אז דו רעדסט שוין פון כשרות איז כדאי צו דערמאנען א גוט ווארט וואס איך האב נעכטן געהערט פון א יונגערמאן בשם יאנקל מיללער (ווי אלע ווערטלעך...)
ער זאגט אז עס איז א גרויסע שאד אז די Goji בערי ווערט געברענגט פון ווייט אוועק, אין די הימעלייען בערג, און אז די כשרות קומט פון ווייט אוועק ערגעצוואו אין די פארשטופטע אשדוד אין ארץ ישראל.
אויב וואלט די בעריס געוואקסן דא אין אונזער גארטן וואלטן מיר געוואוסט ווי געזונט עס איז, און אויב וואלט עס געהאט א הכשר פון עמרם ראטה וואלט מיר געוואוסט אז עס איז טאקע כשר...
נשלח ב-4/8/2008 13:50
גביר אדיר,
איך האף אז אין ווירקליכקייט ביזטו טאקע א גביר אדיר, ווייל אויב נישט אז אדיר במרום ה', נאר גאט קען דיר ארויסהעלפן מיט אזא ווייב.....
איך האלט אז ס'איז טאקע א גוטע ביזנעס פארן רב דיינער. לאז אים פארקויפן גאטשי זאפט און זאגן אז ס'איז כשר "פונקט ווי ביי דיר אינדערהיים".....
נשלח ב-12/8/2008 08:35
שמעתי אז די Star-K האט זיך אריינגעלייגט אין די פרשה און געוואלט ארויסגעבען א הכשר דערויף אבער הרב היינמאן (דער פוסק זייערער) האט נישט געוואלט מתיר זיין די אלע שאלות.
ווער ס'ווייסט זאל מודיע זיין די פרטים.
ס'האט איינער געזאגט אז רב ווייסמאנדעל טוט יעצט דערין, לאמיר זעהן וואס די חסידישע רבנים קענען...