בית פורומים כל העולם כולו

איז נחום'ס מטרה טאקע מחטיא צו זיין מיט מנבלות?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/7/2008 00:35 לינק ישיר 
איז נחום'ס מטרה טאקע מחטיא צו זיין מיט מנבלות?

טאקע???

COME ON

פארוואס דארף מען איבערטרייבן און גיין מיט שקר און מוציא שם רע?

איך קען פארשטיין אז די עצם האט-ליין טויג נישט און ס'שעדליך פארן חינוך ויהדות, אבער וואס געבט די רעכט צו גיין באשולדיגן א מענטש אויף אזא הארבע זאך אז ער זוכט צו מחטיא זיין את הרבים און זוכט דוקא צו מטמא זיין דעם יוגנט מיט ניבול פה, מהיכי תיתי לן? איך קוק עס אן כמו שהוא: נחום רז"ב רעדט זיך איין אז ער איז דער איינציגער וואס זעהט איין לשיטתו פיל מיט שרעקליכע פירצות, אלטע בחורים, ישיבות, מקוואות, שחיטה, וכדומה וכדומה, און ער האט גענומען א פארקרומטע מיטל צו מתקן זיין די אלע פירצות.

די אלע איבערגעטרייבעכצער שלאגן נאר צוריק ווייל יעדער מענטש ווייסט בעומק לבבו אז נחות איז נישט קיין שד, נישט קיין שטן, נישט קיין ירבעם בן נבט, נישט קיין מנובל, ס"ה איז ער א קריאזער מענטש וואס טוט פארקרומטע זאכן וואס לשיטתו האלט ער אז ער טוט אויף פאר אידישקייט...

עטס געדענקט ווען דער לעצטער סאטמארער רבי האט געזאגט אויף די בני יואל אז זיי זענען ווערימיגע קינדער וואס וועלן זאגן הלל ביום עצמאות? ווי איז ער אנגעקומען דערמיט?

דאס איבערטרייבן מאכט נאר חרוב...כל המוסיף גורע...




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/7/2008 21:59 לינק ישיר 

קודם כל נישט יעדער שלאגט זיך ארום, רוב רבנים שלאגן זיך נישט ארום. והא ראי' אז אלע האבן זיך פאראייניגט אונטערצושרייבן א קול קורא קעגן דיר.

און אפילו יא פארוואס דארפסטו עס מאכן ערגער איז עס דען נישט גענוג געפערליך אזוי אויך?

און דריטנס, כ'מיין זאלסט אנפאנגן צו שרייבן אין אידיש, עסטו נישט דארפן א גאנצע צייט נאכקוקן די ספעלינג און ספעל טשעק, און וועסט קענען שנעלער ענטפערן.



תוקן על ידי פלונימבפ ב- 09/07/2008 22:06:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/7/2008 18:27 לינק ישיר 

כללטוער You said
יעדע רב אדער רבי אדער ת"ח וואס האלט אנדערש ווי דו, מאכסטו חוזק און ביסט מבזה
I am sorry this is exactly what are Rabbis are doing to each other, don't you agree



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/7/2008 17:33 לינק ישיר 

עבד עברי, וואס מער דו רעדסט ווייזטו זיך מער ארויס, דיין חוזק מאכען פון יעדע אידישע מערכה, אנגעהויבען פון די מלחמת קודש פון פון רבינו הגה"ק בעל דברי יואל זי"ע מיט ציונות וגירוריהן, ביז יעדע מערכה קטנה אויף קדושה וצניעות, די תורה איז ביי דיר א ליצנות און אידישקייט איז ביי דיר א דזשאוק, איין עבירה איז ביי דיר דא, נאר שרייען שבת, חוץ מזה איז אלעס כשר וישר, ווען איינער פירט א מערכה אז מ'זאל גיין געקליידעט צניעות'דיג (ניין, ס'איז נישטא דארט אויף די צעטלעך און קול קורא'ס קיין ניבול פה און קיין גיעול נפש) חוזק'סטו אפ פון אים, יעדע רב אדער רבי אדער ת"ח וואס האלט אנדערש ווי דו, מאכסטו חוזק און ביסט מבזה, דו דערמאנסט אונז פון די אלטע משכילים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/7/2008 06:52 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/7/2008 00:42 לינק ישיר 

דער ליובאוויטשער שייגעץ ומשיח שקר - היינט צו טאג איז קיינער נישט מחולק אויף דעם

דער קלאצענבארגער גלח - נישט צופיל ערנסטע מענטשן האבן אים אזוי גערופן, נאר אפאר אפגעריסענע "נחום ראזענבערג'ס"

דער בעלזער נעאלאג - ער האט טאקע גערעדט אויפ'ן חתם סופר, אויפ'ן ויואל משה, און אויך אויפ'ן בית דין הגדול, נו האט מען צוריק גערעדט אויף אים. און היינט האט ער זיי שוין איבערגעבעטן האלב וועגס, און מ'רופט אים שוין טאקע נישט אזוי.

מעכל לעבאוויטש שבתי צבי  - יעדער ווייסט אז דאס איז פשוט געווען א משפחה קריג.

עובדיה יוסף ימ"ש - איך האב קיינמאל נישט געהערט איינעם זאגן ימ"ש אויף אים, און אויף קיין שום איד, אויף היטלער זאגט מען דאס (אפילו אויף דיר זאג איך נישט ימ"ש, כ'האף וועסט האבן א תיקון אין נעקסטן גלגול)

הרב שטייינמאן פאי - 10 אזעלכע משוגעים ווי די האבן געמאכט א נער'ישע פראטעסט.

רבי משה פיינשטיין עם הארץ וקל - קיינער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, מ'האט אלעמאל געזאגט אז אונז האב מיר מחלוקה מיט אים בהלכה אבער קיינער האט נישט געזאגט אז ער איז אן עם הארץ.

אלע איבריגע זענען פושט הוילע שטותים וואס אפאר יונגלעך האבן אויפגעמאכט אדער אפאר עקסטרעמע סאטמארער אזוי ווי דיר, וואס האבן געמיינט איז דער וועלט איז זייערס.

חוץ די וועלכע האבן זיך אנגעהויבן מיט סאטמאר א פריוואטן סכסוך, האבן אפאר סאטמאר בהמות געמאכט נעמען אויף זיי.

עכ"פ מ'טאר נישט אזוי רופן רבנים, אויף קיין שום פאל, אפילו ווען ס'איז א סכסוך.

אבער די נחום, האסט א חוצפה צו מאכן עקעלדיגע נעמען אויף יעדן איינציגן גדול בישראל, דער ליסט פון די גדולים פון וועם די האסט חוזק געמאכט און גערופן נעמען איז אסאך סאך סאך גרעסער ווי די האסט געשריבן דא.

די עקעלדיגע שוטה און בעל גאוה, גיי צוריק פון ווי די קומסט (משוגעים הויז) און לאז אונז צו רוה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 23:56 לינק ישיר 

קוק וואס עס שטייט אין א אנדערן אשכול

וואס פאר חינוך קען מען געבן פאר די קינדער אויף די גרעסטע מצוה אין די תורה ואהבת לרעך כמוך וואס הלל הנשיא האט געזאגט פארן גר "זה כל התורה  כולה" ואידך און די איבריגע מצוות זענען נאר א פירוש אויף דעם . און אז דער עיקר איז ביי זיי גארנישט . וואס קען שוין זיין?

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2443021&forum_id=16386

די צעטלעך וואס קלעבן אויף אלע פאולס . אז די  די פרויען  זאלן זיך נישט אראפבייגן מיט די געפאסטע קליידער . אדער די טמנא ביכלעך פון דעם טמא גנב גרינבוים וואס  עס איז דא אין אלע בתי מדרשים וויא עס שטייט אז א צוויי טיילען סקירט טאר מען נישט אנטון ווייל מען בייגט זיך וכדומה. פול מיט חאזיריי און מנוולות. דאס מעג הענגן אויף די גאסען און דאס מעגן יונגלעך און בחורים זעהן.
דאס איז נישט מנוולות.?   דאס איז דאך א גיעול נפש א עקעל און א גרויל

ער גרינבוים און קלאר איז דער קנאי. ווייל ער טאנצט מיט די אינטערעסן פון די פארטיי
אבער נחום ווייל ער איז קאנטערווערסל און גייט זיך אויף אייגענע ליניע . דעמאלס איז ער נישט א קנאי נאר א מנוול.


נאכאמאל.

דער ליובאוויטשער שייגעץ ומשיח שקר
דער קלאצענבארגער גלח
דער בעלזער נעאלאג
מעכל לעבאוויטש שבתי צבי
עובדיה יוסף ימ"ש
הרב שטייינמאן פאי
רבי משה פיינשטיין עם הארץ וקל
רבי מנשה קליין . משנה הלכות
רבי יחזקאל ראטה. ווענדעט זיך וועלכע צייט איינמאל א מלאך און איינמאל א גלח
רבי פישל הערשקאוויטש. א סתם לינקער
דער פאפער ויחי יוסף   א אפגעריטסענער וושט קראצער א שוטה
דער צעלימער רב מגדלות מרקחים . מאכיל נבילות וטריפות
דער קאשויער רב. מיט א טיפש שרייבט מען נישט אונטער אפילו עשרת הדיברות
דער קירלהאזער. קרית חזיר
דער ערלויער. נישט חתם סופר נישט כתב סופר נישט חשב סופר נאר טעות סופר
דער וויזניצער בעל אמרי חיים . חמו"ר .
רבי מאטעלע וויזניצער. מען דארף שטעלן א פייפער
דער סקווערע רבי הגה"ק זי"ע. מאי קאלהרעש
הרב הגאון אלישיב . א קוקניק
דער סקאליער רבי. סטרא אחרא שדים
דער סאמבאטהעלי. א טמאניק געגאנגן צום טמענעם כותל
דער סאטאנער. א טריפה פיסק מען האט עהם געשיקט שביעי של פסח א טראק ברויט
דער וויינער רבי עזריאל יודא.  סתם א פשוטער בעל גאוה.
הרב לאנדעסמאן . א בי"ד חצוף
נאווערדיקער בי"ד . א פאר אפגעריסענע אלטע פערד.
הרב לייטנער א פגום
הרבי מקרית יואל. א קשר בוגדים א סורר ומורה א משכיל.
הרב וואזנער . א פוסח על שתי הסעיפים. רעכטס און לינקס
יאקא דזשאקע
דעם ברך משה. דארף מען מפנה זיין.
נחום האט געדזשאינט דעם קלאב. ער איז שוין אויך צווישן די אלע אפיקורסים און מנוולים

נאר די וואס קלעבן די אומווערידיגע צעטלעך וואך נאך וואך פונקטליך אלע מלבושים פון די פרויען די זענען די קנאים

והוקע אותם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2008 23:55 לינק ישיר 

עבד, פון וואו ווייסטו אזוי אלע אינסייד אינפארמאציע פון נחום???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-8/7/2008 23:24 לינק ישיר 

יא, יא, איין עבירה איז דא אין די תורה, שרייען שבת.. אלע אנדערע איסורים זענען ביי דיר פיין, די גאנצע תורה איז ביי דיר כמאן דליתא, ס'איז גוט אז דו ווייזט ארויס דיין פרצוף

דער מנוול אויפען האטליין וואס איז חוטא ומחטיא טויזענטער בחורים און יונגעלייט מיט זיין ניבול פה וואס גייט אריין ווי גיפט אין די אומשולדיגע הערצעלעך, און וואס איז מבזה בוקר וערב אלע גדולי ישראל פון אלע קרייזען פונקט ווי די אלטע משכילים, דאס איז ביי דיר נישט קיין פראבלעם,

מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ה' גם שניהם




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2008 23:11 לינק ישיר 

לכבוד שיע550 היקר
זאג זשע וועלכעס איז א גרעסערע עבירה? רעדן אדער הערן מנוולות. אדער רח"ל טוהן מנוולות

אז מען לאזט צו מלמדים און מחנכים און מקוה גייערס טוהן מנוולות (לפי שיטת נחום) ואין פוצה פה ומצפצף . דאס איז נישט קיין עבירה? נאר די איינע גמרא וואס דו ברענסט דאס איז א עבירה וחסל.

און אז יונגלעך און בחורים קוקן צו וויא יונגעלייט גייען נאך פרויען אשת איש און שרייען זיי אין פנים אדער פון אונטען יעדען שבת. דאס איז גוט פארן חינוך? דאס איז גארנישט?  

די בכלומערשטע עסקנים וואס זענען געגאנגן נעמען חתימות קעגן נחום די זענען דאך די גרעסטע מנוולים וואס זיי שרייען נאך פרויען און זיי וייסן פונקטליך וועלכע פרויען טראגן שבת און וועלכע גייען אין וועלכע צייט פונקטליך אויף די גאס.

און בכלל וואס הייסט איך האלט מיט נחום אדער נישט?

נחום גייט ווייטער רעדן אויף זיין האט ליין בכל תוקף ועוז כמאז ומקדם להחזיר עטרה ליושנה מימים ימימה ומדור דור. אדרבה ער גייט נאך מוסיף זיין נאך א האט  ליין וויא רבנים און עסקנים  גייען דארטן רעדן און אויפקלערען דעם עולם. סיי וועגן די טריפהנע טורקיס וואס ר' הלל וויינבערגער האט פאריגע וואך מאכיל געווען הונדערטער יודן יראים ושלימים און עס איז ליידער פארקויפט געווארן אין סאטמארען בוטשער 82 ליע עווע. מיטן הכשר פון ממליחה ואילך. און פון דעם איז געמאכט געווארן היימישע טורקי ראלל טרייפענע.
און אויך וועט דער האט ליין נישט פארשווייגן די פינסטערע מנווולים באיצטלא של קנאות וואס שרייען נאך יענעמס פרוי אהנע בושה והוקע אותם . דער האט ליין וועט זיך נישט אפשטעלען נאר עס וועט נאך פארברייטערט ווערן.
און ווילאנג די שטריקעס וועלן נישט ארויסקומען אפען אין דרשות אדער צעטלעך און מודה זיין אז דאס נאכשרייען פרויען איז א עבירה.און א שרעקליכער פארברעך קעגן די תורה און קעגן מענטשהייט
 און עסן טריפות בחזקת כשר איז אויך א עבירה אפילו לשיטת סאטמאר.. ועט זיי גארנישט העלפען און דער האט ליין וועט שטורמען מקצה העולם ועד קצהו

אדרבה עס גייט יעצט ארויסקומען א ספר פון ר' נחום אויף הלכות מקוואות דף על דף סעיף על סעיף מיט בקיאות נפלאה און מיט הערליכע בילדער באצירט מיט די הסכמות פון די אמתדיגע גדולי הרבנים שליט"א . און ירא הקהל וישפוט
עטץ שרייטץ אז נחום פארשפרייט מנוולות בדיבור. און אונדז שרייען מיר אז עטץ מיט ענקערע מנהיגים נועמי המדות פארשפרייטס מנוולות ממש עס האטץ מחלל געווען קדושת ישראל . און פארדארבען אונזער יוגענט אזוי וויא דעם שאפראנער זון שייגעץ וואס לערנט אויס יונגע בחורלעך בעל כרחם נאכצושרייען מיידלעך און פרויען. בושה תכסה פניכם.
נאכאמאל. דער האט ליין אדער די נייע צוויי האט ליינס זענען נישט קיין פרעסטראק אדער גל פז . וואס מען האט געקענט אונטערברענגן נאר דאס איז אזוי א כח וויא די בעלזע חסידים אדער ניקלשבורג . וואס דאס איז אויפגעבויעט לשם שמים מפרסם מאכען די פארדארבענע פארשטעלטע מזוייפים וואס זענען עושה מעשה זמרי. הייסן בחורים נאכשרייען פרויען און זענען מאכיל טריפות. 
ומבקשים שכר כפינחס.  און מאכן זיך נאך פאר רבנים און חתמענען איסורים קונמות וחרמות
מיר וועלן אייך איבערלעבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2008 22:00 לינק ישיר 

