די ארונים בשעת זיי שרייבן איבעראל וועגן זייערע מעכטיגע תקנות, איז זייער רבי דער וואס ברעכט עס אליין
ער פארלאנגט פון די חסידים צו מאכן ווארט און תנאים אינדערהיים אבער ווען ביי אים אין שטיב איז דא א שמחה
לויט ווי איך האב געהערט פון א אינסיידער איז די תנאים פון זיין איידעם אשכנזי גייט טאקע זיין אין הויז, אבער דערנאך גייט פארקומען א גרויסע לחיים אין ביהמ"ד.
דאס הייסט אין קארצען, איך מעג, אבער די נישט !
אנדערע מענטשען לאזט מען נישט מאכן אזא סארט לחיים, אבער ער מעג עס יא מאכן פאר זיין אייניקעל
אפשר קענען די ארונים עס מסביר זיין, אן פערזענליך באשמיצען
נשלח ב-4/9/2008 23:30
קי קהל איך נעם אן א תירוץ מיטן גאנצן הארץ ווייל אין די גמרא זעהט מען אז וען מ'פרעגט א קשיא אויף רב און מ'האט נישט קיין תירוץ ענטפערט מען "רב תנא ופליג" הגם ס'איז זייער א גרויסע דוחק אבער וויבאלד קיינער וויל נישט בלייבן מיט א קשיא אין מויל נעמט מען אן דעם תירוץ
אן יעצט לענינינו איך האב איבערהויפט נישט קיין איין טענה ח''ו אויף מיין/דיין רבי, איך האב נאר געהאט א קשיא פארוואס מ'האט געווארט און אז מ'האט געענטפערט "עפעס" וואס ס'איז א שטיקל דוחק נעם איך עס אן ווייל איך וויל נישט בלייבן מיט א קשיא אויף מיין הייליגן רבי'ן און אוודאי און אוודאי נישט אויף אזא ענין ווי ער האט ממש מתקן געוועהן די וועלט מיט דעם וואס כמעט אויב נישט אלע רבי'ס און רבנים וואלטן זיך גערן געוואונטשן אז ס'זאל געשעהן ווערן דורך זיי (והא ראי' קוק ווי אזוי די זאליס שפרינגן)
אבער איך האב בכלל נישט קיין טענות און גארנישט באדערט מיר נישט
און טאטלע יעצט זעמיר שוין ווייטער נישט ביי איין שיטה ווייל איך פארשטיי שוין ר' העניך און אז דו פארשטייסט אים אויך זעמיר דעמאלטס יא ווייטער אויף איין זייט
נשלח ב-4/9/2008 20:48
שמיי דריי פין דיין פריגע תגובה האט אויסגעקיקט אז די רעדסט פין קהלס לחיים אין פין דעם האב איך גערעדט אין פין דעם האט שומר גערעדט אין דעס האב איך געמיינט ציזאגען אז דאס איז אנדערש פין א יחיד ב"ה אינז זעמיר אויף איין מיינונג
און נאכאמאל... מוזט מיך נישט פארשטיין, איך גלייב אז דיך באדערט דא גאר אנדערע זאכען.
נשלח ב-4/9/2008 04:48
טאטלע, נאכאיינמאל איך האב נישט גערעדט פון די לחיים פון קהל איך האב גערעדט פון די ווארט וואס ר' חנוך העניך אשכנזי שליט''א האט געמאכט און דאס וואלט נישט געדארפט זיין כמעט א וואך שפעטער
דאס וואס קהל האט געמאכט א ווארט א וואך שפעטער קען איך פארשטיין ווייל ס'איז נישט גרינג צו צוגרייטן אזא זאך אזוי שנעל ממילא האט עס געווארט אביסל אבער די ווארט וואס ר' חנוך העניך אשכנזי שליט''א האט געמאכט נאר פאר די משפחה פארוואס האט יענץ געדארפט ווארטן ביז דינסטאג ???
און צום לעצטע מאל, איך האב נישט גערעדט פון קהל'ס ווארט איך האב גערעדט פון די ווארט פון הר''ר חנוך העניך אשכנזי שליט''א דאס וואלט רואיג געקענט פונקט אזוי זיין דאנערשטאג און נישט א וואך דערנאך דינסטאג
אנשטאט זאלן זיי פארענטפערן זייער עם הארץ וואס עפענט נישט קיין יודיש ספר משנה לשנה
תוקן על ידי האקאבו ב- 04/09/2008 2:46:38
נשלח ב-4/9/2008 02:35
מען דארף זיין נאריש צו פארגלייכן דעם רבי'נס שמחה צו א שמחה פון א יחיד, יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז ס'איז דא א חילוק.
מצד השני האלט איך אז די עסקנים האבן פארפאסט א געלעגנהייט אויסצונוצן די שמחה אויף צו פארשטארקן די תקנות. און ס'איז א שאד.
ס'איז באקאנט די גמרא אין סוכה "משל למלך בשר ודם שהיה עובר על בית המכס אמר לעבדיו תנו מכס למוכסים, אמרו לו והלא כל המכס כולו שלך הוא, אמר להם ממני ילמדו כל עוברי דרכים ולא יבריחו עצמן מן המכס".
און להבדיל אלף אלפי הבדלות האב איך זיך פונקט דערמאנט אז פרעזידענט בוש יר"ה האט חתונה געמאכט אויף א באהאלטענעם אופן, ווייל דאס לאנד איז אין מלחמה, און ער האט נישט געוואלט אויסקוקן ווי איינער וואס לאזט זיך וואוילגיין ווען ער שיקט סאלדאטן אויפן פראנט. כאטש ער וואלט זיך גוט געקענט פארענטפערן אז ס'האט נישט קיין שייכות.
אויף די עצם זאך פון מאכן א גרויסע לחיים קען מען דן זיין, איך פערזענליך וואלט מוותר געווען דערויף לצורך התקנות, אבער איך פארשטיי אויך פארוואס מען זאל עס יא מאכן.
די קשיא פארוואס מען האט עס געמאכט א וואך שפעטער באדערט מיך, ווייל איך זע טאטלע'ס תירוצים, למשל דער תירוץ אז מען מאכט די שמחה ווען ס'איז גוט פאר'ן מענעדזשער... דאס איז סתם א בושה צו זאגן, ס'איז דא צענדליגער עסקנים וועלכע וואלטן געווען זייער פרייליך צו העלפן דעם מענדעזשער... די אנדערע תירוץ וועגן נישט קענען צוגרייטן, איז אויך א שוואכער תירוץ, ווייל אויב א יחיד וועט זאגן איך געב סייווי סעלצער מיט לקח, איך וויל עס מאכן א וואך שפעטער וועט דאס נישט הייסן געבראכן די תקנות?
איך האלט אז מען דארף שוין מאכן פלענער אויף די חתונה צו זיין א ביישפיל וויאזוי צו היטן די תקנות, כאטש ס'איז אמת אז יעדער פארשטייט אז דער רבי איז אנדערש, און מען דארף צושטעלן פאר א גרויסן עולם וכדומה, קען מען אלץ אויפקומען מיט פרישע רעיונות צו ווייזן אז מען האלט די תקנות.
כהאב דיר אזוי גענטפערט וויל עס איז נישט קיין קשיא די תקנות זענען נישט קיין סתם גזירות די פשט פין די תקנה צי מאכען דווקא גלייך די תנאים איז טאקע מזאל נישט קענען גארנישט ציגרייטען דער פראבלעם איז נישט דא ווייל קהל זיכט דווקא נישט צי געבען אויסער סעלצער מיט לקח יעצט ווען קהל מאכט א לחיים אז דער ציבור זאל קענען ווינטשען מזל טוב דארף מען צישטערן דעם בית המדרש מאגט דאס קהל אין א טאג וואס קימט אויס גיט פארען מענעזשער איך וויס נישט צי וועם די האסט גערעדט איך בין געווען ביים לחיים אין היינט ציפרי אין בית המדרש קיינער האט נישט געהאט קיין פראבלעם אז מהאט עס געמאכט אוואך שפעטער סאיז נישט קיין שום דומין צי דיין שוואגער א פרוואטע שמחה
נשלח ב-3/9/2008 22:36
טאטלע, פריער ווען מ'פרעגט ענטפער מען געהעריג נאר יעצט ווען איך פרעג עפעס א קשיא האסטו געענטפערט עפעס א ענטפער וואס איך האלט נאך אינמיטן טראכטן צי דו ווייסט יא וואס דו האסט געזאגט ווייל ס'איז געוועהן זייער צי די זאך...
נישט אייביג מוז מען שרייבן, מ'דארף נאר שרייבן ווען מ'האט וואס און צי ענטפערן עפעס און אז נישט דעמאלטס נוצט מען די באקאנטע עצה "סיג לחכמה שתיקה" אן מ'ווארט אז איינער וואס האט יא א ענטפער זאל ענטפערן
און נאכאמאל איך בין נישט דא צי קריטיקירן איך האלט זייער פון די תקנות און ס'בארדערט מיר זייער ווען איינער פאלגט נישט און אייביג ווען איך זעה אז איינער וואס איז א חסיד פון אונזער רבי'ן פאלגט נישט פרעג איך פארוואס און וואס איז געוועהן די סיבה פון נישט פאלגן
און יעצט האב איך אויך געפרעגט פון מיינע חברים אין בית המדרש און אויך פון די עסקנים וואס טוען אין די תקנות און קיינער האט מיר נישט געהאט וואס צו ענטפערן ממילא פרעג איך עס דא אפשר וועט מיר איינער קענען ענטפערן דא
קען איינער ? אויב יא ביטע ווי שנעלער
ייש''כ למפרע
נשלח ב-3/9/2008 21:29
פאלט דער גארנישט ביי אז קיינער האט נישט קיין קשיא אין קיינער דארף נישט קיין תריץ ?
נשלח ב-3/9/2008 21:15
אוודאי איז א נחת דאס צו זעהן אבער אני הקטן האלט דאך פונעם זעלבען רבין און פון די זעלבע פארטיי (ווי איר קענט זעהן ביי מיינע אנדערע שרייבונגען) און מיין קשיא האט קיינער נישט פארענטפערט
סאיז א נחת צי זעיין די זאליס ווי זיי גייען אויס פון דהצלחה פון דעם רבי'ן זאל זאן גזינט
_________________
נשלח ב-3/9/2008 19:50
שומרל גיט גיט איך האב געוויסט אז סוף כל סוף וועסטו אנהייבן זינגען יעצט הייבסטו אן צי רעדן צי די זאך היבסט אן צי זאגן וואס דיר קוועטשט דיר קוועטשט אז רבינו שליט"א איז דער דע פאקטא מנהיג ישראל אין דאס וועט אזוי בלייבען ציזאמען מיט אלע תקנות שחיטה מונחת בית השחיטה שיעורים תורות דרשות אין וואס נישט יו נעים איט אין אינז וועל אלע טין וויאזוי ער באפעלט אין דיין ען הארץ וועט זיין ביזי פארענטפערן פאר וואס דער אייבישטער האט דן געווען די מיצרים על המחשבה אין נאך ערענסטע פראבלעמען ווי למשל כולל שומרי החומות ביי ביי סי יו לעטער
נשלח ב-3/9/2008 06:43
אידן, איך בין א גרויסע גרויסע חסיד פון מורינו ורבינו מהר''א שליט''א
איך קען ענק נאר אויף אזויפיל זאגן, אז מיטדעם אז קהל מאכט א לחיים איז 100 % גערעכט נאר מיין שאלה איז אויב די תקנות פארלאנגן די זעלבע נאכט אדער א נאכט נאכדעם און טאפס צוויי נעכט טא וואסארא רעכט איז דעס צו מאכן א ווארט-לחיים-תנאים (וואטעווער די נעים איס) כמעט א וואך דערנאך ?
דאס האטעך שוין נישט צוטוהן צי מ'איז א רבי צי נישט...
מיין שוואגער האט גטוהן א שידוך פאריגע וואך און די עסקנים פון די תקנות האבן זיכער געמאכט אז ס'זאל זיין שפעטסטענס די קומענדיגע נאכט אבער נישט שפעטער און גלייבטס מיר אז ס'איז גארנישא געוועהן גרינג אבער מ'האט זיך איבער געארבעט און מ'האט געפאלגט אבי נישט צו צוברעכן די תקנות, און וואס איז יעצט ?
און נאכאמאל דאנט געט מי ראנג איך רעד נישט פון די צחיים און בית המדרש דאס פארשטיי איך נאר מיין קשיא איז פארוואס מ'האט געווארט כמעט א וואך ?
זאג שיין שעפעלע טייערע וואס דריקט דיר???
גיב ארויס דעם אמת וואס באדערט דיר..
אפשר די קומענדיגע דין תורה? די ביה"ח? די נייע חדר בילדונג? יו דשעי קער? וואס? וואס?
נשלח ב-3/9/2008 03:53
איר דארפט נישט ווערן ציווילדעוועט.
די תקנות איז דורכגעפאלן
יעצט לאמיר נאר זעהן ווי לאנג די בהמה מונחת וועט בלייבן ליגן, צי דאס וועט אויך אינטערגיין?
דאס איז זיכער אז אלע קהלות אומעטום, קוקן צי אין שטוינען אויף דעם היפאקריט. ער רעדט פון תקנות א האלב יאר, און צום סוף גיט ער אליין א קאפע.