בית פורומים כל העולם כולו

אבאמא איז אראפ פון זינען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/7/2008 01:10 לינק ישיר 
אבאמא איז אראפ פון זינען

ביי זיין קנאקעדיגע רעדע אין בערלין האט אבאמא אינמיטן פראקלאמירט א שטעלונג וואס האט ביז היינט געהערט צו די גרעסטע פאנטאזירער צווישן די לינקע ליבעראלן, נעמליך "א וועלט פריי פון נוקלעארע וואפן".

ס'איז אן אלטער חלום ביי לינקע פאציפיסטן אז ס'וועט זיי געלונגען צו ברענגען אן אפמאך צווישן אלע נוקלעארע לענדער אז זיי זאלן גענצליך פארניכטן אלע זייערע נישט-קאנווענציעלע וואפן זאפאסן און באפרייען די וועלט פון נוקלעארער שרעק. אויב אמאל איז עס געווען קאנצענטרירט צו אמעריקע און רוסלאנד, וואו מ'האט זיך נאך אפשר געקענט איינרעדן אז א טויש אין די אומשטענדן וועט ערמעגליכן אזא סארט עררייכונג, איז היינט צו טאג - זינט פאקיסטאנ'ס קהאן, סיריע'ס אטאמישער רעאקטאר, און על קאידא'ס נאכאנאנדער פארזוך צו שאפן מאסן פארניכטונג וואפן - די איינרעדעניש אז די וועלט וועט אמאל באפרייט ווערן פון דעם פראבלעם געבליבן נאר אין האליוואוד מואווי'ס און צודרייטע פאנטאזירער ווייט אויף לינקס.

אין מיינע אויגן איז די ערקלערונג פון אבאמא אז ער וועט ארבעטן אויף א וועלט פריי פון נוקלעארע וואפן נישט קיין אנדייטער אז ער איז אומערפארן אדער לעבט אין חלום-לאנד, נאך אלעם איז אבאמא נישט אזוי צודרייט, איך קוק עס מער אן ווי א אפענער פרואוו צו פארקויפן פאר די וויילער, ספעציעל די לינקע, סיי וואס זיי גלייכן צו הערן אבי ער זאל באקומען זייער שטיצע.

וועלן מיר זען אויב די אבאמא-פארליבטע מידיא וועט אויפשפילן די דאזיגע נארישע ווערטער.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/7/2008 13:25 לינק ישיר 

מרוח גוט געזאגט

_________________

 
 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/7/2008 09:32 לינק ישיר 

זיסקייט האסט זייער זיס ארויסגעשריבן פארוואס אבאמא איז א שוואכער פירער ווען די שרייבסט אז 'זיין דרשה איז געשריבן געווארן דורך די בעסטע רעדע שרייבערס נאכ'ן טאפן דעם דופק און דורכפירן פאולס צווישן דעם פאלק.'

א שטארקער פירער האלט זיך צו זיין שיטה אין מיינונג צו עס איז פאופולער צו נישט.

א שוואכער פירער זיכט צו געפעלן פארן עולם און טוישט מיינונגען לויט ווי די ווינט בלאזט און טוט גארנישט אויף למעשה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/7/2008 07:04 לינק ישיר 

יא יא דא האט ער געהאט א גלאז ווי ער האט געזעהן דערין וואס ער דארף זאגן משא"כ אין ירדן יעדע האלבע ווארט איז געוועהן אהה עההה אההה עההה אזוי כמעט 8 מינוט פון זיין פרעס קאנפרענס איז געוועהן אאההה עההה און אויב איינער וויל הערן די 8 מינוט פון אההה עההה קען בעטן אין אישי...
ראש ליבמו טשארדשט געלט פאר די קליפ איך נישט...

_________________

 
 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/7/2008 06:37 לינק ישיר 

אבאמא איז דירעקט א חכם מחוכם. ער הייסט דירעקט א קלוגער מענטש.

ער איז געווען דער ערשטער שווארצער צו זיין אן עדיטאר פון דעם הארוואד לאו ריוויו, וואס נאר די קלוגסטע סטודענטן פון הארווארד יוניווערזיטי באקומען דעם כבוד.

ס'איז אנגענומען אז אלע עדיטארס פון דעם הארווארד לאו ריוויו ווערן סופרים קאורט ריכטערס אדער גרויסע דזשאדזשעס, און אין אבאמא'ס פאל, דער קומענדיגער פרעזידענט.

בכלל האט ער דעם בעסטן און גרעסטן פאליטישן סטעף וואס א פרעזידענט קאנדידאט האט נאר אמאל געהאט. זיין דרשה איז געשריבן געווארן דורך די בעסטע רעדע שרייבערס נאכ'ן טאפן דעם דופק און דורכפירן פאולס צווישן דעם פאלק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אבאמא איז אראפ פון זינען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext