בית פורומים כל העולם כולו

טרונקען א גלעזאלע אידיש בלוט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/9/2008 09:54 לינק ישיר 
טרונקען א גלעזאלע אידיש בלוט

א טאטע פון א 14 יעריגע מיידל האט באקומען א "לא נתקבל" פאר דעם קומענדיגע יאר אין בית רחל דקרית יואל.

אויפגעשוידערט איז דער טאטע געגאנגען צום מנהל פון בית רחל הרב ר' אלי שלמה קאהן צו הערן על מה זה.
ר' אלי שלמה האט געזאגט פארן טאטען דיין טאכטער איז א געראטן תלמידה, עס האט גארנישט מיט מיר, דאס קומט פון דוד עקשטיין.

דער טאטע האט געטראפן דוד עקשטיין און גרויסן שול און איהם פארגעהאלטן וואס גייט דא פאר.
דוד האט איהם זייער קאלטבלוטיג אפגעענטפרט און אויסגעלאכט. זעהענדיג די אכזריתדיגע צוגאנג צו זיין טאכטערס נשמה און צוקונפט און ווי מען רעכענט זיך נישט מיט אזעלעכע האקעלע דיני נפשות איז דער טאטע ארויס פון די כלים און ער האט א צו געטאהן דוד עקשטייןס בארד.

דער טאטע איז גלייך באפאלן געווארן מיט קלעפּ פון יונגלייט וואס האבן דאס צו געזעהן.

דוד עקשטיין כדרכו האט גערופען די סטעיט פאליס און ארעסטירט דעם צובראכענם טאטען.

דער טאטע האט זיך טאקע באנערישט מיט הייבן הענט, אבער ווער קען זיך איינהאלטן אינטער אזעלכע אומשטענדען.

למעשה איז קרית יואל נאך אלס געשאלטן מיט דעם טעראר פון דוד עקשטיין. די אלע הבטחות וואס מען האט איינגרעדט דעם עולם גולם פאר די וואלן איז געווען לגיונות.

ווי לאנג נאך וועט מען דארפן אויסשטיין צו דעם געמיינעם טעראר פון דוד עקשטיין???



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/09/2008 16:34:31




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2008 02:00 לינק ישיר 

די ענין איז גארנישט אזוי פשוט איך האלט די גאנצע אשכול דארף מען ווען פארמאכן, דאס מיידל איז אומשולדיג!
די זאליס האבן נאכנישט א היי סקול אין די מיידל האלט נישט ביים גיין אין בני יואל,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2008 00:55 לינק ישיר 

איך האב זיך נישט געזיכט אריין צימישן אין אזא האקלע טעמע אבער אזוי ווי די זאליס האבן נישט קיין פראבלעם מיט זייערע טינופות האב איך אויך נישט

1) דא איז נישט געווען קיין טראפ פאליטיק אינוואלד
2) פארן זעלבן טעם פארוואס זאליס/בני יואל האבן איר נישט געוואלט אריין נעמען האט מען איר ארויסגעווארפן פין סאטמאר


דאס איבעריגע איז היסטאריע , יאכלו ענווים וישבעו






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2008 00:51 לינק ישיר 

אן אריינגיין אין די חסידות אישו, ליידער איז עס דא נישט דער פאל. ואידך פירושא זיל גמור.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/9/2008 00:30 לינק ישיר 

א פאליסי אז ווער עס נעמט ארויס א חלק קינדער פון א מוסד מוז ארויס  נעמען אלע קינדער פון דארט איז מידת סדום.

אפשר וויל דער אינגל נישט זיין קיין זאלי למשל? מוז זי גיין צו די זאליס ווייל זיין טאטע איז א זאלי?

איך בין נישט מקנה די עסקנים אין סיי וועלכע מוסדות וואס זייער דשאב איז צו ווארפען קינדער וועגען פאליטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 23:14 לינק ישיר 

הבדלה
איך קען אגריען מיט דיר 100% אז ס'איז א חסידות אישו אויב נאכדעם בלייבסטו שטיל און די פרעגסט מיך נישט אפ,
אויב אבער די האסט נאך קשיות און די ווילסט דווקא אז איך זאל דיר ענטפרען, זאג איך דיר צו אז איך האב תירוציום, און איך וועל דיר מוזען אנהייבען ענטפערען און ס'וועט זיין זייער אומאנגענעם פאר געוויסע יחידים פאר וועם די ווילסט דיך דא אננעמען,
סאו בעט איך דיר נעם אן די "חסידות" תירוץ און קלאוז די סאבדזשעקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 22:22 לינק ישיר 

הבדלה איך פארשטיי נישט סאיז דא אסאך משפחות וואס האבן קינדער אין ביידע מוסדות איך האב א שכן וואס האט איין אינגל ביי אינז אין איינעם ביי ויואל משה אין מען מאכט זיי נישט קיין פראבלעמען וואס עפעס פינקט עם יא עפעס מיז דא זיין א סיבה וואס די ווילסט נישט זאגען  




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2008 22:21 לינק ישיר 

איך האב נישט געהאט קיין צייט נאכצופרעגן די פרטים, אבער מיין שאלה איז צו דער יחיד האט אן אנדערן דין פון אלע אנדערע טאטעס וואס האבן א חלק קינדער אין אנדערע מוסדות.

צו מאכן קלארער מיין שאלה, איז דא א קלארע "פאליסי" וואס זאגט אז אויב דו האלטס נישט אלע קינדער ביי אונז מוזן מיר נישט האלטן קיינעם, און מען פארסירט עס פאר אלע טאטעס, אדער האט זיך דא דוד עקשטיין באשלאסן אפצורעכענען פאר אנדערע סיבות און נוצט פארטייאישע ארגומענט פאר אן אויסרייד.

איך קען פארשטיין אז די הנהלה זאל מחליט זיין צו ארויסווארפן אלע זאליס, בני יואל וכו', אין קען פארשטיין זיי זאלן מחליט זיין אז עס לוינט נישט, אבער לדעתי דארפן זיי האבן א קלארע פאליסי, אז נישט וועלן מיר זיך טרעפן אין א קאמף מיט יחידים, און מיט ווישן דוד עקשטיין'ס שמוץ.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 21:41 לינק ישיר 

קי_קהל איך באשמוץ נישט דא נאר דוד עקשטיין און זיינע שטיצערס וואס לאזן איהם ביי די מאכט.

דאס מיידל איז א ערליך מיידל, מען שפילט מיט איר נשמה וועגן פאליטיק.
 אזווי ווי די אלע וואס שרייבן דא אז די משפחה אירע זענען געשטימט צו די אנדערע טייל פון סאטמאר און אז אירע געשוויסטער לערנען און ויואל משה דסאטמאר (מהרז"ל) און נישט ביי סאטמאר מהר"א. דערפאר האב איך עס מפרסם געווען.

--
וואלןסח שרייבט "די גאנצע מעשה קיינער האט נישט געהויבן קיין האנט אויף אים צו שלאגן, סך הכל האט מען געשטופט און אים פרובירט ארויסצושיקן."

איך האב שוין ליידער געזעהן ווי אזוי עס זעהט אויס ווען מען סך הכל שטופט איינעם ארויס פון דעם בית המדרש. הייבן א האנט איז א אונטערשאצונג!

דעם צובראכענעם טאטע איז יא ארעסטירט געווארן ער איז אפגעזעצן  ביי די סטעיט פאליס און א דורך געגאנגען דעם סיסטעם.

--
רבי_יונה א ייש'כ פארן באשטעיטגן אז דאס איז א חסידות אישו.

--
צו ענטפערן די אלע וואס פרעגן פארוואס די מיידל לערנט נישט אין די מיידל שולע פון סאטמאר מצד מהרז"ל.

קודם כל עס איז היפּאקריטק פון ענק דאס צו פארשלאגן. ענקער רבי לאזט דאך נישט האבן אנדערע מוסדות אין קרית יואל. ער האט אפילו מנבא געווען יארן צוריק אין א דרשה אז עס וועט נישט זיין קיין אנדערע מוסדות אין קרית יואל!

צווייטנס, סאטמאר מהרז"ל האט נאך נישט קיין קלאסן פאר מיידלך פון 14 יאר און העכער, פאר דעם לערנט זי (און הונדערטער נאך קינדער פון סאטמאר מצד מהרז"ל) און די מוסדות פון מהר"א, און זי האט נישט קיין מוסד ווי צו גיין לערנען.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 19:14 לינק ישיר 

די אמת איז (ווי ס'קורסירט אין גאס) אז דאס מיידעל איז טאקע נישט קיין פראבלעם, און דאס וואס הבדלה האט געעפענט א אשכול איז א עוון בל יכופר,
די אישו איז דא מער אזוי ווי רבי יונה האט געזאגט "א חסידות אישו"

נאר איך בין דן הבדלה'ן לכף זכות, אז אויב האט די טאטע געטון אזעלכע מעשים נעכטען בפני כל הקהל, מסתמר גייט אים נישט אן אז ס'וועט  שטינקען אין גאס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 18:55 לינק ישיר 

הבדלה

ביסט  משוגענער, וואס זיכט אויסצישמירען א א פראבלעם פין א צווייטען נאר ווייל יעדער געהערט נישט צי די חסידות ווי די

איז דען דא, איינער וואס מיינט אז ביסט א זאלי??
אויב די האסט א פינטעלע שכל אין דיר, זע אז מען זאל אויסמעקן די אשכול



תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 02/09/2008 19:12:33




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 18:51 לינק ישיר 

דער שלעגער האט אלע זיינע קינדער אין די סאסמאן מוסדות, מיט די דאזיגע טאכטער האט ער עפעס א פראבלעם (נישט קיין געזונט אישו), און די מוסדות האלטן נישט ביים האלטן נאר די דאזיגע קינד מיט וואס ער האט א פראבלעם.

זאל ער מוחל זיין און לייגן די טאכטער ווי ער לייגט אלע איבריגע קינדער זיינע ושלום על ישראל.
מיט קיין שלעק צייגט ער נאר אז ער איז א שלעגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2008 16:29 לינק ישיר 

קען מיר איינער אפשר זאגן ווער איז דאס דוד עקשטיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 16:25 לינק ישיר 

 

הבדלה

יעדער בר דעת פארשטייט אז א 14 יעריג מיידל וואס מען שיקט אהיים פון סקול איז עס נישט ווייל זי האט זיך פארלערנט אין כולל ענינים, וד"ל.

יעצט, איך האב מיטגעהאלטן די מעשה לייוו, דו שרייבסט

דער טאטע איז גלייך באפאלן געווארן מיט קלעפּ פון יונגלייט וואס האבן דאס צו געזעהן.

ס'איז שקר וכזב, דוד עקשטיין האט נישט אזויפיל גוט פריינט אז ווען איינער ציט אים די בארד זאל מען יענעם גלייך באפאלן מיט קלעפ

מ. ל. ג. מיט י. י. וו. האבן אים געהייסן ארויסגיין פון ביהמ"ד, און אז ער האט נישט געפאלגט און ער האט זיך גענומען מאכן קולות און געשטערט דאס דאווענען האט מען אים ארויסגעשייגעצט פון דארט, איך האב צוגעקוקט די גאנצע מעשה קיינער האט נישט געהויבן קיין האנט אויף אים צו שלאגן, סך הכל האט מע געשטופט און אים פרובירט ארויסצושיקן.

דו שרייבסט

דוד עקשטיין כדרכו האט גערופען די סטעיט פאליס און ארעסטירט דעם צובראכענם טאטען.

אפשר ברענגסטו מיר א בילד ווי דער טאטע שטייט ארעסטירט, א פיינע מעשה געבאקן, דוד האט גערופן פאליס פאר סעקיוריטי אישוס צו געבן א ריפארט וואס איז פארגעגאנגען, קיינער איז נישט ארעסטירט געווארן, בעיני ראיתי כל המעשה.

 

און איך פיר אויס מיט די זעלבע קשיא ווי קי קהל

די יוד איז דאך א זאלי, פארוואס שיקט ער נישט אהין זיינע קינדער???
מ'האט דאך אים נישט געווארפען אויפן גאס... ער האט דאך ווי צו שיקען...
פארוואס זעמער אונז מחיוב צו האלטען זיינע קינדער בכלל??? און אזא קינד וואס איז נישט שולדיג בפרט???

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2008 15:18 לינק ישיר 

אויב ווילסטו באשמוצען דא א יוד ברבים "וואס ער איז טאקע נישט שולדיג" איז עס דיין עסק און איך מיש מיך נישט אריין,

אבער איך וויל עפעס אנדערש פארשטיין,
די יוד איז דאך א זאלי, פארוואס שיקט ער נישט אהין זיינע קינדער???
מ'האט דאך אים נישט געווארפען אויפן גאס... ער האט דאך ווי צו שיקען...
פארוואס זעמער אונז מחיוב צו האלטען זיינע קינדער בכלל??? און אזא קינד וואס איז נישט שולדיג בפרט???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > טרונקען א גלעזאלע אידיש בלוט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext