דוב הייקינד - אביוז
און די נייעסטע שלב פון די אביוז מערכה וואס נחום ר"ב האט אנגעדרייט, האט דוב הייקינד איבערגענומען די מייק.
לכאורה, וועט ער זיין מער מוצלח ווי נחום, פשוט ווייל ער איז אן אלטבאזעסענע גערובענער דיפלאמאט, וואס קען גוט אלע צדדים פונעם שפיל.
נאך מער, ער איז נישט א מנוול. ער רעדט גאנץ אפן, אבער נאך'ן אויסהערן דעם גאנצן דרשה דעם מוצ"ש, בין איך געקומען צי די קאנקלוציע, אז ס'וואלט מיר אינגאנצן נישט געשטערט מיינע קינדער זאלן דאס אויסהערן. ער גיבט נישט קיינע רעיונות, אדער אדרעסן וכו'...
פון די אנדערע זייט, שיסט ער אויף די גאר היימיש'טע מוסדות, און ער טוט דאס מיט געניט. ער האט א שטאב פון פראפעשינעל'ס, וואס חוץ פון וואס זיי ברענגן די אייגענע עקספיריענס, צייגט ער מיט דעם אז ער טוט דא למעשה, און ער ברענגט ארויף גאר היימישע מענטשן וואס ס'מאכט גאר שווער נישט צו האבן מיטלייד.
לויט וואס איך האב פארשטאנען פון זיין דרשה, איז זיין עיקר ציל צו אויף דעקן מוסדות וואס שטיפן זאכן אין בוידעם אריין. און נאך מער, אויף צו קלערן דעם עולם זיי זאלן זיי באוויסנד פון דעם פראבלעם, און דאס מאכן אויס בושה צו רעדן דערפין.
ונזכה ונחיה
 |
|
|