די תולדות ארענע חברה מיט זייער רבין ר' דוד האבן גענומען זייער א שנעלע צוג קיין לינקס פון די שיטה הק' פון בעל ויואל משה די וואך האט ער חתונה געמאכט און געלאדענט "מאיר פרוש" פון די כנסת אלתר משה שפייעט שוין בליט, אבער חוץ פון איהם זעהט נישט אויס ווי עס אינטערסירט איינעם, ער פארציילט אז איינער האט מוחה געווען אויפן וועג ארויס און מען האט איהם ארויס געווארפן פון די קהלה
תוקן על ידי askan ב- 26/06/2008 23:08:08
נשלח ב-1/7/2008 00:52
דאס מציאות איז אז ר' דוד קאהן מיט זיין לינקע השקפות האט אראפ געפירט תולדות אהרן פין זייערע קנאיות ,
קענסט שרייען רעכטע פליגל ארויף אראפ
ער האט א לינקען קאפ
נשלח ב-30/6/2008 23:30
שלום וברכה פאר אלע באטייליגטע.
עס איז איבעריג אז איך זאהל זיך וויסנדיק מאכן פון אינשי דלא מעלי וואס זיכן צו באשמיצן דעם רעכטן פליגל פון יהדות החרדית נאר איין מאהל האב איך גטראכט אז עס איז גוט אז די באטייליגע זאלן ווערן איבער צייגט,
קודם כל פאר אלעס פארשטייט זיך אז תו"א האט נישט גערופן חס וחלילה דעם חבר כנסת
. למען הדיוק, דעם אינגערמאן האט מען גאסערט ארייןצוגיין אין ביהמ"ד ווייל ער איז לעצטנס געווען פארמישט אין עטליכע טעראר שטיקלעךאון מ'האט אים געבעטן צו זיך אינטערנעמען אז ער וועט מער נישט מאכן קיין מעשהאלימות אן א דע"ת אין ער האט נישט געוואלט זיך אינטערנמען, פאר די עצם זאך וואס ער האט געטהוןביי די חתונה האט דער אינגערמאן באקומען א נזיפה,ס'איז באוואוסט וואס הרה"צ ר' עמרם בלויפלעגט אלעמאל חזר'ן פאר די בחורים אין אינגעלייט וואס פלעגן זיך באטייליגן אין דימחאות אין הפגנות מיט אים צוזאמען (דרך אגב רוב פון זיי זענען טאקע היינט אידן אין שפיטץ פוןדי קהילה הקדושה תו"א צום ביישפיל ר' יח.כ., ר' י.א., ר' יק.ס., ר' יע.ס., אוןנאך און נאך) אזביי א חתונה אין ביי אבילותבאפאלט מען נישט קיין מענטשן.
ב"ה דער אינגערמאן האט זיך איבערגעקלערטאין זיך בארעכנט אין צום סוף זיך אינטערגענומען נישט צומאכן מער קיין מעשה אלימותאן די הסכמה פון א דעת תורה אדער פון בית דין צדק העדה החרדית.
ס'איז באוואוסטאז דער הייליגער סטמערער רבי זצוק"ל בעל ויואל משה האט נישט איינמאל געקאנסעטפאר אזעלכע וואס האבן באפאלן אדער פארשעמט מענטשן אפילו זיי זענען נישט געגאנגעןאויפן דרך אין די שיטה הק'. ער האט אפי' מקרב געווען לעבאוויטער משפיעים און חסידים ביי א שלחנו הק' נאכדעם וואס זיינע חסידים האבן באפאלן די לעבאוויטשער חסידים אין אזוי אויך איז געווען דער דרך פון אונזער רבי זצוק"ל כאטש ס'איז געוועןאויבער חכמים וואס האבן געמיינט דעמאלט אז זיי פארשטייען בעסער אין געמאכטפאשקוילין אין אפילו באפאלן איז ער געשטאנען פעסט קעגן זיי. (פארשטייט זיך אז היינטהאבן זיי טויזענט חרטות.).
יעצט צו די אלע וואס מיינען אז מיט באשמוצן דיהייליגע קהילה וועלן זיי קענען לייגן תולדות אהרן אויף די לינקע זייט זאלט אירוויסן אז איר האט א גרויסע טעות, תולדות אהרן איז אין וועט זיין אייביג א פעסטונגמיט א שטארקייט אין די הייליגע שיטה פון רבינו הק' מסאטמער בעל ויואל משה אינאיינעם מיטן הייליגן רבי'ן זאל זיין געזונט אין שטארק מיט די הדרכה וואס ערהאט באקומען פון זיין הייליגן טאטן אין פון הרה"צ ר' בנימין רבינוביץ זצוק"ל ביזמשיח צדקינו וועט קומען. און ער שטייט טאקע אין פראנט פון יהדות החרדית עד ביאת גוא"צ.
נשלח ב-29/6/2008 10:20
למען_האמת כתב:
צו פעטערסאן, אמת, ווען ער רעדט צו ספרדישע אידן זיי מחזק זיין אין אידישקייט, וואס זיי פארשטייען נישט קיין אנדערע שפראך, רעדט ער אין לשה"ק,
ער האט גערעדט א פיינעם עברית
נשלח ב-29/6/2008 06:38
צו ארגינעלער, אוואדאי פאר דיין פראפעגאנדע וואלט בעסער געווען ווען די מעשה געשעהט ביי א שבע ברכות וואס תולדות אהרן מאכט, אבער אין פאקט איז עס געווען ביי די חתונה.
צו פעטערסאן, אמת, ווען ער רעדט צו ספרדישע אידן זיי מחזק זיין אין אידישקייט, וואס זיי פארשטייען נישט קיין אנדערע שפראך, רעדט ער אין לשה"ק, כידוע האט דער תולדות אהרן רבי א געוואלדיגע כח ההשפעה אויפצופלאמען אידישע הערצער לאביהם שבשמים, און עס איז זייער שווער צו זאגן אז דער רצון השם איז ער זאל רעדן צו די אידן אין אידיש און זיי זאלן נישט פארשטיין קיין איין ווארט...
נשלח ב-27/6/2008 03:39
אויף וועלכע חלק ביסטו מוחה , אז ער נעמט חברי הכנסת וואס שרייבן אינטער קעגן דעם רבוש"ע ?
צי אז מען פארציילט עס ?
נשלח ב-27/6/2008 03:21
איך בין מוחה דא ברבים אויף די דברי בזיון אין כינויי גנאי וואס עס איז גענוצט געווארן אין דעם אשכול אויף א חשובען אדמו"ר א מנהיג פון א עדה קדושה בישראל, א ת"ח עצום, א משפיע רוחני פאר הונדערטער בחורי חמד שוין יארן לאנג, וגם אני בתוכם.
הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה.
נשלח ב-27/6/2008 01:52
די נייעס אז ר' דוד קאהן איז לינק אין נעמט אויף חברי הכנסת איז פינקט אזא נייעס ווי בעלזער רבי נעמט אויף חה"כ ר' דוד קאהן איז ליידער היינט ציטאג פין די לינקסטע רבי'ס אין השקפה
אין א צבוע'ניק איז ער איינס אין דער וועלט סווינדערט מיך נישט ווי ער טוט אויס דעם שטריימעל ביי די הדלקה סאיז דאך אזא מין גרויל אין א עקל וואס קיינער טוט נישט נאר ער
וואס סווינדערט מיך יא אז מיט ר' שמואל יעקב האדמ"ר מתלדות אברהם יצחק האבן זיי געהאט א פראבלעם ווייל ער איז לינק געשטימט