ס'איז נישט אזוי גלאטיג.. אבער ס'איז זיכער אז מיט מער צייט וואלט מען געהאט יענע רבנים אויך, מ'האט זיך געיאגט אז ס'זאל נאך קענען אריין אין בלאט זענען ארויסגעבליבען געוויסע חתימות וואס מיט נאך אביסעל געדולד וואלטען זיי מסכים געוועזען צו חתמ'ענען

בדרך אגב, קוק גוט וועסטו דאך טרעפען אפאר חתימות פון רבנים וואס זענען פארען עירוב




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/7/2008 21:35 לינק ישיר 

זיכער זענען זיי נישט געגאנגן צו זיי, ווייל ווי נישט איז עס געווארן אנגעפירט דורך חברה וואס האבן ליב אריינצולייגן זייער אינטערעסן אנשטאט אינזין צו האבן אז דער ענין וואס זיי טוהן, זאל האבן די גרעסטע הצלחה, און די בעסטע רעזולטאטן,, ס'איז א שאד אז אפאר נארמאלע מענטשן האבן זיך נישט אריינגעשטעלט אין די מערכה, און מאכן זיכער צו נעמען חתומות פון יעדן איינעם בלי יוצא מן הכלל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 21:28 לינק ישיר 


עבד  עברי זאג: איך האב אין אכט גענומען אז קיין רב אדער דיין פון די מתירי העירוב איז נישט אינטערגעשריבן אויפן קול קורא קעגען נחום.
 
איז דאס ווייל מען איז נישט געגאנגן צי זיי, אדער זיי האבן א יד אחת מיט נחום ווייל איז פארן עירוב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 21:28 לינק ישיר 

ווי קומט דא אריין בעלז מיט ר' מיכל לעבאווטש דאס זענען געווען פאליטישע זאכען פון סאטמאר.

דא קומט סאטמאר נישט אריין, דא איז אלע קרייזען ווי ווערן צוזעצט ווי אזוי זייערע קינדער הערן די ניבול פה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 21:20 לינק ישיר 

נישט דער בעלזא און נישט לעבאוויטש, האבן געטוהן אזעלכע שגץ שטיק ווי נחום, דורך רעדן אזעלכע מנוולות.

און נחום איז דער וואס פאנגט אן יעדע מחלוקה מיט יעדן רב, נישט פארקערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2008 20:54 לינק ישיר 

tאמר רבי חנן בר רבא: הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה, אלא כל המנבל פיו אפילו חותמין עליו גזר דין של שבעים שנה לטובה - הופכין עליו לרעה

אמר רבה בר שילא אמר רב חסדא: כל המנבל את פיו - מעמיקין לו גיהנום, שנאמר (משלי כב) שוחה עמקה פי זרות. רב נחמן בר יצחק אמר: אף שומע ושותק, שנאמר (משלי כב) זעום ה' יפל שם

האסט נישט מורא צו זיין א שומע ושותק רחמנא לצלן?


תוקן על ידי shia550 ב- 08/07/2008 21:25:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איז נחום'ס מטרה טאקע מחטיא צו זיין מיט מנבלות?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext