WOW... קאפיקעט... רז"ל גייט פארלערנען פרק די וואך...
כ'האב יעצט געהערט פון מיין נעפיו, א מלמד אין UTA, אז ער האט געהערט פון ח.י.ג, אז רז"ל גייט פארלערנען די וואך פרק, צו ווייזן פאר'ן רבי'ן שליט"א ( (ר') אהרן... כלשונו)...
איך האב אויסגעשאסן א געלעכטער.
שוין 2 יאר וואס ער שפילט רבי
זאגט מער נישט קיין שבת הגדול'ס און שבת שובה'ס
לערנט נישט פאר קיין פרק פון יאר צו יאר...
די וואך אז דער רבי קומט אריין אין שטאט, און דער רבי וועט פארלערנען פרק... איז ער א גוטע קאפיקעט.
א שאד נאר אז מ'קען נישט האבן קיין טעיפ-רעקארדער שבת אפכאפן די פרישע אמעראציעס.
מערערע עלטערע רבנים (הרב ביק וכדומה) זענען מבוזה געווארן שוין נאך די טיילונג.
נשלח ב-20/6/2008 01:43
די גרויסע שטיינער וואס מ'האט געווארפן אויף דעם בית החיים ובפרט אויף די רבנית הצדיקת אלטא פיגע ע"ה (זי האט אויך געהאט בלוט פון הייליגן צאנזער זיידן ז"ל. וואס די טעמע האט הרב ר' יעקב פאטאקי געניצט ביי זיין עלעקשאן קאמפיין אויף א העסט גוי'שן פארנעם). דאס האט זיך ב"ה אפגעשטעלט. ווייל היינט איז "דער איד" ביי איין זייט און "דער בלאט" ביי די צווייטע זייט. (הדבר השוה שבהם אז ביידע זענען די פאליציי אז מ'זאל נישט רודף'ן זיינע מענטשן) ממילא ווער ס'טוט א רציחה אקציע ווערט תיכף פארדאמ'ט ביי די צווייטע צד. (אלה בנצחנימו ואלה ברצחנימו).
די 2 חרדישע אויסגאבעס וואלטן זיך געדארפט אנהויבן קאנקערירן תיכף נאכ'ן פטירה פון רבינו ז"ל בחודש אלול תשל"ט ווען דער ממלא מקום ה"ה רבינו בעל בירך משה ז"ל האט געוואלט מתקן זיין אז מ'זאל זיין בעלי דרך ארץ מיט מידות טובות און ער האט ו' אלול תשל"ט ביי די סעודת הילולא פארדאמט די געציילטע יחידים מיט'ן אויסדרוק "אנשי דלא מעלי" וואס ער האט געהאט פון זיי צער קודם פטירת רבינו ז"ל. האבן מיר אלע געמיינט אז ס'הויבט זיך אן א עולם התיקון מיט רואיגע צייטן. ווייל רבינו וועט שטיין אויף די וואך אז מ'זאל קיינעם נישט מצער זיין.
דערווייל האט זיך ארויס געשטעלט אז אנשטאט די איינצעלע "אינשי דלא מעלי" זענען ארויס געוואקסן הונדערטער "אינשי דלא מעלי", נישט נאר אינשי דלא מעלי, נאר חיות בצורות אינשי, טעראריסטן און חיות, בלוט פארגיסער מיט מעסערס און שטיינער ווארפער, מ'האט גערודפ'ט ערליכע אידן ווייל זיי האבן געלערנט ברבים די מאמרים בספה"ק ויואל משה מאמר לשון הקודש, און אזוי אויך בספה"ק דברי יואל פרשת יתרו און דברי יואל פרשת נשא תש"כ וכו' אדער אויב מ'האט געלערנט די אבן עזרא בפרשת משפטים אדער די פירוש בן ביתי אויף תהילים. וד"ל.
ברוך השם אז היינט קען מען רואיג לערנען אבן עזרא און ויואל משה און דברי יואל אין אלע סאטמערע בתי מדרשים.
יעדער האט ב"ה די בחירה. מ'האט א אויסוואל פון רבי'ס און בתי מדרשים, פארענטשעס מענטשן פלייש גענוג פאר יעדן. אזוי אויך אין אלע געגענדן מאכט מען גענוג מוסדות פאר ביידע זייטן, וועם ס'געפעלט קען דאווענען אויף 13 הופער אדער אויף ראדני, בלי לחץ ובלי רדיפות. אויך אין קרית יואל. ווער ס'וויל קען דאווענען ביי בני יואלצו אין שארמאש צו ביי חרדים, אזוי אויך קען יעדערער רבי קומען קיין קרית יואל באזוכן. סיי די לעבאביטשער משולחים סיי הרב ח"ל כ"ץ שליט"א אזוי אויך דער סקולענער רבי שליט"א קען שוין ב"ה קומען באזוכן קיין קרית יואל.
דאס אלעס איז אדאנק די "טיילונג".
אין נאכאמאל מ'קען מאכען "קאפי קעט" אויף צו פארבעסערן דעם מצב.
נשלח ב-20/6/2008 00:38
אה, ווי גוט איז היינט נאך די טיילונג ווען ערליכע ווען ווערן שוין מער נישט מבוזה אין דער איד...
ברוך השם אז ס'איז א מצב פון "קנאת סופרים". די רבי'ס גייען פארלערנען פרק און אריין שיינעןאביסל מידות מיט דרך ארץ פאר זייערע חסידים. דאס אלעס איז א טובה ותועלת פאר די חסידים. הלואי וואלטן די רבי'ס און אלע אנדער מנהיגים נאר געזארגט אויף אזעלכע זאכן. הלואי זאל מען אלע מאל אויף זיי שרייבן די קעפל "קאפי קעט" ער לערנ'ט אויך ווייל דער אנדערער לערענט. און די ק"י חסידים זאלן זיין קאפי קעט אויף די זייט און מ'זאל אויפהערן צו מצער זיין ערליכע אידן.
זינט תש"ס ווען ס'האט פאסירט די נייע טיילונג אין סאטמאר האט מען אנגעהויבן צו וייזן רעספעקט פאר אסאך ערליכע רבנים. ווייניגער מצער זיין די וואס האבן נישט מיטגעטאנצן און געשטיפט דעם וואגן.
הלואי ווי גוט איז די קנאה פון לערנען און דאווענען, אפלו ס'איז שלא לשם שמים.
אסאך בעסער ווי די תקופה ווען מ'האט עוסק געוועהן אין א אנדער סוג קנאה וואס האט מרבה געוועהן חילול השם מיט טעראר און שררה על כל העולם דורך שטיינער ווארפן אויף א בית החיים און מבזה זיין תלמידי חכמים און מחנך זיין בחורים אויף רציחה ומלשינות.
נשלח ב-19/6/2008 22:34
אין די צייטונג שטייט אז ר' טודרוס זילבער שליט"א גייט פארלערנן פרק די וואך אין ראדני, קוקט אויס אז זיי האבן עס געטוישט