בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: ברוקלין געריכט ווארפט ארויס אלע פארלאנגען פון די זאלי'ס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/8/2008 23:30 לינק ישיר 

די גאנצע אפהאנדלונג איז פונקטליך געווען באשריבן אין דער בלאט תיכף נאך די באראש פסק.

דעמאלטס האט יעדער געלאכט פון די נארישע בלאט. און היינט זעט יעדער איין אז די בלאט איז געווען 100 פראצענט גערעכט.

באראש האט גארנישט געגעבן פאר קיינעם.
נאר דער וואס האט געכאפט איז געבליבן דערמיט.

דאס איז געווען מיט אלע נכסים מוסדות און קהילה אין וויליאמסבורג
דאס איז געווען מיט די בירך משה הויז אין קרית יואל
דאס איז געווען מיט אלע נכסים מוסדות און קהילה אין בארא פארק
דאס איז געווען מיט אלע נכסים מוסדות און קהילה אין בני ברק.
דאס איז געווען מיט אלע נכסים מוסדות און קהילה אין ירושלים.


די קאורט האט דערווייל קיינעם נישט געבעבן קיין אינטש.
וואס מ'האט געכאפט האט מען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2008 23:57 לינק ישיר 

כ'געדענק נישט די בלאט זאל האבן אזא אפהאנדלונג, אבער דעיס אז ס'איז נישט קיין נייע זאך דארפסטע מיר נישט זאגן, נאר די סיבה פארוואס כ'האבעס נישט געשריבן ביז יעצט, איז ווייל ביז נעכטן האבן מענטשען געגלייבט דעיס וואס די זאליס האבן געהאלטן אין איין פארקויפן, אז ווען באראש האט געזאגט אז מ'טאר זיך נישט אריינמישען, האט ער זיי אריינגעשטעלט אין קאנטראל, והא ראי' זיי זענען דארט.

יעצט נאך דעים דיסיזשען, וואס איז די זעלבע ווי די פריערדיגע, נאר מער אין דיטעילס, האבן די זאליס מודה געווען אז זיי האבן פארלוירן, האבן מענטשען אנגעהויבן ארייננעמען אין געדאנק אז "נישט זיך מישן" מיינט "נישט זיך מישן" און דעץ איט! גארנישט מער! איי זיי זענען דארט? דאס איז ווייל זיי האבן געכאפט! האבעך געפילט אז דער עולם וועטעס שוין קענען פארשטיין,

און דעיס איז דער פשט פון מיין הקדמה צו ציין פריערדיגע תגובה: "און יעצט דוד'ל, אז דו האסט שוין רעדזשיסטער'ד אין דיין מיינד אז ווען די קאורט זאגט אז זיי קענען זיך נישט מישן, מיינט נישט אז עטץ האטס געווינען, העלעך פראבירן צו פארשטיין געבן וואס ס'האט נעכטן פאסירט." 

תוקן על ידי אדמיראל ב- 26/08/2008 23:57:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2008 01:33 לינק ישיר 

אדמיראל עקסעלענט !
פין מיין זייט וואלט איך דיר געשטעלט אלץ אן אדמיראל פין א נוקלארע סובמארין



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/8/2008 01:38 לינק ישיר 

טענקס! דאס איז א ארגינעלער קאמפלימענט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2008 01:40 לינק ישיר 

איך גלייב נישט אז רז"ל וועט זיך קענען איינהאלטען און ארויף קומען צום ציון אן עפעס פובליסיטי,
ער וועט שוין שאר מאכען אז ס'זאל שוין עפעס זיין -אפילו א געשלעג צווישען זיינע אייגענע מענטשען- און דערנאך גיין צו אלע צייטונגען שרייען אז מ'האט זיך געשלאגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2008 02:52 לינק ישיר 

לאגיש גערעדט איז דער פייט נישט אויף כ"ו אב, אין איך מיין די אהרונים זאלן האבן שכל
אין איבער לאזן דעם פייט אויף אנדערע מצבים



