| נשלח ב-29/8/2008 01:06 |
|
| |
איך בין מקנא ר' אברהם רייכמאנ'ס עולם הבא
סאיז נישט דא וואס מער צי באהאלטען,סאיז א סוד פאר גאנץ בראד
סהאט יעדער מיט געהאלטן די לעצטע פאר חדשים דעם שמוציגען קאמף וואס מען האט אויף דעם טייערן אין איידעלן
יוד א מלמד תשב"ר איבער דרייסיג יאר וואס דער שייגעץ נחום ראזענבערג מיט זיין שותף "וואס איז נייעס " פירן אן
אין סהאט האלט יעצט מען האט אריינגעגעבן א צווילן אנקלאגע פין 5 מיליאן דאללער
איך גיי נישט פארהוילן דעם פאקט אז דער מלמד איז פין חסידי מהרז"ל,אבער דעס טוט נישט מינעמיזרן קיין טראפ
פין זיין יראת שמים,פין זיין צדקות,אין ערליכקייט,ווער סקען דעם יוד ווייסט אז ער איז גאר א טייערע נשמה
אן אמת'ער ירא שמים
אין איך האף אז סאיז נישט קיין איינער פין אנ"ש וואס נעמט אן די מעשה אז סאיז אמת בלויז ווייל ער באלאנגט צי
מהרז"ל חסידות ,אין אז יא לוינט זיך נישט אויף צי האלטן דאס גאנצע חסידות אינזערע,ווייל סאיז ריין שפיכות דמים
איך וויל דא ארויס ברענגן צוויי פאקטן וואס יעדער ווייסט, אין דער מינוויל אויפן האטליין האט דאס כסדר געטענה'עט
פאקט נימער 1) אז ווען א מלמד פירט זיך נישט אויף איידיל ווייסן דאס אלע קינדער אין חדר
פאקט נימער 2) אז ווען א מלמד טשעפעט קינדער,באגניגעט ער זיך נישט מיט איין קינד פין א שמיטה צי א יובל
נאר יעדס יאר איז דא 2 צי 3 קרבנות
אויף דעם מלמד צי וועלכען תלמוד איך האב גערעדט האט בלויז לויב ווערטער, אן איידעלער יוד א ווארעם הארץ
אין אויסער דעם אינצידענט איז אין גם אחד וואס קומט אפיר מיא א מעשה
ער איז שוין א מלמד 30 יאר אין קיין איינער רעדט זיך נישט אויף אים בהקיץ צי בחלום
אין טאמיר סוואלט ווען געווען אמת וואלט דא געדארפט זיין לכל הפחות 80 מענטשן אין האבן טענות
אבער דער שייגעץ ומשוקץ נחום רז"ב מיט דער רשע בן רשע בן בנו של בלעם הרשעי "וואס איז נייעס " ימ"ש
ביי זיי איז אלעס מותר, זיך צי טינקן אין יענעמס בלוט ביז צים האלז
סשטייט אז ווען משה רבינו האט גע'הרג'עט דעם מצרי האט ער געקוקט עד סוף כל הדורות צי ס'גייט נישט ארויס קומען
פין אים יוד, אין הערשט דערנאך האט ער אים גע'הרג'עט
די צוויי רשעי רשעים,גייט נישט אן דעם יוד'ס בלוט ,אין אז ער האט קינדער מיט איידמיער אין איינקליך
אלע כלי קודש מיט מרבצי תורה ,ביי זיי גייט נישט הלבנת פנים מיט שפיכות דמים אויף א מאסן פארנעם
ס'שרעקליך ווי מען האט זיך דערקייקעלט אז מען קען נעמען אן "אייגענעם ברידער" אין אזוי מבזה
די וועלט זאגט אז דוד המלך ע"ה האט געזאגט אנכי תולעת ולא איש
ווייל סאיז דא מענטשן פין מבזה מענטשן האבן זיי נישט מורא, אבער פין א ווערימיל צי עסן האבן זיי יא מורא
דוד המלך האט געהאט אסאך שונאים האט ער זיי געזאגט אין בין נישט קיין מענטש איך בין א ווארים
אפשר אזוי וועלן זיי מיך אפלאזן , דער וואס איז נייעס "ימ"ש האט נעכטן אויפן זעלבן פלאץ געהאט די נייעס פין כ"ו אב
די גרויסע באשרייבנוג פינעם רבי'ן ז"ל,אין היינט אויפן זעלבן פלאץ אין מבזה א יוד ברבים ,"זיין אייגענער ברידער "
ווי האלטן מיר אויף דער וועלט סאיז שרעק שרעקליך וואס סטוט זיך
די בזיונות וואס דער יוד גייט דורך איז אים צי באשרייבן מען קען זיך עס נישט פארשטעלן אין איך ווינטש עס נישט פארקיינעם
אבער די זכותים וואס דער יוד האט אין וועט באקומען וויל איך יא
הייליגער באשעפער איך קען שוין מער נישט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2009 08:40 |
|
| |
ווער איז דער 2טער אין דעם NPR לינק מיט ענגעלמאן?
