פרישע אמעראצעס. ס"ג פ' בהעלותך אין ראדני.
די זאלונים לייגן אריין אין די חתונה א גאנצע מעלאנע, אבער פארגינען נישט קיין לייטישן מלמד פאר זייער שטריקל.
מיילע, א גאנץ יאר אז דער מלמד מאכט א הענקי פענקי דזשאב, און חזר'ט נישט איבער קיין נארמאלע תורה מיט'ן סמיילי, גייט שוין מיט, ס'איז א דאך א גרינע הארעפאשנע וואך.
אבער יעצט ביי די מעכטיגע חתונה, ווען מיליאנען געסט קומען פון ארבע כנפות הארץ, און אלע רבנים קומען געבן דעם כתר מלוכה פאר דעם פירער פון "מלכות סאטמאר" און דעמאלטס זאל דאס שטריקל ווייטער מאכן ביזוי בזיונות, איז שוין צו א טייער פרייז צו צאלן פאר דעם נאכלעסיגן מלמד'ן.
די וואך ביי די גרויסארטיגע שבע ברכות, ביי שלוש סעודות תורה האט דאס שטריקל געזאגט א קרעפל תורה געבויט א פסוק אין משלי קאפיטל כ"ד פסוק כ"א. און דאס שטריקל האט נעבעך נישט געהאט קיין משלי מיט פינטעלעך, און האט פאלש אפגעלערנט דעם פסוק, און די געציילטע תלמידי חכמים אין שול האבן איינגענומען אזעלכע בזיונות אז די עבירות פון זיי און זייערע קינדער זענען זיכער נתכפר געווארן.
שלמה המלך זאגט אין משלי כ"ד כ"א
ירא את ה', בני, ומלך עם שונים אל תתערב.
ווער עס לערנט רש"י אדער קוקט נאר אין תרגום זעט זאפארט דעם פשט.
אונזער שטריקל נעבעך האט נישט געקענט אויסליינען דאס ווארט ומלך, און האט געמיינט אז ס'מאכט ומלוך מיט א חולם
אויף די אמעראצעס האט ער געבויט די גאנצע קרעפל תורה.
איינער אן ערנסטער תלמיד חכם האט זיך אנגערופן אז רז"ל פילאפף האט געגעבן זיין זון פאר א ריכטיגן בת עם הארץ מדאורייתא.
 |
|
|