מארגן 2 אזייגער נאכמיטאג איז גערופן געווארן א אסיפה דורך די התאחדות הרבנים אין וויליאמסבורג(איצא גליק) מטהר צו זיין את השרץ.
צו מאכן כשר די טרייפענע פאלם קערן אויל וואס ווערט געברענגט מיט טרייפענע שיפן און הייסע קאכעדיגע קעסלען וואס ווערן דערינען געקאכט טאלא חזיר שמאלץ. און מען איז מיט די טרייפענע אויל מפטם אונזערע קינדער מיט טריפות ממש. געוואלד!!!! שומו שמים!!! .
פאר א פאר וואכן צוריק איז פארגעקומען א אסיפה אין בארא פארק דורך אלע רבנישע ארגאנאזאציעס צו טרעפען עפעס א וועג מען זאל מייחד זיין נאר כשרע שיפן פאר די דעליווערי אף די כשרע אויל.
דערווייל קומט יעצט איצא גליק וכת דילי' און רופט צוזאמען נאר אזעלכע רבנים וואס ווילן און זענען מסכים מטהר צו זיין את השרץ . און גייט מפטם זיין אונזערע אומשולדיגע קינדער און בחורים און בנות נישט מיט האט ליינס נאר מיט טריפה ממש חזיר ממש. האטס רחמנות11 עד מתי לעדה הרעה הזאת????? . מען דארף צוזאמערופן טויזענטער קינדער מיט בחורים אינדרויסן פון די אסיפה שלא לשם שמים. און שרייען א שרעקליכער וויי געשריי. געוואלד!! אונדז געבן מיר אויס געונוג געלט צו קויפן כשרס. און פארוואס פאר א פאר דאללער וואס עטץ פאקטס אין ענקערע טאשען זענט איר אונדז מפטם מיט טריפות ונבילות
גענוג איז גענוג
. נאכדעם ווען די סאטמארע רבנים זענען געקומען צו הגאון הגדול ר"מ פיינשטיין ז"ל וועגן די באקאנטע אסיפה. איז די רביצין פון רבי משה ז"ל געשטאנען ביי די טיר און געוויינט און זי האט געזאגט פארן וויענער רבי עזריאל יודא ז"ל וואס איז געווען פון די בעלי מכשירים אויף מיעל מארט צוזאמען מיטן באטורער. מיין מאן רבי משה חוץ דעם וואס ער איז א גאון הגאונים לא פסק פומיה מגירסא און קען כל התורה כולה. איז נאך א גרויסער צדיק . ער האט נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין הכשר אויף קיין פראדוקט ער וואלט געקענט מאכען אוצרות זהב. נישט אזוי וויא די סאטמארע רבנים וויא די התאחדות וכדומה וואס זייער לעבן און געלט איז פון מפטם זיין יודישע קינדער מיט שמן חזיר רח"ל.
קאלט אלע אהן דעם איצא. אוןן שרייטס אז ער זאל אויך רופן פון די רבנים האוסרים כדי עס זאל נתברר ווערן דעם אמת וידעו הקהל וישפוטו.
אויך אלע צעטלעך אויף די גאסען פון דעם ליידאק ה. ק וועגן די געפאסטע קליידער שאדט פונקט אזוי פאר די יונגלעך און בחורים. און מיידלעך פונקט וויא די האט ליינס כמובן.
נשלח ב-26/6/2008 02:04
עבד
אז די האלטסט אז עס איז א דאורייתא האסטי שוין געכשרט דיין אויבן אין כלים ?
נשלח ב-26/6/2008 02:08
נחום זאגט יעצט אז התאחדות האט געקענסעלט די אסיפה
נשלח ב-26/6/2008 05:55
ברענגטס נישט נאך קיין שום זאכן פון נחומ'ס שמוציגע האטליין, נישט לטוב און נישט לרע.
עבד עברי, ביטע אויספאלגן די תקנות נישט צו רעדן מיאוס קעגן קיין שום רב.
נשלח ב-26/6/2008 08:04
דער סוף וועט זיין בענין האויל הטריפה מדאורייתא "פאלם קערן אויל" וואס מען נוצט דאס אין די פענסי קעיקס און אין די בעסערע נאשעריי.
אז די התאחדות הרבנים וועט מארגן שרייבן אז נאך א אסיפה אויף 85 דיווישאן עוועניו. מיט די ציוניסטן מזרחיסטן אגודיסטן די אוי יו וואס האלט אז מדינת ישראל איז א אתחלתא דגאולה און אז מען דארף זיך שלאגן פאר שלימות הארץ . מיט די ליובאוויטשער או קעי וואס האלט אז דער רבי איז מלך המשיח לעולם ועד . צוזאמען מיט ר' הלל בראש מיטן רבין רז"ל מסאטמאר וומס"ב.
אויסער דעם קיין איין רב המכשיר . נישט הרב ווייסמאנדל אדער וועלאווער רב אדער באטורער רב. אדער רבי שמואל בערגער. . אפילו נישט די דיינים פון סאטמארער בי"ד למשל ריח"מ אדער רש"ל אדער רז"ל פילאפף אפילו נישט די משגיחים הרב שפיטץ אדער הרב איצקאוויטש.
אז אונזער און נאר אונזער שארטנינג מיט טריפענע פאלם קערן אויל איז כשר (חאטשיג טאקע נישט בתכלית הכשרות. עכ"פ מען דארף קיינעם נישט אויסזאגן אז עס איז נאר גאר א זייער א שטארקער בדיעבד שבדיעבד )
אבער אנדערע שארטנינג נעמען מיר נישט קיין אחריות. חאטש רז"ל מסאטמאר האט יא געבעטן אז מען זאל חאטשיג מודיע זיין פארן עולם אז עס איז נישט אויסגעהאלטן לכתחילה אז יעדער זאל האבען די רעכט צו באשליסן אויב ער וויל נוצן א בדיעבדיגע שאלהדיגע זאך.אדער נישט. דאך האט מען עהם אנגעפיפען. . ווייל אז ער האט געמעגט זיצען צוזאמען מיט ציונים האט ער דאך נישט דעם כח פון א סאטמארע רבי.
שלי כשר ושלך טריפה. מיינס איז אלעס כשר . און ענקערס איז טריפה ומפטירין כדאתמול.
נשלח ב-26/6/2008 19:45
עבד עברי
וויאזוי איז טאקע אדורך דער מעכטיגער פראטעסט פון די טויזנטער קינדער און בחורים וואס דו האטס געוואלט צוזאמענעמען, האט מען געשריגן געוואלד!!! קעגן די אסיפה שלא לשם שמים?
בכלל קוקט אויס אז דו ביזסט דארט געווען, און די האסט אינסייד אינפארמעישאן, איז דאס געווען מיט נחום ראזענבערגס הילף?