ער רופט זיך היינט מיט א איטאליענשע נאמען Diangelo
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2009 19:55 |
|
| |
און וואס געשעהט ביי פיר פראצענט, איז עס א עבירה אדער א רשות?
די שאלה איז נישט וועגען רייכמאן, די שאלה איז צו איז דער נייעס גערעכט מיטען אנאליז פין דער אופן ההנהלה פין אזעלכע פראבלעמען אין די פרומע קהלות בכלל.
איך מיין אז כאטש אפילו אז געווענליך ווען זיי פראבירען אדורך צו טוהן חסידישע אידען (אגב ביי זיי איז אלע פרומע אידען מיט היטען - חסידיש) איז עס נישט אויף די שינעס, דא אבער, טרעפען זיי אביסעל צו שטארק אין פינטעל.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/2/2009 15:05 |
|
| |
Being a person ivolved with the community, I'm able to tell you that me too know Rabbi Reichman, and i also "think" that he is innocent! However, that doesn't change that fact that it "could" be true.! Ive learned the hard way that having the looks of an Yiras Shamayim, doesen't mean you are a Yiras Shamayim
As for VIN, I once heard a psak, that even if there is only a 5% chance that someone who reads it will come forward, or if it may stop future predaters from doing or continue to harm children, not only you are allowed to publish it, it is even a mitzvah.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 21:09 |
|
| |
איך קען נישט דעם מלמד, איך זע אז איר אלע נעמען זיך אן פאר איהם גלייב איך אז ער האט א חזקת כשרות.
איך וויל נאר מוסיף זיין אז נישט יעדעס מאל וואס א אינגל פארציילט א מעשה איז עס תורת אמת, איך ווייל פון א וואס א אינגל האט עפעס געזאגט אין מען דעם מלמד חושד געווען אין מען האט אים נאכגעקוקט א יאר אין דער מלמד האט נישט געוויסט אז מען איז איהם חושד אין ער איז ארויס ריין, אין דער אינגל האט זיך צום סוף אויך מודה געווען אז עס איז א שקר.
עס דארף זיין דער כלל פון כבדהו וחשדהו.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 21:02 |
|
| |
איך האב געהערט פינעם מנווול נחום א בער דעם נאמען פין ר אברהם נישט זעטזעך אויס אז אין ק"י רעדט מען נישט פין די זאכען ממילא קלער איך אז עס פעלט נישט אויס צי שרייען הויעך אין שיל רבותי רב אברהם איז נישט שילדיג אין יא מען דארף טין אלעס אין די וועלט ער זאל ארויס זכאי בדין
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 20:12 |
|
| |
פאר איך האב ארויף געלייגעט די נייעס האב איך ווי רבי ר' אלימלך זאגט אין צעטיל קטן דורך געטראכט די זאך 13 מאל בנפה ובכברה אויף אלע מיני וועגן צי ס'קען ארויס קומען א שאדן
פאר אים,אין צי פאר אלע זיינע ארומיגע
איך האב געזען אז סקען קיין שאדן נישט ארויס קומען אדרבה ואדרבה דא איז די איינציגסטע פלאץ
ווי מען שלאגט עס אפ אין איין מאל פאר אמאל ארויס ברענגן דעם אמת
אין דעס וואס טאטלע זאגט אז ער איז דא געוויאר געווארן, סאיז באמת א פלא וואס די זאגסט
ווייל ווי מען גייט אין מען שטייט הערט מען מענטשן רעדן דערפון מיט גרויס אויפברויז אין רעגעניש
אין איך שטעל זיך פאר אויב די דרייסט דיך צווישן מענטשן וואלסטו סוף כל סוף געוויאר געווארן
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 19:43 |
|
| |
אני הקטן האב גראדע נישט געהערט דעם נאמען איך האב דאס ערשט דא געזען ממילא האלט איך אז מען טאר נישט שרייבען קיין נעמען אפילו סשטייט אויף אסאך פלעצער ווייל אלץ ווערן נאך מענטשען געוואר אזוי ווי מיר איך האלט דער מנהל זאל אויס מעקען דען אשכול
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 16:43 |
|
| |
נאכדעם וואס וואס איז נייעס האט אויפגעהאנגען די שמוציגע וועש אויף די גאס
און יעדער שמויגער שרייבט דארטן זיינע תגובות
האט מען טאקע דא געמעגט עפענען דעם אשכול
און אזוי ווי ארגינעלער האט געזאגט אזוי האלט יעדער איינער דא
איך האלט טאקע אז ר אברהם וועט ארויסגיין פון קאורט מיט א געהויבענעם קאפ און איינמאל פאר אלע מאל געבן פאר די קרומע קעפ וואס פארשטייען אז יעדע זאך וואס שטייט אין פעיפער אדער א נייעס באריכט איז אמת ויציב, אמער, עס שטייט דאך שחור על גבי לבן,
דאס איז טאקע א גוישע מענטאליטעט וואס שטייט איז אמת , דער צייטונג , דער באריכט, דער רעפארטער האט געשריבן. געזאגט, ס'מוז זיין אמת ויציב, דער גוי טראכט אזוי און ליידער דאס איז אריין ביי אונז אידעלעך
דאס איז געזאגט ביי יעדע זאך, צו ביי די מעשה יעצט, צו ביי די יאקאבאוויטשעס צו ביי עני אנדער איד וואס מען טוט ארעסטירן אלעמאל גלייבט מען וואס שטייט אין פעיפער, איי ס'איז סירקאמסטענשל עווידענס האס נישט געפראווד עס איז דא אפילו פאלטשע עדות אדער אמתע אבער סשטייט אין פעיפער.
א איד דארף וויסן אז א צווייטער איד איז פעמילי
מען זאגט עפעס אויף דיי ברודער קאזן פעמילי מיטגליד, וואז איז דיי פירסט ריספאנד? ליגענט. סנישט אמת. סקען נישט זיין אמת
אבער שטיטט אין צייטונג, וואס ענפערסטו? איינער איז זיך נוקם אין איהם
נאכאמאל א איד איז פעמילי מען דארף איהם טריטן ווי פעמילי און נישט גלייבן די צייטונגען
אין קאורט וועט ר אברהם ארויסגיין זכאי און פארשטאפן די פי דוברי שקר
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 07:56 |
|
| |
איך רייב מיר די אויגן צי איך לייען גוט ארגינעלער,איך באווינדער דיין קוראזש אין אריין צי שפרינגען אין אזא ברענדיגע אישו, אין איך בין מיט דיר הינדערט פראצענט
אבער איך האלט אז נאך אפאר וואכן זאלן די חשוב'ע מנהלים אויסמעקן דעם אשכול אז סזאל נישט בלייבן אויף ווייטער,אזוי וועט מען יעדן איינעם יוצא זיין
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 07:12 |
|
| |
אפיציעל בין איך מיט majyar718 אז ס'קומט נישט אויפן פארק, ווייל דאס אז מ'רעדט דערפון אין די גאסן, איז ליידער גענוג ווייטאג, פארוואס פארשפרייטן מער, סיי נאך מענטשן ווערן געוואויער, און סיי, ווייל אזוי גייט עס אריין אין די היסטאריע, קענסט עס מער נישט אויסמעקן, מענטשן שטארבן אמאל נאך, און מ'זוכט נישט אזוי ווייט איבערצוגעבן פאר די דורות, אלע הוצאת לעז [חוץ געציילטע אידן וואס האבן א מבצע דערין] אבער א געשריבענע זאך, איז היסטאריע פאר אלע דורות העתידים, לעולמי עד, וויפיל יאר ס'איז נאך געבליבן ביז משיח, און למה?
אבער אז ס'איז שוין געשריבן געווארן קען איך נישט מער ווי זאגן, ארגינעלער, דיין הארץ געשריי איז דאס הארץ געשריי פון יעדן ערליכן אידיש קינד, וואס האט געהערט די מעשה, און קוקט זיך נעבעך צו ווי א ספעציעל טייערער און חשוב'ער איד ווערט אזוי מיאוס געפייניגט על לא דבר, אויב דער איד האט געהאט עפעס עבירות אויף די וועלט, איז ער שוין אפגעקומען מיליאן מאל, און אזוי ווי דו זאגסט ארגינעלער... איך בין מקנא זיין עולם הבא, איך בין מקנא זיינע דורות, וואסערע זכותים דער איד האט זיך קונה געווען אויף אזא ביטערן אופן, אשרי מי שחושדין אותו ואין בו, מ'האט שוין געהערט אין די אידישע היסטאריע, אויף אסאך גרויסע מענטשן וואס מ'האט זיי חושד געווען אויף דאס ארגסטע, אזוי ווי משה רבינו באשת איש.
איך פערזענליך האב געלערנט ביי דעם חשוב'ן איד, אויסער תורה און יראת שמים האב איך ביי אים גארנישט געזען, איך בין געווען גענוג נאענט צו אים, אסאך מאל געווען אין מנהל'ס אפיס, מער ווי סתם קינדער, און אויסער אידישקייט, הלכות, און א ווארים חסידיש הארץ, איז נישט געווען וואס צו טרעפן ביי אים, זיינע אלע דרשות איז געווען פול מיט אמת'ע ברענעדיגע יראת שמים, דאס איידלקייט און ערנסטקייט זיין האט אראפגעשיינט און אראפגעשפיגלט אויף יעדן.
און יא, איך בין אויך געווארן ארומגענומען מיט זיינע ליבליכע הענט מער ווי איין מאל, איך האלט דאס פאר א זכי', אז א מלמד מיט אידישע קינדער, א מנהל רוחני אויף זייער חינוך, איז געטריי און הארציג צו זיינע תלמידים, און גיבט זיך אפ מיט זיי ווי אייגענע קינדער,] אפשר דארף איך אים טאקע סוען דערפאר? הא? ס'איז גאנץ מעגליך, אז דער טפה סרוחה דער גוי גמור... האט מרוב טפשותו.. ניטאמאל געכאפט אז דער איד דער צדיק, פרובירט אים פשוט צו מקרב זיין און האלטן ביי אידישקייט, אנשטאט האט דער בועט ברבותיו, עפעס אנדערש נישט געקענט דערטראכטן, ]
איך וואלט עס טאקע פאר קיין שום איד געוואונטשן, אבער השתא דאתית להכי, אשריך ר' אברהם וטוב לך בעולם הבא.
(איך האלט נאך אלץ, אז אזא אשכול, גיבט נישט צו כבוד, נאר פארקערט.)
תוקן על ידי geheriger ב- 29/08/2008 7:12:55
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 07:01 |
|
| |
איך קען ר' אברהם גיט , דער מעשה איז שקר עס האט נישט קיין הענט אדער פיס . איך האב רחמנות אויף ר' אברהם אויב דאס גייט ווייטער אנגיין האלט איך אז קיינער וועט שוין נישט וועלן ווערן קיין מלמד
|
|
|
|
| נשלח ב-29/8/2008 06:50 |
|
| |
עס איז ברור כשמש בצהרים אז ס'איז פארהאן מאלעסטערס וואס שטעלן זיך אהער ווי יראי שמים אויף דעם דרגא פון דעם באטראפענע.
דער וואס דערמאנען כסדר וואס א גרויסע ירא שמים דער מלמד איז, און אז דערפאר איז דאס נישט א מעגליכע זאך, ווייזט ארויס היבש נאיווקייט אין די ענין, און מאכט דעם כלליות'דיגן פראבלעם פון אונזערע חדרים פיל גרעסער.
פארשטייט זיך אז דער ויכוח האט גארנישט שייכות צו ר' אברהם רייכמאן איז א מאלעסטער אדער נישט.
דאס איז א באזונדערע זאך וואס איז וויכטיג צו פארשטיין.
|
|
|
|
|