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/8/2008 05:26 לינק ישיר 

פרעס ריליס, איך פרוביר צו כאפן ווער עס האט עס ארויסגעשיקט

http://www.marketwatch.com/news/story/ground-swell-aaron-camp-cheers/story.aspx?guid=%7BCF442DA2-C165-43A4-B619-2FDB7E4B66E2%7D&dist=hppr




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/8/2008 05:27 לינק ישיר 

Ground Swell: Aaron Camp Cheers Court Decision


Last update: 9:52 p.m. EDT Aug. 26, 2008
NEW YORK, Aug 26, 2008 /PRNewswire via COMTEX/ -- The faction of Rabbi Aaron Teitelbaum of the divided Satmar Hassidic sect won a victory from the Brooklyn courts Tuesday, just in time for the most significant event on the Satmar calendar.
On Wednesday, the biggest current day Jewish pilgrimage outside of Israel will make its way to Monroe, NY. Close to 50,000 people will visit the tomb of Rabbi Joel Teitelbaum the founder of Satmar Hasidim on the 29th anniversary of the Grand Rabbi Joel Teitelbaum's death.
But a dispute that erupted eight years ago after a faction led by Zalmen Teitelbaum, the younger son of former Grand Rabbi Moshe Teitelbaum who died in April 2006, tried to take control over the Williamsburg Congregation, has divided the sect in two.
On Monday, a Brooklyn Judge denied the breakaway faction, followers of Zalmen Teitelbaum judicial recognition of their claim to be the leaders of the Williamsburg Congregation, a very significant congregation in the worldwide Satmar sect.
Kings County Supreme Court Justice Michael Ambrosio held that a faction aligned with Rabbi Zalmen Teitelbaum, could not claim legal entitlement to control the Williamsburg Congregation.
According to Justice Ambrosio, attempts by the Zalmen faction to claim hold on the property, is beyond the court's purview. Justice Ambrosio found that the Zalmen faction had "misinterpreted" earlier court decisions, and found no legal basis to support their disputed claim to be the lawful leaders of the Congregation.
The tactics used by each side flipped 180 degrees. In the past followers of Aaron Teitelbaum, the older son, claimed the dispute between the two factions was in the courts domain. But the courts have continued to claim it is beyond their purview. In the latest battle they decided to follow the logic of the court, and claimed that the dispute was non-justiciable and should be brought before a rabbinic court.
Asked to explain the reversal of their legal argument, Jeffrey D. Buss an attorney for the Aaron camp, gave two reasons. First, the courts had been very clear that they would not get involved. Second, his clients are the stronger of the two factions within the community, with a majority of the worldwide Satmar community recognizing Rabbi Aaron as the new Grand Rabbi. According to Mr. Buss, it is traditional for the older son to inherit the position of Grand Rabbi.
The Aaron camp is celebrating the recent court decision as a major victory. And tomorrow the majority of the people attending the pilgrimage will be pleased as they walk up the cemetery mountain with the knowledge that the majority has both the courts and God on their side.
Link to court decision:
 http://www.nycourts.gov/reporter/pdfs/2008/2008_32321.pdf



SOURCE Congregation Yetev Lev D'Satmar



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2008 00:32 לינק ישיר 

כ'וויל מיך אנטשולדיגען פארן גאנצן עולם וואס איז געווארן פארפירט דא פונעם ליינען מיין פריערדיגע תגובה.

מיינס א חבר האט מיך אנגערופן, און ער זאגט מיר "אדמיראל, האסט א גרויסן טעות", אויף מיין פראגע, פון וואס ער רעדט, איז געקומען די ענטפער, "האסט נישט געליינט די יוד? דארט שטייט אז די זאליס האבן גאר געווינען!".

סאו כ'פיל אז כ'מוז איבערבעיטן דעם עולם און קלארשטעלן די "פאקטן", די פאקטן זענען ווי פאלגענד:

סאטמער זענען די וואס האבן אריינגעטראגן אין געריכט די פארלאנג אז יענקל כהנא זאל זיך נישט מעגן רופן קאנג. ייטב לב, און קאורט האטעס ארויסגעשליידערט. (סארס: דער יוד)

די זאליס זענען פולשטענדיגע, לעגאלע בעלי בתים אויף אלע נכסי קהל ייטב לב, ארייגערעכנט די ביה"ח. (והא ראי', זיי האבן אריינגעלייגט א שכוח אין דער יוד פאר די סטעיט פאליציי, פארן האלטן ארדענונג ביים ציון כ"ו אב)

כ'האף אז דער עולם וועט מיר מוחל זיין פארן אזוי פארפירען דעים ציבור.

א דאנק!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2008 00:39 לינק ישיר 

נא ווער עס קען סקענען דעם זשיד אין ארויף לייגען למצוה גדולה יחשב ער וועט מאכן א שמחת פורים פאר אסאך אידן 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2008 01:41 לינק ישיר 

אדמיראל, כ'מזל די זאגט מיר, איך בין שוין געווען אינגאנצן צומישט. א חבר מיינער זאגט מיר היינט אז "דער איד" שרייבט מיט א גרויסע שמחה אז אלע פארלאנגען וואס סאטמאר האט אריינגעגעבן איז ב"ה ארויסגעווארפן געווארן!.... און זיי האבן ווייטער דאס גאנצע בעלות....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/8/2008 21:42 לינק ישיר 

דער איד האט געמאכט בערך די זעלבע ספין ווי דער בלאט האט געמאכט ביי באראש, נאר אביסל ערגער און סאך מער פארפירעריש.

זיי האבן גענומען עפעס א זייטיגן געריכט פארלאנג וואס איז אריינגעגעבן געווארן אמאל דורך עטליכע מיטגלידער פון די קרית יואל'ער קהילה, ווען מ'האט געמיינט אז מ'וועט דארפן צוקומען דערצו, אבער איז שוין פונלאנג באטראכט געווארן ווי אומוויכטיג, יעצט האט דער ריכטער אין אראנזש קאונטי עס ארויסגעווארפן ווען קיינער האט זיך נישט קעגנגעשטעלט, און דערפון געמאכט א גאנצן צימעס, כאילו ס'וואלט עמיצן אינטערעסירט.

גלייכצייטיג האט דער איד 'פארגעסן' אז דער געריכט אין ברוקלין האט געלאזט אין קראפט דעם טראנספער פונעם ביה"ח צו cyl cemetery, וואס האט אין אפעקט געגעבן קאנטראל דערויף פאר קהל יטב לב ד'סאטמאר בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ווער ס'וויל וויסן דעם אמת זאל קוקן ביי די ענדע פון משה לייב'ס עדיטאריעל וואו ער וויינט ווי א ביבער אויף די בעטאן באריקאדעס וואס האבן ארומגענומען דעם ביה"ח און דערקלערט אויפן העכסטן טאן ווער ס'איז באלעבאס. ווי אויך באקלאגט ער ביטערליך דעם פאקט אז די חברא קדישא האט נישט ערלויבט פאר וואלערשטיינ'ס יטב לב צו שטעלן א בודקע - צוליב'ן פאקט אז זיי זענען עומדים במרדם קעגן דעם פסק תורה פונעם בי"ד הגדול שבירושלים עיה"ק און האלטן ווייטער אן זייער קלאגע אין די ציוני'סטישע ערכאות וואס זיי האבן אריינגעגעבן שלא ברשות בית דין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2008 09:33 לינק ישיר 

y



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2008 09:43 לינק ישיר 

איצט מוצש"ק קומט פאר די לויה פון אשת ר'אשר לעמל שווארץ א ברודער פון אהרן יודא דער פרישער וויצע פרעזידענט אין חברה קדישא ביי יענקל כהנא וואס ווערט באגראבן נאכן באצאלן $12000פאר די חברה קדישא אין וויליאמסבורג ר'יואל קויפמאן משמש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: ברוקלין געריכט ווארפט ארויס אלע פארלאנגען פון די זאלי'ס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.