ווי אזוי האט אויסגעקוקט היי יאר די אושפיזא פונעם נעילת החג רבי
גענומען פון א אנדערע אשכול:
און לאמיר נישט פארגעסן, וויבאלד עס גייט דאך זיין א חתונה דארף דער רבי שוין נישט פראווען קיין טיש, ווייל דער עולם וועט נישט קומען צוויי מאל, סיי צום טיש און סיי צו די חתונה.
וועגן דעם האט דער נעילת החג רבי נישט געפירט קיין נעילת החג טיש היי יאר אינעם נעילת החג בילדינג. אנשטאט האט ער געהאט א קליינע צערעמאניעלע אין ראדני, ביים ווינקל פון מזרחית צפונית.
אמאל האבן חסידים געוואוסט אז א רבי טוט אויף גרויסע זאכן ביי א טיש, און ס'איז א גרויסע זכי' אז מען קען מיטהאלטן א טיש פונעם הייליגן רבי'ן, און זיך צוקוקן וויאזוי ער שוועבט אין די הימלען.
אין סאטמאר, וויבאלד מען האט נישט געקענט פירן אין טענט צוליב די שווערע רעגנס האט מען געפירט אין גרויסן בית המדרש און דער גאנצער עולם האט זיך געשטופט און געהרגעט צו קענען א בליק טאן אויף די צורה פונעם רבי'ן בשעת ער פראוועט טיש און זאגט די הערליכע תורהס. ס'איז נישט געווען קיין חילוק פאר'ן עולם צי דער טיש איז אין א טענט אדער אין א בילדינג. א טיש איז נאך אלץ א הייליגע טיש און קיינער וויל עס נישט פארפאסן.
אבער ביי די זאליס, וואו טיש איז געווארן א פיקטשער פארברענג האט מען פשוט נישט געמאכט קיין טיש, ווייל היי יאר האט עס נישט אויסגעפעלט. היי יאר פליט דער רבי נישט אין די הימלען, היי יאר איז דער רבי נישט מייחד קיין יחודים, היי יאר רייסט נישט דער רבי איין וועלטן פאר אידנ'ס וועגן, נישט קיין אהבה רבה און נישט קיין אקדמות, נישט מקבל זיין די תורה בקולות וברקים. די אלע זאכן צוליב וואס חסידים אין אלע צייטן זענען געפארן צו זייערע רבי'ס אויף שבועות, מיט גרויס מסירת נפש, מיט פערד און וואגנס, איז היי יאר נישט געווען ביי די זאליס, ווייל היי יאר האט דער פיקטשער נישט אויסגעפעלט.
איז דען פאראן א גרעסערע פעיק פאוני בעלאוני חסידות ווי דאס?
ס'איז מיר געווען מורא'דיג אינטערעסאנט, איך קוק שוין אזוי זייט נאך די וואלן אין קרית יואל, קודם ווי אזוי גייען די זאלונים דא רעאגירן, די מענשטן פארנעמען דאך נישט קיין דורכפאל, ובפרט ווען ס'איז חוזר וניעור יעדע עטליכע יאר, אחים לדעה האט זיך אזוי נישט מיר נישט דיר געגעבן א מאך צו "על פי הוראות הרבנים" הגם איך האב זיי שוין געזען מופן אינצווישן צוריק צו "אנשי שלומינו" אבער ס'איז דאך גוט צו פארקויפן פאר די קעלבעלעך אז פקודתו שמרה רוחי, ממילא זענען איינגעשלאפן מען האט נישט געהערט איבער א וואך פון די אלע חברה.
יעצט אז ס'איז געקומען שבועות בין איך געווען זיכער אז דא גרייט מען אן עפעס אזוינס און אזעלכעס, ס'איז דאך דאך זיין יום גנוסיא, איך קוק א טאג נאך שבועות, אלע שרייבערלעך שלאפן נאך, ערשט פרייטאג האט מען געזען די זריזין מקדימין ערוועקן זיך, אה! ס'איז געווען א חתונה!, ווי פלעגט מען זאגן פארן רבין אין חדר, איך דארף אהיים גיין מיך אראפלייגן ווייל איך האב א חתונה, פיין געשלאפן א וואך צייט ווייל ס'איז דא א חתונה, און דא זע איך אז דער גאנצער שבועות איז נישט געווען אזוי איי איי איי.
דוד46 איז פארנומען מיט די פשט'ל פון רבין, צו קליין אדער צו גרויס, אפשר קען ער מיר איבערזאגן איין תורה וואס זיין... האט געזאגט דעם יום טוב שבועות.
אונז קען מיר זאגן איין זאך, אי לאו האי יומא כמה "סאטמארע רביס" איכא בשוקא, יעצט אבער אז מדור דור ווייסט מען אז סאטמארע רבי מיט תלמיד חכם גייען באנאזאם, און ס'האט נישט מיט ווער עס קען בעסער נאכמאאכן די תנועה פון רבין ז"ל, און ווער ס'פארשטייט בעסער די נקודה פון רבין ז"ל, צו ווער עס האט א גרעסערע ליסטע וויפיל מאל דער רבי האט נישט געזאגט קיין תורה.
יעצט צייגן זי ביטע בילדער פונעם נעילת החג
 |
|
|