הערליגער היסטארישער יו"ט שבועות אין קרית יואל-נעילת החג אין ביהמ"ד
די ווערטער קומען נישט אויפן צונג צו באשריבן דעם הערליכן יו"ט וואס איז דורך ב"ה בצלא דמהימנותא פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
איך וועל שרייבן קורצע שטריכן
ליל א' דשבועות אין טענט, הערליכע דרוש נאכן זיך וואשן, שפעטער ווארעמע דברי מוסר והתעוררות
יום א' דשבועות הערליכע הכנסת ס"ת שנכתב ע"י תושבי קרית יואל לע"נ רביה"ק בעל ברך משה
א געוואלדיגע התעוררות ווען רבינו שליט"א האט זיך איבערגעווארפן דעם טלית אויפן פנים בשעת'ן טאנצן בבכיות נוראות
יום א' דשבועות בשעה 4:30 הערליכע קרעפל טיש, פלפול נחמד בסוגיא דמתוך
יום א' דשבועות בשעה 8:30 קריאת התנאים און ווארעמע דברי התעוררות לכבוד היום, רבינו שליט"א דערמאנט די זכיה אז מען האט אריינגעגעבן א ספר תורה לע"נ רביה"ק זי"ע "אנשי שלומו ואנשי בריתו פונעם טאטן ז"ל"
ליל ב' דשבועות הערליכער טיש מיט הערליכע דברי אגדה לכבוד היום
יום ב' דשבועות,
די נעילת החג טיש האט געזאלט פארקומען אינעם ריזיגן שאטער, נאר צוליב די ריזיגע שטורעם ווינטן איז געווען א סכנה איז דער טיש פארגעקומען בביהמ"ד הגדול ווי מען האט געעפנט אלע פאלישעס און די בחורים זענען געשטאנען אויבן אין ווייבער שיל פון אלע דריי זייטן
רבינו שליט"א האט משמיע געווען הערליכע דברי תורה פון די געוואלדיגע השפעה וואס ס'קוממט דורך לימוד התורה
שפעטער האט מען געמאלדן אז ס'וועט נישט זיין קיין באגלייטן צוליב דעם שווערן וועטער
(אגב, וואס איך האב אליין צוגעזען, ווען מען האט געזאגט פארן רבין וועגן דעם וועטער און אז דער טיש דארף זיין אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי אנגערופן "אה ב"ה, קודם וועט נישט זיין קיין באגלייטן")
און פאר מעריב האט רבינו שליט"א אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און אויפגעפפאדערט יעדן קובע צו זיין עתים לתורה
טראץ דעם שווערן וועטער האט דאך דער גאנצע עולם אהייםמבאגלייט מיט געזאנג רבינו שליט"א לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
אשרי עין ראתה כל אלה
 |
|
|