אבאמא איז אראפ פון זינען
ביי זיין קנאקעדיגע רעדע אין בערלין האט אבאמא אינמיטן פראקלאמירט א שטעלונג וואס האט ביז היינט געהערט צו די גרעסטע פאנטאזירער צווישן די לינקע ליבעראלן, נעמליך "א וועלט פריי פון נוקלעארע וואפן".
ס'איז אן אלטער חלום ביי לינקע פאציפיסטן אז ס'וועט זיי געלונגען צו ברענגען אן אפמאך צווישן אלע נוקלעארע לענדער אז זיי זאלן גענצליך פארניכטן אלע זייערע נישט-קאנווענציעלע וואפן זאפאסן און באפרייען די וועלט פון נוקלעארער שרעק. אויב אמאל איז עס געווען קאנצענטרירט צו אמעריקע און רוסלאנד, וואו מ'האט זיך נאך אפשר געקענט איינרעדן אז א טויש אין די אומשטענדן וועט ערמעגליכן אזא סארט עררייכונג, איז היינט צו טאג - זינט פאקיסטאנ'ס קהאן, סיריע'ס אטאמישער רעאקטאר, און על קאידא'ס נאכאנאנדער פארזוך צו שאפן מאסן פארניכטונג וואפן - די איינרעדעניש אז די וועלט וועט אמאל באפרייט ווערן פון דעם פראבלעם געבליבן נאר אין האליוואוד מואווי'ס און צודרייטע פאנטאזירער ווייט אויף לינקס.
אין מיינע אויגן איז די ערקלערונג פון אבאמא אז ער וועט ארבעטן אויף א וועלט פריי פון נוקלעארע וואפן נישט קיין אנדייטער אז ער איז אומערפארן אדער לעבט אין חלום-לאנד, נאך אלעם איז אבאמא נישט אזוי צודרייט, איך קוק עס מער אן ווי א אפענער פרואוו צו פארקויפן פאר די וויילער, ספעציעל די לינקע, סיי וואס זיי גלייכן צו הערן אבי ער זאל באקומען זייער שטיצע.
וועלן מיר זען אויב די אבאמא-פארליבטע מידיא וועט אויפשפילן די דאזיגע נארישע ווערטער.
 |
|
|