בית פורומים כל העולם כולו

ר' נחום גייט אהן מיטן פולן שוואונג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/7/2008 10:21 לינק ישיר 
ר' נחום גייט אהן מיטן פולן שוואונג

ווער עס האט זיך איינגערעדט אדער געוואלט יענעם איינרעדן אז נחום'ס האט ליין וועט זיך פארמאכן ווייל עטליכע רבנים האבען אונטערגעשריבן  א קול קורא און עטליכע צייטונגען האבען געמאכט פון די אונטערשריפטן א פאליטישן שוישפיעל . מיט לייגען  נעמען ארויף און נעמען אראפ..(  זה פוסל דיינו של זה וזה פוסל דיינו של זה הצד השווה שבהם ששניהם פסולים. 
קול קורא שביטל מקצתו בטל כולו.)  
דער האט געמאכט א ביטערן טעות. ווייל לא די  אז ער האט נישט פארמאכט זיין האט ליין איז ער נאך ארויסגעקומען מיט אומזיסטיגע פירסום און אדוועטייזמענט מקצה העולם ועד קצהו.  און די רבנים האבען שוין אויסגעשאסען זייער לעצטע באמבע. און מער קענען זיי שוין גארנישט טון און ער וועט ווייטער קענען רעדן וויפיעל ער וויל..

האט דען א צעטל אדער א קול קורא בכלל אמאל געהאלפן.

ווען עס איז ארויסגעקומען דער זייגער און מען האט אין א שול אויפגעהאנגען א זייגער.
איז דא א קול קורא און א איסור חמור פון פופציג רבנים אז מען טאר אין אזא שול נישט דאווענען . האט דאס דען געהאלפן.

און דער באקאנטער איסור חמור קעגן מאכען א מייידל סקול בכל אופן שהוא  זאת התורה לא תהא מוחלפת ..האט דען געהאלפן

און קאשויער רב'ס  ז"ל איסור מיט פערציג גדולי הרבנים קעגן פרויען און מיידלעך ארבעטין אין א אפיס .(נישט מכח יחוד)  האט דען געהאלפן אפילו אין סאטמארער אפיס ארבעטין דאך פרויען.

און ווען עס איז ארויסגעקומען א הארבער איסור צו מאכען א פילטער אין אפילו אין א מענער מקוה. איז דען דא איין מקוה וואס האט נישט קיין פילטער . אפשר אין ראדני סטריט. אלע רבנים האבען דאך אזוי שארף אונטערגעשריבן

און ווען דרייסיג רבנים בראשם מיטן רבין זי"ע האבען אונטערגעשריבען אז דער זמן מוצש"ק איז נאר נאך 72 מינוט כשיטת רבינו תם מדאורייתא. האט זיך דען רבי מאטעלע וויזניצער רבי שליט"א געמאכט צוטון פונעם קול קורא. ער איז דאך דעמאלס בשנת תשי"ד געווען סך הכל א יונגערמאן פון 31 יאר. .
איך רעד שוין נישט פון די איסורים אויף אביש שייגעץ (הגה"צ אב"ד קראלי אביו של הרה"ק רבי הערשעלע ספינקער זי"ע)
וואס איבער 40 רבנים זענען געווען אונטערגעשריבען
אדער די איסורים אויף בעלז וויא 93 רבנים זענען געווען אונטערגעשריבען אז ער איז ככל מהרסי בית ישראל ערגער וויא יוזל און שבתי צבי
אדער די איסורים קעגן ניקלסבורגער רבין אז ער איז ממש שבתי צבי
אדער די ווערטער אז הגאון ר"מ פיינשטיין איז א עם הארץ וואס מען קען עס הערן אויף די טעיפ צו רבי נתן יוסף ז"ל. נישט פון פון עטליכע סאטמארע בהמות נאר ........ וויא מען הערט אויך אז די בחורים מעגן דאס הערן און וויסן.
מען קען באקומען די טעיפ ביי ובלכתך בדרך.

אדער די הארבע איסורים קעגן די בני יואל. (בני המן)
אדער פארקערט די איסורים קעגן דעם פובליק  סקול האבען דען עפעס אויסגעמאכט. האט דען דער רבי פון קרית יואל שליט"א נישט מער קיין פובליק סקול ווייל רבנים האבן געשריבן א קול קורא אז עס איז עבודה זרה ממש.
אדער אפילו דער איסור קעגן עירוב וואס רוב רבני העיר האבען מכלומערשט אונטערגעשריבען אפילו אין בארא פארק. העלפט דאס דען? אין בארא פארק טראגט דאך רוב ציבור און דא אויך ווער עס וויל טראגט ממילא אהנע שום גילטי קאונטשעס. נאך א סאך ווייניגער  גילטי קאונטשעס וויא דער וואס עסט בהמה פלייש וואס קאשויער רב האט דאס געאסערט עד ביאת גואל צדק.

נאכאמאל. נאכן איסור אויף דעם געאסערטן בלאט איז דען דער בלאט בטל געווארן?
איז דען נישטא קיין זייגערס אין די שולען און בתי מדרשים?
איז דען נישטא קיין פילטערס אין די מקוואות?
איז דען נישטא קיין מיידל סקולס?
האלט דען וויזניץ און ווין שיטת רבינו תם אפילו מוצש"ק?
איז אביש שייגעץ געבליבן א שייגעץ?
איז בעלז געווארן אויס. אדער האבען זיי זיך אפגעשניטן בארד און פאות און אויסגעטון די שטריימלעך ח"ו?
האט ניקלשבורגער רבי אויפגעהערט צו פירן רעביסטעווע וועגען די אלע קול קוראס?
איז רבי משה פיינשטיין פארבליבן ביים כלל ישראל וויא א אויסגעשפילטער עם הארץ אדער מגדולי האומה א רשכבה"ג?
זענען די בני יואל געווארן אויס. אדער זיי האבען פארמאכט זייערע מוסדות  ווייל עס איז געווען א איסור און א שטארקער טעראר קעגן זיי?
איז דען נישטא מער קיין פובליק סקול אין קרית יואל. ? און איז דען דער וויזניצער רבי שליט"א נישט געקומען צו די חתונות פון זיין נעפיו קרית יואל סאטמארער רבי  אפילו ער האט געשריגען און אונטערגעשריבען אז ער איז א עובד עבודה זרה ממש.

צו ווייל עטליכע רבנים האבען געהייסן מאכען א ברכה לבטלה מיטן מאכען עירוב חצירות וועגן פאליטיק צוועקן . איז דען כלל ישראל משוגע צו זינדיגן און מוציא זיין שם שמים לבטלה. וועגן א פאר רבנים ווילן שפילען פאליטיק

איז דען נישטא גענוג טראגערס יעדע וואך. און ווען נישט די משוגענע געשרייעכצער וואלט דאך די גאס געווען פול מיט טראגערס. אף על פי עס דא א געפערליכער איסור מיט א קול קורא.
נו! וואס העלפט דען א קול קורא?
בפרט אז דער גאנצער קול קורא שפילט ארום פאליטיק שפיעל. . די וואלף מיט די שעפעלע מיט די קעז קענען נישט זיין צוזאמען.
חדלו הרע. שרייט דער נביא ענדערש הערטץ אויף צו טון שלעכטע מעשים. אשרו חמוץ זייטס מחזק דעם בארויבטן די אומנשולדיגע שעפעלעך וואס די באנדיטן האבען מטמא געווען לא עלינו . נישט אשרו חומץ. ח"ו צו געבן כח פארן רויבער . און פארשווייגן זיינע עוולות. השם ישמרנו מדעות נפסדות כאלו. ונזכה להתגלות כבוד שמים עלינו במהרה אמן





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2008 19:29 לינק ישיר 

איך האב דאס גענומען פון אן אנדערן אשכול, אדרבה ר' עבד עברי ענטפערט אדער פארענטפערט אייך.

עבד עברי טייערער: קום'זשע נאר אהער, לאמיר זיך אביסל דורכשמועסן

ליינענדיג אייערע ווערטער בין איך געווארן אינגאנצן אנטוישט פון דיר, הזאת עבד עברי? ווי פאסט דאס פאר חכם, ותלמוד חכם, שכמותך צו רעדן אזעלכע שטותים והבלים? ביסטו אראפ פון זינען, ביסטו א קינד אדער סתם נער?

זייט ווען זענען אזעלכע הוכחת א ראי' צום אמת? זייטן חטא פונעם נחש הקדמוני האבן אלעמאל עקזעסטירט אויף דער וועלט צוויי צדדים; פון איין זייט איז אלעמאל געשטאנען דער צד הטומאה אויסגעשטרעקט מיט אירע שפיזן און אריינגעשניטן טיף טיף ביז אין דער צד הקדושה אריין, ווען צו דער זעלבער צייט האט זיך די צד הקדושה אלעמאל אפגעגעבן להוציא חרב מתערה אפצושלאגן מיט וואס מ'קען נאר די צד הטומאה. (די שאלה איז נאר אלעמאל געווען ווער ס'איז די צד הקדושה און ווער ס'איז די צד הטומאה...).

זאגט נאר, ר' עבד עברי, טייערער:

*זענען דען די קראים וצדוקים באלד אונטערגעגאנגען ווייל די חכמינו ז"ל זענען ארויס מיט א מלחמת חרמה קעגן זיי?

*זענען דען די חכמי הפיליסופים באלד אונטערגעגאנגען ווייל דער רשב"א האט ארויסגעגעבן א קול קורא קעגן זיי?

*זענען דען די שבתאים ימ"ש אזוי שנעל אונטערגעגאנגען ווייל די צדיקי הדור האבן לוחם געווען קעגן זיי?

*איז דען די פארשאלטענע השכלה אזוי שנעל אראפ פון די מאפע ווייל די צדיקי הדור בימים ההם זענען ארויס קעגן דעם במלחמת חרמה?

*זענען דען די נעלאגן אונטערגעגאנגען בימים ההם ווייל די תלמידי החתם סופר האבן זיי פארשריגן מיט חרמות איסורים און קול קורא'ס?

*זענען דען די ציונים למיניהם אונטערגעגאנגען ווייל צדיקי הדור האבן געקעמפט קעגן זייער רעיון מיט ציין און נעגל?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/7/2008 14:38 לינק ישיר 

דער חילוק איז, אז די אלע רבנים וואס די האסט אויסגערעכנט זענען דאך באמת תלמידי חכמים און אויס תלמיד חכם קען מען נישט ווערן אזוי שנעל,, אבער די נחום ביסט דאך טאקע א פראסטע עם הארץ.

איז לאמיר האפן אז די כלל ישראל וועט זיך אונטערווארפן אונטערן רוף פון די גדולי תלמידי חכמים בדורינו, און נישט אונטער א צווילדעוועטן משוגענעם, וואס רעדט זיך איין אז ער קען הלכות מקואות.

און בעז"ה מער נישט אויסהערן דעם שמוציגן האט-ליין, ביז דער נאמען "נחום ראזענבערג" וועט פארגעסן ווערן פון כלל ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' נחום גייט אהן מיטן פולן שוואונג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext