר די אהרונים, און זיי קענען ברענגען די טויטע...