בית פורומים כל העולם כולו

תו"א פארט זייער שנעל אויף לינקס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/6/2008 23:04 לינק ישיר 
תו"א פארט זייער שנעל אויף לינקס

די תולדות ארענע חברה מיט זייער רבין ר' דוד האבן גענומען זייער א שנעלע צוג קיין לינקס פון די שיטה הק' פון בעל ויואל משה
די וואך האט ער חתונה געמאכט און געלאדענט "מאיר פרוש" פון די כנסת
אלתר משה שפייעט שוין בליט, אבער חוץ פון איהם זעהט נישט אויס ווי עס אינטערסירט איינעם, ער פארציילט אז איינער האט מוחה געווען אויפן וועג ארויס און מען האט איהם ארויס געווארפן פון די קהלה





תוקן על ידי askan ב- 26/06/2008 23:08:08




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2008 23:06 לינק ישיר 

פאראיאר: באמבע: תולדות אהרן רבי גייט צום כותל!
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2246832&forum_id=16386




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2008 23:07 לינק ישיר 

דא נאך: http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2220200&forum_id=16386



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2008 01:52 לינק ישיר 

די נייעס אז ר' דוד קאהן איז לינק אין נעמט אויף חברי הכנסת איז פינקט אזא נייעס ווי בעלזער רבי נעמט אויף חה"כ ר' דוד קאהן איז ליידער  היינט ציטאג פין די לינקסטע רבי'ס אין השקפה

אין א צבוע'ניק איז ער איינס אין דער וועלט סווינדערט מיך נישט ווי ער טוט אויס דעם שטריימעל ביי די הדלקה סאיז דאך אזא מין גרויל אין א עקל וואס קיינער טוט נישט נאר ער

וואס סווינדערט מיך יא אז מיט ר' שמואל יעקב האדמ"ר מתלדות אברהם יצחק האבן זיי געהאט א פראבלעם ווייל ער איז לינק געשטימט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2008 03:21 לינק ישיר 

איך בין מוחה דא ברבים אויף די דברי בזיון אין כינויי גנאי וואס עס איז גענוצט געווארן אין דעם אשכול אויף א חשובען אדמו"ר א מנהיג פון א עדה קדושה בישראל, א ת"ח עצום, א משפיע רוחני פאר הונדערטער בחורי חמד שוין יארן לאנג, וגם אני בתוכם.

הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2008 03:39 לינק ישיר 

אויף וועלכע חלק ביסטו מוחה , אז ער נעמט חברי הכנסת וואס שרייבן אינטער קעגן דעם רבוש"ע ?
צי אז מען פארציילט עס ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2008 06:38 לינק ישיר 


צו ארגינעלער, אוואדאי פאר דיין פראפעגאנדע וואלט בעסער געווען ווען די מעשה געשעהט ביי א שבע ברכות וואס תולדות אהרן מאכט, אבער אין פאקט איז עס געווען ביי די חתונה.

צו פעטערסאן, אמת, ווען ער רעדט צו ספרדישע אידן זיי מחזק זיין אין אידישקייט, וואס זיי פארשטייען נישט קיין אנדערע שפראך, רעדט ער אין לשה"ק, כידוע האט דער תולדות אהרן רבי א געוואלדיגע כח ההשפעה אויפצופלאמען אידישע הערצער לאביהם שבשמים, און עס איז זייער שווער צו זאגן אז דער רצון השם איז ער זאל רעדן צו די אידן אין אידיש און זיי זאלן נישט פארשטיין קיין איין ווארט...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/6/2008 10:20 לינק ישיר 

למען_האמת כתב:


צו פעטערסאן, אמת, ווען ער רעדט צו ספרדישע אידן זיי מחזק זיין אין אידישקייט, וואס זיי פארשטייען נישט קיין אנדערע שפראך, רעדט ער אין לשה"ק,



ער האט גערעדט א פיינעם עברית



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/6/2008 23:30 לינק ישיר 

שלום וברכה פאר אלע באטייליגטע.
עס איז איבעריג אז איך זאהל זיך וויסנדיק מאכן פון אינשי דלא מעלי וואס זיכן צו באשמיצן דעם רעכטן פליגל פון יהדות החרדית נאר איין מאהל האב איך גטראכט אז עס איז גוט אז די באטייליגע זאלן ווערן איבער צייגט, 

קודם כל פאר אלעס פארשטייט זיך אז תו"א האט נישט גערופן חס וחלילה דעם חבר כנסת
.

למען הדיוק, דעם אינגערמאן האט מען גאסערט אריין
צוגיין אין ביהמ"ד ווייל ער איז לעצטנס געווען פארמישט אין עטליכע טעראר שטיקלעך און מ'האט אים געבעטן צו זיך אינטערנעמען אז ער וועט מער נישט מאכן קיין מעשה אלימות אן א דע"ת אין ער האט נישט געוואלט זיך אינטערנמען, פאר די עצם זאך וואס ער האט געטהון ביי די חתונה האט דער אינגערמאן באקומען א נזיפה,ס'איז באוואוסט וואס הרה"צ ר' עמרם בלוי פלעגט אלעמאל חזר'ן פאר די בחורים אין אינגעלייט וואס פלעגן זיך באטייליגן אין די מחאות אין הפגנות מיט אים צוזאמען (דרך אגב רוב פון זיי זענען טאקע היינט אידן אין שפיטץ פון די קהילה הקדושה תו"א צום ביישפיל ר' יח.כ.,  ר' י.א.,   ר' יק.ס.,  ר' יע.ס.,  און נאך און נאך) אז ביי א חתונה אין ביי אבילות באפאלט מען נישט קיין מענטשן.

ב"ה דער אינגערמאן האט זיך איבערגעקלערט אין זיך בארעכנט אין צום סוף זיך אינטערגענומען נישט צומאכן מער קיין מעשה אלימות אן די הסכמה פון א דעת תורה אדער פון בית דין צדק העדה החרדית.

ס'איז באוואוסט אז דער הייליגער סטמערער רבי זצוק"ל בעל ויואל משה האט נישט איינמאל געקאנסעט פאר אזעלכע וואס האבן באפאלן אדער פארשעמט מענטשן אפילו זיי זענען נישט געגאנגען אויפן דרך אין די שיטה הק'. ער האט אפי' מקרב געווען לעבאוויטער משפיעים און חסידים ביי א שלחנו הק' נאכדעם וואס זיינע חסידים האבן באפאלן די לעבאוויטשער חסידים אין אזוי אויך איז געווען דער דרך פון אונזער רבי זצוק"ל כאטש ס'איז געווען אויבער חכמים וואס האבן געמיינט דעמאלט אז זיי פארשטייען בעסער אין געמאכט פאשקוילין אין אפילו באפאלן איז ער געשטאנען פעסט קעגן זיי. (פארשטייט זיך אז היינט האבן זיי טויזענט חרטות.).

יעצט צו די אלע וואס מיינען אז מיט באשמוצן די הייליגע קהילה וועלן זיי קענען לייגן תולדות אהרן אויף די לינקע זייט זאלט איר וויסן אז איר האט א גרויסע טעות, תולדות אהרן איז אין וועט זיין אייביג א פעסטונג מיט א שטארקייט אין די הייליגע שיטה פון רבינו הק' מסאטמער בעל ויואל משה אינאיינעם מיטן הייליגן רבי'ן זאל זיין געזונט אין שטארק מיט די הדרכה וואס ער האט באקומען פון זיין הייליגן טאטן אין פון הרה"צ ר' בנימין רבינוביץ זצוק"ל ביז משיח צדקינו וועט קומען. און ער שטייט טאקע אין פראנט פון יהדות החרדית עד ביאת גוא"צ.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2008 00:52 לינק ישיר 

דאס מציאות איז אז ר' דוד קאהן מיט זיין לינקע השקפות האט אראפ געפירט תולדות אהרן פין זייערע קנאיות ,
קענסט שרייען רעכטע פליגל ארויף אראפ

ער האט א לינקען קאפ




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > תו"א פארט זייער שנעל אויף לינקס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext