בית פורומים כל העולם כולו

שוידערליכע טראגעדיע ר"ל קעמפ קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/8/2008 04:37 לינק ישיר 
שוידערליכע טראגעדיע ר"ל קעמפ קרית יואל

א זעכצן יעריג בחור'ל איז געקראכן אויף א בוים, און אראפגעפאלן. ליידער נישט בין החיים ר"ל

בן הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א, בן ר' יעקב אהרן הי"ו וחתן הרב יוסף לייב קאהן שליט"א מנהל ישיבה גדולה

 

שנשמע ונתשבר בשורות טובות ישועות ונחמות




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2008 19:34 לינק ישיר 

אלע בחורים קומען היינט אהיים ווייל זיי זענען זייער צערודערט

כ'האב געהערט אז ס'איז געוועהן נאך בחורים אויף אנדערע ביימער און ווען זיי האבן דאס געזעהן האט זיי געכאפט די קדחת און זיי האבן געציטערט אימת מות אראפ צוקומען און מ'האט זיי געדארפט אראפ נעמען

און ער איז אראפ געפאלן ווייל ער איז געוועהן אויף א בוים מיט נאך איינעם און אינמיטן האט זיך עס אנגעהויבן איבערצוברעכן האבן זיי אריבער געשפרינגען צו א צווייטע בוים און פאר איינעם איז עס געלונגען און פאר אונזער יואל יודא'לע איז עס נעבעך נישט און אזוי איז ער ליידער טראגיש אום געקומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2008 15:12 לינק ישיר 

נעכטן ביים אריינגיין אין בעט האב איך געטראכט צו מיר: געוואלד, מיט וואספארא שאקירטע און צובראכענע געפילן זענען די בחורים אינעם קרית יואל קעמפ היינט געגאנגען שלאפן?

איך האף מען האט געברענגט פראפעשאנעל העלפ אין קעמפ פאר די בחורים וואס דארפן עס באקומען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2008 08:23 לינק ישיר 

ווער קען זיך אפילו נעמען דאס ווארט און אנהויבן צו רעדן וואס ס'איז פארגעקומען אפאר שעה צוריק די מוח און די געפילן קענען זיך נישט גענוג צוזאם נעמען אז די חשובע בחור'ל יואל יודא לעווי איז שוין ליידער ליידער בעוונותינו הרבים מער נישט צווישן אונז...

כלל ישראל וויינט אלעס וויינט קיינער קען זיך נישט בארואיגן פון די ביטערע קלאפ וואס אונז האמיר געכאפט אז נעבעך א אומשולדיג וואול בחור'ל פון די הייליגע שטאט ק''י איז נעבעך אזוי טראגיש אומגעקומען פון אראפ פאלן פון א בוים אין די קעמפ מחנה קרית יואל און ליידער אוועק דארט יוש נעבעך

די הארץ בלוטיגט נאר פון טראכטן דערפון מ'קען דאך אויסגיין נאר פון טראכטן די צער פון זיינע עלטערן יו טאאאאאאאאאאטטטטטטטטטעעעעע באשעפער וויפיל איז דען די שיעור וויפיל קען מיר אויסהאלטן ???

שטעלט אייך פאר א טאטע שיקט זיין בחור'ל אין קעמפ אריין באגלייט מיט א קיש און ער וואונטשט אים אן אסאך הצלחה און ער וואונטשט אים אן אז ער זאל שטייגן אין די תורה און ער טראכט א גאנצן טאג וואס זיין באליבט קנד טוט אין קעמפ און דא רופט מען אים אן אז אזא אומגליק האט פאסירט יוש טאטע ווי אזוי קענען מיר איבערלעבן אזא בשורה

די טאטע האט דאך נישט געטראכט אז דאס וועט ליידער פאסירן און נעבעך אנשטאט אהיים קומען מיט די באס און אלע זיינע חברים קומט ער נעבעך אהיים מיט א ארון... ווי קען מען אפילו טראכטן פון זייער צער

ס'בלייבט אונז נאר איבער צו בעטן און זאגן אז דאס איז נאר מן השמים און ה' נתן וה' לקח און דאס זאל זיין די לעצטע שרעקליכע פאסירונג און ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו און מיט דעם זאל מען מכפר זיין אלע אונזערע עבירות ביז משיח וועט קומען במהרה בימינו אמן

יואל יודא מיר ווילן דיר בעטן בשם כל קהל עדת ישראל דו גייסט יעצט ארויף אויבן אין הימל רייס איין לאז נישט נאך גארנישט ביזט נאך אונטער 20 און מ'וועט דיר אלעס נאכגעבן בעט און רייס איין אז דאס זאל זיין די לעצטע ביטערע און טראגישע געשעעניש און משיח זאל שוין קומען ווייל אונז האלטן עס שוין נישט אויס




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/8/2008 07:38 לינק ישיר 


די לוי' גייט זיין 1:30



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/8/2008 04:54 לינק ישיר 

בד"ה,
 
ווייסט איינער מער פרטים? ווי ווען די די לווי' גייט זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שוידערליכע טראגעדיע ר"ל קעמפ קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext