בית פורומים כל העולם כולו

די פאליטיק ארום נחומ'ס קול קורא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/7/2008 07:09 לינק ישיר 
די פאליטיק ארום נחומ'ס קול קורא

ס'לויט זיך נישט גלייבן אין וואס מען שפילט זיך אלץ פאליטיק
ענדליך האט מען אנגעהויבן צי טוען צי דערזאך קעגן די שמוציגע אין ניווילדיגע האטליינס מען גייט צי די רבנים נעמען חתימות
אבער ויבוא גם השטן

צוויי יונגעלייטליך איינער א ישעי' מייזעלס מיט יצחק שטערן בן ר' מאיר האבן אנגעהויבן נעמען חתימות
זיי האבן קלאר געשטעלט אז צי אינזערער דיינים גיין זיי נישט זיי וועלן נעמען נאר א חתימה פינעם וויליאמסבורג רב אבער סגייט שטיין "אב"ד סאטמאר האפפער "

וויל איך פרעגן די יונגעלייט לי יצויר אז מען זאל האבן א מעכטיגע קול קורא פין אלע רבנים דארף מען האבן א ריזין
 סייעתא דישמיא אז מען זאל זיי ארויס טראגן פין ביזנעס 
כבר היה לעולמים מען האט גענימען קול קורא'ס קעגן בעלז, .בני יואל,דער בלאט ,ר' אברהם לייטנער,דער עירוב,  
   דאס מציאות איז סהאט געהאלפן א גרויסן רעטעך די אלע קול קורא'ס, אלעס גייט אן ווייטער

גייט מען בשאט נפש מאכן א פאליטיק פין א אזא סעסעטוויטע אישו, סך הכל די קול קורא וועט ארויס קומען וועט עס זיין א גרויסער אדווערטייזמענט פאר נחום מיט אלטר משה  



 

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/07/2008 9:42:26




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2008 22:36 לינק ישיר 

איך זע נישט די שאנד, פארוואס קלערסטו וועלן די ארונים מסכים זיין שרייבן אויף ריח"מ ראב"ד
און די זאלונים אויפן רב צו שרייבן אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג

אזוי לאנג ווי דער נוסח פונעם קול קורא איז ביי ביידע די זעלבע איז גוט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2008 15:55 לינק ישיר 

ווי מען שטייט אין מען גייט רעדט יעדער איינער פין די צוויי קול קורא'ס
סאיז ליידער א שאנדע צי צי קוקן וואס די מחלוקה האט אלץ ציגעברענגט, אז מען קען זיך נישט פאראייניגען אין אזעלכע האקעלע טעמעס
וואס זאל שוין נחום ראזנבערג זאגן

אין איך האלט ווייל מען קען זיך נישט פאראייניגען איז כמעט אומעגליך אים צי סטאפן האטליין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2008 05:29 לינק ישיר 

נחום ראזענבערג איז שוין גאלד קעגן די ליצנות דא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2008 00:59 לינק ישיר 

מיט וואס איז ער גראב"ד ? וועלכע שאלה האט ער גע'פסק'עט ?
ער זיצט דריי שטאק אין דער ערד איז ראסס סטריט אין שרייט ער איז גראב"ד
נאו וועי האזע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/7/2008 23:24 לינק ישיר 

כ'מיין אז מען זאל אויפהערן צו מאכן א פאליטיק פון דעם, דער בלאט זאל עס אריינלייגן וויאזוי זיי ווילן, אין דער איד זאל עס אריינלייגן וויאזוי זיי ווילן, און אויב מ'האט געהאנגן אויף די גאסן זייער גירסא, זאל סאטמאר אויך אנהענגן זייערע גירסא, דער עיקר איז אז מ'ברענגט אונטער דעם מנוולות'דיגן האטליין.

יעדער פארשטייט דאך אז דער בלאט גייט נישט לאזן א טיטול וואס זיי ווילן נישט, און דער איד לייגט נישט אריין א טיטול וואס זיי ווילן נישט, איז ווען דער וויליאמסבורגער רב שרייבנט אונטער די קול קורא שרייבט ער שוין אדעתא דהכא אז דעראיד וועט שרייבן דער טיטול וואס זיי ווילן, און די זעלבע פארקערט, ווען דער וויליאמסבורגער דיין שרייבט אונטער די קול קרוא שרייבט ער אויך אדעתא דהכא אז דער בלאט וועט מאכן דעם טיטול וויאזוי זיי ווילן.

איי וועסטו פרעגן פארוואס זענען זיי מסכים מ'זאל מאכן ליצנות פון זיי, דער תירוץ איז אז זיי זעהן אזא שרעקליכן חורבן פון דעם האט-ליין, אז זיי זענען מסכים למען השם ולמען תורתו הק', צו טוהן וואס איז יעצט וויכטיג פאר כלל ישראל. זעהט אויס אז זיי זעהן אויך איין אז דער האט-ליין איז ערגער פונעם עירוב....

