בית פורומים כל העולם כולו

רז"ל דאמפט געלער בדחן פון חתונה און שבע ברכות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/6/2008 23:01 לינק ישיר 
רז"ל דאמפט געלער בדחן פון חתונה און שבע ברכות

באקומען אין אישי פון א צערידערטן ארוני.


דער וועלט ברימטער נועם המידות, וואס איז א אזא בעל מידות וויפיל לערנען ער קען, האט יעצט דערלאנגט א שטויס פאר דעם געלען בדחן, שלמה יאנקעל געלבמאן, אז דער 750 פונטיגער בדחן קען נישט קומען צו זיך פאר שאק.

עטליכע וואכן צוריק האט דער נועם המידות געלאזט מעלדן דעם בדחן געלבמאן, אז ער זאגט אים אפישעלע אפ פון גראמען אויף די מעכטיגע חתונה פון זיין יונגסטע קינד. געלבמאן האט זיך געבעטן צו אים ווי א גזלן, ווי קען מען עס טאן צו מיר?

געלבמאן האט אים דערמאנט אז ער איז געווען דער וואס האט אים געמאכט אזוי גרויס און הייליג ווי דער רבי זי"ע אין ארשיווע, און פאר אזא גאון ווי דער ראגאטשאווער, און אזא עובד ה' ווי ר' משה ארי', און אז ער, געלבמאן האט אריינגעפרעגלט אין די בחורים אז דער רז"ל שלאפט נישט ביינאכט משבת לשבת, והא ראי' אז די לעקטער איז אייביג אנגעצינדן, און אז ער פאסט דרייערליך יעדן טאג, און במשך די שובבי"ם וואכן לערנט ער דורך אלע כתבי האריז"ל און קליינטיגע אותיות...

רבי פארוואס קומט עס מיר האט זיך דער פעשער געלבמאן געבעטן.

ווי עס קוקט אויס האט די נועם המידות'שאפט גובר געווען, און האט געזאגט בלא מיט אן אלף.
און מ'האט זאפארט געמאלדן פאר שמשון יאנקעל גאלד'ס זון, זלמן לייב פון בני ברק, אז ער זאל אנהייבן ארבעטן אויף די גראמען און די ריזיגע טיטלען.

געלבמאן האט זיך אבער געבעטן אז נאך אלעם האט ער אריינגעברענגט מיליאנען דאלער פאר די ישיבה, מיליאנען פאר UTA, מיליאנען פאר די קאורטס, און מ'טאר אים נישט אזוי משלח זיין מיט אזעלכע בושות נוראות, און אויב מ'נעמט אוועק די חתונה פון אים, זאל מען אים כאטש געבן שבת שבע ברכות.

אזוי וועט זיין, האט אים ר' זאלי צוגעזאגט.  אויף שבת שבע ברכות וועסטו זיין בדחן.

שבת איז געקומען און געגאנגען... און פון געלבמאן האט מען נישט געהערט קיין שארך.

ווי איז דער פעשער געלער בדחן געווען דעם גרויסן שבת קודש פ' בהעלותך, ווען וויליאמסבורג איז געווען באלאגערט מיט א פערטל מיליאן געסט, איז דער רינדיגער געלבמאן געווען אין א בונקער אין קרית יואל אונטער'ן בית המדרש. ער האט זיך דארט פארשטעקט אז מ'זאל אים נישט זען און אים פרעגן על מה ולמה האט מען געשלאגן מיט אים כפרות.

די גוטע פיינע טירנויער'ס, וואלדמאנ'ס, יאקאבאווישט'ס, לעקאפוויטש'ס און בראווער'ס האבן זיך אבער נישט גערעכנט מיט די עבירה פון צער בעלי חיים, און האבן גענומען עמערס מיט בלוט פון דעם נוטר ברית געלבמאן, און האבן אים בעצם שבת קודש געצאפט דאס דם התמצית מיט אפענע מיילער... הא, פאר אים האסטו זיך מקריב געווען? ער איז דער בעל מדות? האסט שוין אנגעהויבן לעקן א טייטלבוים? ער האט דיך אפגענארט מיט זיין בייסיגן שמייכל? שוטה איינער, האסט דיך איינגערעדט ער וועט דיך נישט אויסקוועטשן און דערנאך אוועקטראסקען? האסט שלום געמאכט מיט פראדעל? ביסט ל"ע גערירט?...

כהנה וכהנה שיינע ליבליכע ווערטער האט מען אים אריינגעשאטן בין גברא לגברא אז ס'איז געווען א סכנה צו שטיין לעבן אים.

נישט אז די בראווער'ס, לעפקע'ס, יאקאבאוויטש'ס און טירנויער'ס זענען קלענע היפאקריטן פון געלבערמאן (?). ניין. נאר אויב נועם המידות מיינט אויפעסן א צווייטן לעבעדיג, זענען זיי מקפיד עס צו טאן ברוב עם און 3 שעה רצופות.

רעדט זיך נישט איין אז דער געלער בדחן וועט אויפהערן שטיפן דעם וואגן, וואס האט אים יעצט מבזה געווען. לאז ער ווייטער לעקן דעם נועם המידות און זיין קאמפאני, און לאז ער זיך אנעסן דערמיט און דערנאך אויסברעכן.

בור כרה ויחפרהו.



תוקן על ידי שומרשמיטה ב- 15/06/2008 23:01:18




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/6/2008 19:54 לינק ישיר 

געלבערמאן האט זיך באקלאגט פאר זריעל גליק, היתכן ער האט געלאזט מ'זאל אים אזוי מבזה זיין און אים דאמפן ווי א הונט, שוין נאכדעם וואס ער האט אים געמאכט רעבע.

איך קען דיר נישט העלפן זאגט אים זריעל, איך בין אויך נישט מער ווי א לעמאן. מ'קוועטש פון מיר א אינטערשריפט און א דרשה'לע און דערנאך שיקט מען מיך לייפטערן, אלזא מיז איך בייסן די ליפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רז"ל דאמפט געלער בדחן פון חתונה און שבע ברכות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext