איבערקערעניש אין קרית יואל
היינט האבן רעב ארוןס מוסדות אין קרית יואל פארקאכט א קאשע וואס וועט זיי טייער אפקאסטן.
די פענסי און איגאנארענט מחנה בית רחל הנהלה האט באשלאסן אז די מיידלעך דארט זענען שוין לאנג נישט געווען אויף א טריפ, וואס איז א געפערליכע זאך אין א קעמפ וואו ב. ס. פון טשיקאגא האט אריינגעברענגט אלע מאדערענע מיטלען אריינצוכאפן די מאדענסטע בארא פארקער מיידלעך, און וועגן דעם האט רעב ארוןס מוסדות געמוזט אוועקגעבן אלע זייערע באסעס פאר די טריפ און די קליינע מיידעלעך אין קרית יואל זענען געבליבן אן קיין באסעס!
נעכטן א גאנצען טאג האט געהייסן אז סגייט היינט נישט זיין קיין סקול פאר די קלענערע מיידלעך, אבער סאיז געווארן אזא איבערקערעניש אז אפילו די פארשטאפטע אויערן פון יענע חיהשע הנהלת המוסדות האט געמוזט צוריקציען, אנשטאטס האבן זיי געלאזט כמעט אלע קליינע מיידעלעך קומען אן קיין באסעס אין סקול, און זיי אהיימגעשיקט א שעה שפעטער, כדי די פענסי מחנה בית רחל מיידלעך זאלן חלילה נישט פארפאסן קיין מינוט פון ענזשוימענט אויף זייער מוראדיגע וויכטיגע טריפ.
משמועסט אז מרס. קאהן האט געהאט היינט טשעסט פעין נאכדעם וואס זי האט געהאט אויסצוזינגען די גאל פון אויפגעברויזטע מאמעס און א פארשטיינערטע הנהלה.
 |
|
|