| נשלח ב-23/6/2008 18:12 |
|
| |
האט מען אויפגעהערט טראכטן?
עס וואונדערט מיר, ווי זענען אלע חברה וואס פלעגן דא שרייבן, פארשוואונדען געווארן?
שוין א קנאפע צוויי יאר וואס דער פורום לעבט קוים,
וואס איז געשען במשך די צוויי יאר, אז מען האט אויפגעהערט צו טראכטן?
איך ווארט אויף א תשובה, אויב עס איז בכלל דא איינער וואס זעהט מיין קשיא...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2008 02:00 |
|
| |
איך בין נישט קיין יודע מחשבות...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2008 01:40 |
|
| |
נאך דעי אלע מעשיות ווייס איך נאך אלץ נישט וואס צו טראכטען, איך טראכט אין איך טראכט און סי מאכטסעך גארנישט אינטרעסאנט, אפשר געסטי מיך א טיפ ?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2008 00:17 |
|
| |
א גוט ווארט.
ליידער איז טאקע אזוי היינטיגע צייטן, מענטשן האבן נישט ליב צו טראכטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2008 22:39 |
|
| |
ער האב אזוי ווייניג געטראכט אז אפילו דאס האב ער אויך נישט באטראכט.
עס דערמאנט מיך א ווארט וואס איך האב א מאהל געהערט, אז מען זאגט סוף שמונה עשרה יהי לרצון אמרי פי והגיון ליבי לפניך. איינער וואס דאווענט נישט מיט כוונה ווי אזוי מעג ער דאס זאגען ?
דע תירוץ איז אז ווען ער זאגט דאס, טראכט ער אויך נישט.
תוקן על ידי בענץ ב- 31/07/2008 22:39:24
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2008 22:13 |
|
| |
עס וואונדערט מיר, אהרלע, וויאזוי דו האסט זיך געקענט אריבערכאפן די גרעניץ-וואך אריין אין דעם פארום. האסטו נישט געזען די גרויסע פלאקאטן וועלכע האבן געווארנט בכל לשון של אזהרה אז "האלט, דא טראכט מען"?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2008 21:20 |
|
| |
איך ווייס נישט, כ'קען דיר נישט זאגן, יעדער מענטש איז אנדערש.
וועגן וואס ס'פאלט דיר נאר איין, קענסט עפענען נייע אשכולות, און מ'וועט זען.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2008 18:38 |
|
| |
האסט מעך אבער נישט גענטפערט וואס איך זאל טראכטען.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2008 18:25 |
|
| |
ערשט טראכט, און נאכדעם טייפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2008 17:45 |
|
| |
איך בין גרייט צו טראכטען, אבער וואס זאל איך טראכטן ? און ווען איך טראכט קען איך שווער טייפען...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2008 19:43 |
|
| |
אה, ברוך הבא, נאך איינער איז אנגעקומען, ממנו ילמדו וכן יעשו.
איר זענט פולקאם גערעכט, ס'איז טאקע א בושה, אזויפיל אידן וואס רעדן אידיש, דרייען זיך דא אין ''הייד פארק'', און ס'וואלט געמעגט זיין מער וואס זאלן זיך באטייליגן דא, אין אין אזא וויכטיגע פורום.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2008 05:42 |
|
| |
איך שטעל מיך אויך צו צו דעם רוף אז אלע וועלכע פארמאגן עפעס צו זאגן, מוז נישט זיין די אויסגעשפיצסטע געדאנקען, זאלן זיך באטייליגן אין די דיסקוסיעס אויף דעם פארום.
עס איז א בושה אז די מחשבה-פארומס אין ענגליש און עברית זענען אזוי מצליח, און אין אידיש, די שפראך אין וועלכער עס ווערט זייער א סך געשריבן אויף דעם אינטערנעט, איז דערווייל נישט געווען קיין הצלחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 02:08 |
|
| |
יא, איך האף אויך אזוי, און יעדער זאל טאקע קומען זיך לאזן הערן, אפילו דער וואס באטראכט זיך נישט אלץ א טראכטער אדער דענקער...
מכל מלמדי השכלתי.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 01:59 |
|
| |
כידוע לך ביי אונזער עולם טרעפט זיך נישט קיין סך טראכטערס, בפרט אויפן אינטרנט, און דא פלעגט זיין אשכולות, כקול קורא במדבר, קיינער האט נישט געשריבן האט זיך עס פין זיך אליין אפגעשטעלט,
יעצט זעהט אויס האבן זיך אויפגעוועקט אפאר מענטשן פין שלאף, אין איך האף אז ס'וועט אנהאלטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 01:50 |
|
| |
סטראכטער, דו ביסט נאך פון די אלטע חברה וואס פלעגן דא שרייבן אדער ליינען?
אויב יא, אפשר ווייסטו די היסטאריע, וואס איז געשען אז פאר במשך צוויי יאר האט מען אויפגעהערט שרייבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 01:33 |
|
| |
ב"ה איך האב הנאה צי זעהן אז נאך אזוי לאנג שלאפן וועקט מען זיך שוין ענדליך אויף.
חזק חזק ונתחזק!!!
|
|
|
|
|