איזראלי איז ליידער גערעכט
ווען די עדה וויל אויסזעהן מכובד'יג אויף די גאס גייען זיי צו די אהרונים, -אזוי איז געווען ווען זיי זענען געקומען צו רבינו שליט"א ער זאל נעמען אויף זיך די נשיאות פון העדה החרדית, נאר רבינו שליט"א איז געווען קליגער ווי זיי און ער האט זיך שיין אפגעזאגט פון די א.ג. כבוד וואס ברענגט נאר צרות און פלוצלינג זענען זיי נישט געגאנגען אפילו בעטן הגז"ל ער זאל ווערן נשיא ווייל זיי האבן נישט געוואלט אויסזעהן חוזק ביי די גאנצע וועלט-
(ווען דער ברך משה זי"ע האט געדארפט הילף אויף זיינע הייליגע מערכות האט ער געהאט פון זיי נאר מתנגדים, במילא האט רבינו שליט"א פארשטאנען אז ער וועט דארפן זיי באדינען, ברענגען געלט וכו' און דערנאך וועלן זיי אים שפייען אין פנים)
אבער נאכדעם קושן זיך נאר מיט די אנדערע צד
ווער געדענקט נישט ווען רבינו שליט"א האט געשיקט צוויי שליחים צום בי"ד הר"ר הערצקא מיט הר"ר אלישע און מ'האט זיי אפילו נישט אויפגענעמען נאר מ'האט זיי גלאזט ווארטן שעות לעבן טיר פונעם גאב"ד און אפגעחוזקט פון זיי מיט א תירוץ אז די רב איז נישט אין דערהיים וואס דאס איז געווען איין גרויסע ליגנט אבער ווען די צד שכנגד האט באשלאסן אז מען דארף קלעבן פאשקווילן קעגן הרב ח.צ. מייזליש ווייל ער גייט און קארט בעטן אז מזאל אים אריין לאזן צום זיידן האט מען אים שוין געלאזט רופן אין געסטראשעט אז מארגן וועט מען קלעבן אין גאנץ א"י פאשקווילן קעגן אים, און אזוי איז נאך דא צענדליגע דוגמאות ווי אזוי דע "לא תגורו" ארבעט נאר אויף איין זייט במילא ווארטן מיר נישט אויף קיין טובות פון זיי לקיים מה שנאמר לא מעוקצך ולא מדובשך
 |
|
|