גרויסער לחיים היינט אין קהיט"ל מאנסי
היינט זינטאג אוונעט איז פארגעקומען אין קהל יטב לב סאטמאר מאנסי א גרויסארטיגן לחיים
מרן רבינו מהר"א שליט"א איז געווען דערביי מיט נייעם סאטמארען רב שליט"א
סהאט זיך באטייליגט א ריזין ציבור פין מאנסי פין איבער 300 אנ"ש
דער יושב ראש פינעם מעמד איז געווען הרבני הנגיד ר' יעקב חזקי' מארקאוויטש
דערנאך האט גערעדט הרב הגאון ר' יעקב ווייס שליט"א ר"ם פאפא
אויכט האט גערעדט הרב הגאון ר' בן ציון לאוב שליט"א מו"ץ קהל יטב לב וויליאמסבורג
אין נאכדעם האט מען געהערט דברות קודש פינעם רב שליט"א
אלע האבן ארויסגעברענגט דעם גרויסן סייעתא דשמיא וואס מען האט געזען ביים קויפן די קרי' וואס טראץ אלע מניעות האט מען עס געקויפט
סאיז כדאי צי נאטירן א אינטערסאנטע פאקט וואס ווערט געברענגט אין בלאט די וואך
דריי חדשים פאר מרן רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע איז נסתלק געווארן האט ער געלייגט א אבן הפנה אין מאנסי
דאס מציאות איז געווען מען האט דארט נישט געבויעט דאס בית המדרש נאר הייזער צי פארקויפן
דעם נייעם רב'ס דירה איז אויף יענעם פלאץ ווי דער רבי האט געלייגט דעם אבן הפנה
אבן מאסו הבונים ,,,מאת ה' היתה זאת
|
|