אויך הער איך אז וויענער רב האט שוין היינט אונגעשריבן, און נעקסטע וואך גייט עס אויך זיין אין דער איד.



תוקן על ידי פלונימבפ ב- 03/07/2008 23:27:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2008 23:10 לינק ישיר 

 

איך הער אז פראדעלזאהן איז משוגע געווארן ווען ער האט געזעהן דעם קול קורא אין בלאט האט ער שנעל געלאזט דריקן א פאלטשן קול קורא כדרכו (ווער געדענקט נאך שחתמו שהשתתפו) אין האט ארויס געשיקט באהענגן וויליאמסבורג מיט די פאלטשע צעטלעך ...

אבער איך פארשטיי נישט איין זאך, איינס פון די מחאות אויף נחום איז אז ער רעדט אויף רבנים, נו דער פראדעלזאהן מאכט א גאנצער חוכא וטלולא פונעם קול קורא ווייל מינ' ובי' טאקע אינעם קול קורא ווי ער איז מוחה קעגען נחום מאכט ער חוזק אין ליצנות פון רבנים .

א הארבע פראדעלזאהן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2008 22:58 לינק ישיר 

 

  Bssp  וואס פארשטייסטו נישט אז ווען מען שרייבט ראב"ד , דאס מיינט פאליטיק, פון וועם האט ער דען באקומען דעם טיטול? פון אפאר שותי שכר, נו אז מען שרייבט זיין ארגינעלען טיטול ווילסטו זאגן אז דאס מיינט געשפילט פאליטיק? אתמהה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2008 22:53 לינק ישיר 

איך האב נאך אזעלכע בהמות נישט געזען. דאס איז א פאלשע צעטל? דאס איז דער ריכטיגער צעטל? דער פאלשער צעטל איז דארט וואו ס'איז געשטאנען געשריבן ביי וויליאמסבורגער רב אב"ד סאטמאר-הופער. לויט ווי איך דענק האט דער חשוב'ער וויליאמסבורגער רב זיך נישט אונטערגעשריבן אלס אב"ד סאטמאר הופער. אלזא, דאס איז דער אמת'ער צעטל און יענץ איז דער פאלשער צעטל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/7/2008 22:46 לינק ישיר 

אויב דאס איז א פאלשע צעטל צו שפילן פאליטיק וועגען סאטמאר זענען דער בלאט עתיד ליתן את הדין. אז מען נעמט אזא וויכטיגע אישו פאר פאליטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2008 22:33 לינק ישיר 

און פארוואס מעגן די ארונים יא שפילן פאליטיק ביים שרייבן אונטער ר' ישראל חיים מנשה סאטמאר-ראדני  הא?? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/7/2008 20:21 לינק ישיר 

ב"ה די רבנים האבן זיך נישט דערשראקן פון זיינע סטראשונגען און נישט אפגעקויפט זיינע שקרים און זיינע שטותים און לאקשען.

ער האט זיך אוודאי נישט גערעכנט אויף אזא מערכה קעגן אים. נאכדערצו פון אזויפיל אנערקענטע רבנים און דיינים פון אלע שיכטן און קרייזן, און כלל ישראל בעט זיך ביי די רבנים וואס פעלן נאך אז זיי זאלן וואס פריער אויך אונטערשרייבן צו דעם קריטיש וויכטיגן קול קורא.

אין דא זעהט מען נאכאמאל וואס א ליגנער ער איז, ער האט דאך געזאגט נעכטן אז קאסוב'ער רבי האט אים געזאגט אז ער ציט צוריק פון זיין חתימה. אויך ב"ה אז הגה"צ רבי מיכל שטיינמעטץ שליט"א האט זיך נישט דערשראקן פון זיינע שמוץ שטראשונגען, אבער ליידער זעהט אויס אז זיינע לחץ אויף כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אז ער וועט ארויסלאזן שמוציגע מעשה'ס אויף אים און זיינע חסידים, האט יא געהאט א רושם.

אויך זעהט מען אז די רבנים ווייסן גאנץ גוט וויפיל מקואות ער האט שוין געבויט........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2008 17:53 לינק ישיר 

דאס האב איך גענומען פון

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2440256&forum_id=771




תוקן על ידי גאסט ב- 03/07/2008 17:53:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2008 17:03 לינק ישיר 

אזוי לאנג ווי די אלע א. ג. עסקנים לויפן ארום און שפילן פאליטיק האט שוין ב"ה רבינו שליט"א ארויסגעגעבן א שארפן בריוו קעגן די האטליינס

זע אנדערע אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2008 14:51 לינק ישיר 

אויב זיי מאכן פון דעם א פאליטיק איז אפשר כדאי בכלל צוריק ציען די גאנצע חתימה פון וומסב''ג'ער רב זאלן זיי זיך אליין באדן אין זייער שמוץ ורפש .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די פאליטיק ארום נחומ'ס קול קורא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext