ווער געדענקט נאך וויאזוי מיט אפאר יאר צוריק האבן די זאליס געפאמפעט אז ר' זלמן בכבודו ובעצמו האט פארשפארט דעם אינטערנעט, אז ער האט אריבערגערופן די מענטשן וואס פירן אן די אינטערנעט און זיי עס געהייסן פארשפארן.
ס'איז געווען על גאור קעגן ר' זלמן און ר' זלמנ'ס כח התורא האט פיינעלי גובר געווען.
למעשה איז אריבער אפאר יאר און די אינטערנעט איז אפן און די זאליס שרייבן געהעריג אויף היידפארק כאילו לא הי'.
וואס ס'דארף אבער יא ארויסרופן אלעמענ'ס וואונדער איז דער פאקט אז איינער פון די גרויסע קעפ פון די זאלי UTA, יצחק שלום ווערטהיימער, פירט אן דעם סייט וואס איז נייעס, און די גאנצע וועלט ווייסט דערפון. ס'איז נישט קיין סוד, אבער דער אלץ-ווייסנדער ר' זלמן ווייסט עפעס נישט ווער ס'פירט אן דעם סייט, פלוצלינג ווייסט ער נישט וועמען צו רופן.
וואס איז נייעס גייט שוין אן א שיינע פאר יאר מיט'ן אויסשמוצן אידן און זיי מבזה זיין אויף די ערגסטע אופנים וואס נאר שייך, מיט די פולסטע שטיצע פון די זאלי UTA, און די קאמפאני פון ר' זלמן.
די וואך האט וואס איז נייעס גענומען א טייערן איד פון מאנסי, וואס העלפט ארויס אידן בייטאג און ביינאכט, און ער האט אים ביטער מבזה געווען, ווייל יצחק שלום ווערטהיימער האט געזען א נייעס אין די שמוציגע ניו יארקער פרעסע און באשלאסן אז מען דארף דאס איינמעלדן פאר'ן היימישן ציבור.
פונקט ווי אין רוב פעלער וואס רייכע ביזנעסלייט ווערן ארעסטירט פאר אזעלכע עבירות, רעדט זיך עס פון א בלבול וואס איז ארויסגעלאזט געווארן קעגן דעם מאנסיער איד, כדי צו קאלעקטן געלט פון זיינע גרויסע רייכטומען. אבער יצחק שלום ווערטהיימער מעלדט די נייעס טרוקן און שארף, אן געבן פאר דעם איד א טשענס צו פארציילן זיין זייט פון די געשיכטע און פארציילן דעם אמת.
אין די לעצטע פאר וואכן אליינס האט שוין יצחק שלום אויסגעשמוצט און מבזה געווען כמעט 10 היימישע אידן פון וויליאמסבורג וועלכע האבן בטעות זיך געטראפן אויף א פארשטופטע סייט דא אדער דארט. יצחק שלום האט זיכער געמאכט אז ס'בלייבט נישט קיין סוד נאר ס'ווערט ברייט אויסגעפויקט און פארשפרייט צווישן דעם היימישן עולם דורך זיין סייט.
דעריבער ווערט יעדער איינער געבעטן אנצורופן רז"ל און די זאלי UTA און פארלאנגען אז דער געמיינער שמוציאן יצחק שלום זאל ארויסגעטראסקעט ווערן פון זיין דזשאב חוץ אויב ער שטעלט אפ זיין סייט און הערט אויף צו באשמוצן אידן.
נשלח ב-18/6/2008 01:10
דא דארף מען מעלדן דעם עולם אז סאיז דא א אנדערע סייט "די ישיבה ווארלד.קאם" וואס ווערט אנגעפירט דורך בני תורה ליטווישע יונגעלייט, וואס מעלדט נישט קיין שום שמוציגע נייעס קעגן קיין אידן, אין קיין שום אומשטענדן, און דאך האבן זיי גוטע נייעסן
איך האב שוין געהאט געפענט אן אשכול וועגן אבער איך וויל דא ארויסברענגען אן אנדערען פאינט
ווי באקאנט האט זיך יצחק שלום ווערטהיימער אין די בחור'שיע יארן געדרייט אין די ספינקער הויף
ווי ער איז זייער נאנט געווען מיט די גאנצע הלך ילך
נאר זיין טאטע ר' חיים שלמה האט עס אפ'געהרג'עט צוליב געוויסע סיבות
פארדעם בעט איך יעדן ווער עס האט אן השפעה אויף דעם ווערטהיימער זאל זעהן ער זאל צוריק גיין קיין ספינקא זיך ווייטער דארט דרייען אין ער זאל אפלאזן דאס מענטשהייט
איך גלייב לתעולת הענין וועט חיים שלמה אויך מסכים
נשלח ב-18/6/2008 02:58
דער מינוול יצחק שלום ווערטהיימער האט שוין היינט ארויסגעשמוצט נאך איינעם פין ניו זשערסי